בלאט 2 פון 5
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:21 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:28 am
דורך לאליפאפ
מלכי ישראל פינת הטורים (צען מינוט וואק פונעם צענטער פון די עצרת)
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:33 am
דורך לאליפאפ
אריינזומענדיג די אויבערשטע פיקטשער קען מען קלאר באמערקן בויאנער רבי שטיין דארט, נישט זיכער צו אויף זיין רעכטע זייט שטייט גערער רבי
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:36 am
דורך [NAMELESS]
ווער גייט אויפקלינען זייער גארביטש, און ווער באשיצט זיי?
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:40 am
דורך לאליפאפ
פילע ברסלב'ער חסידים גייען זיך צאמנעמען באלד ביים גשר החיים און טאנצן מיט מוזיק כפי מנהגם, נאך וואס פאר פיל יארן צוריק האט ר' נחמן פון ברסלב אזוי געטון ביי א עצרת תפילה אין די צייטן פון די גזירת הקאנטאניסטן.
הרה"צ המשפיע ר' מוטה פראנק מאכט א קומזיץ יעצט אונטערן גשר המיתרים אויף די לינקע זייט מיט פילע גיטאריסטן.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:47 am
דורך ברסלבער
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 10:53 am
דורך נאר,,פרייליך
חב''ד דריקט ספעציעל א פרישער דפוס פינעם ספר ה'תניא לרגל ה'מיליון אנשים בהעצרת.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:06 am
דורך נאר,,פרייליך
א חבר בי''ד און די רבי מתולדות אהרן זענען געווען.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:08 am
דורך לאליפאפ
עצרת איז געקומען צו אן ענדע אין די מינוטן, העפטיגע טאנצערייען טוען זיך אויף די גאסן.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:13 am
דורך [NAMELESS]
ידיעות פון היינט
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:18 am
דורך לאליפאפ
ראשעקאל האט געשריבן:ידיעות פון היינט
זיי זענען פיין! א קליינעם קאלום כאילו נישט דאס האט איבערגעקערט היינט דאס לאנד...
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:29 am
דורך לאליפאפ
For no good reason
מ'האפקעט אין די גאסן פון ירושלים
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:29 am
דורך [NAMELESS]
קינדער פארשטעלט ווי הרב עובדיה
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:31 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:42 am
דורך נאר,,פרייליך
עס איז בלויז אן עסקנים צעטיל מהבד''צ.
די רבנים האבען עס נישט געסיינט.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:44 am
דורך נאר,,פרייליך
די פרייע נעמען א חלק
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 11:57 am
דורך איחוד פעלד
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:06 pm
דורך לאליפאפ
[tag]איחוד פעלד[/tag] קאווע שטיבל האט תקנות, דעי טשטוש האט ראשעקאל נישט געמאכט דאס האט א גבאי פונעם שטיבל ערלעדיגט כפי תקנת המקום. א וואונדער אז דו ווייסט נישט דערפון.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:21 pm
דורך לאנדאנער
אין די זעלבע צייט האבן זיך טויזענטער לאנדאנע איינוואוינער צוזאמגענומען אויף עגערטאן ראוד אין צענטער פון סטעמפארד היל אויסצושרייען זייער ווייטאג איבערן גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:27 pm
דורך לאליפאפ
נאך אדמורי"ם ורבנים ביים עצרת
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:39 pm
דורך געפילטע פיש
לאליפאפ האט געשריבן:[tag]איחוד פעלד[/tag] קאווע שטיבל האט תקנות, דעי טשטוש האט ראשעקאל נישט געמאכט דאס האט א גבאי פונעם שטיבל ערלעדיגט כפי תקנת המקום. א וואונדער אז דו ווייסט נישט דערפון.
יעדער האט שוין באקומען דעם בילד אין וואטצעפ זיבן מאל פאר וועם פונקטליך דארף מען עס מטשט זיין? שוין צייט אויפצוהערן מיט די פריסת טלפים און סעקסיזם.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:44 pm
דורך דער (פינטעל) איד
פאר מיר! איך האב געזען דא דאס ערשטע מאל און ס'נישט אויסגעהאלטן.
נשלח: זונטאג מערץ 02, 2014 12:52 pm
דורך געפילטע פיש
נו, וויאזוי איז עס געווען? האסט געדארפט אריינשלעפן די לעפטאפ אין בעסקיסע, אדער דו האסט א סמארט פאון?