בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:24 pm
דורך יאיר
רבותי, איר וועט נישט גלייבן! כ'האב געטראפן אן אור אלטער ספר פון אונזער נביא דידן צווישן די פארגעלטע מגילות ים המלח וואס איז ממש יעצט נתגלה געווארן נעבן לוט'ס ווייב, שמעו ותחי נפשכם:

הוי! שמעו דבר ה' כל שותי קפא, עטרת גאות שכורי חרדתא. יען מאסתם את דבר ה', ותלכו אחרי ההבל ותהבלו, ותמאנו משמוע אריטמאטיק, ושערי מדע נעלתם. בצימתא ובביצה כל מאכליכם, ובדברים מטפשים קמתם ושכבתם, ותמאסו בכל דבר חכמה, ולא תשמענה אזניכם מקרא משנה וגמרא. כי אם בפוליטיקה עיניכם, ובדברי און ומרמה שמתם מאווייכם. עד מתי תישנו במיטותיכם, ולא תקיצו מתרדימתכם! כי הנה בוא יום גדול ונורא, אשר לא יועיל כל הבליכם ביום עברה, כי חי אנכי נאום ה', נשבעתי בזרוע עוזי, אשר חפרו אמותיכם, יבושו אבותיכם, כי ימיכם ימלאו בריק והבל, ושנותיכם בבהלה. כי קיא צואה מלאה פניכם, וטינופת תסובבנה מכל עבריכם. ביום ההוא, אמר ה', לא יהיה עוד פוליטיקה ולשון הרע, ולא צימתא ולא קפתא, כי אם מלאה הארץ את ה', בדברי חכמה נשגבה מכם, ויאירו דברי מדע, שבעתים כאור הבוקר. הלא כה דברי נאום ה', האומר לחרס ויזרח ולירח ויאיר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:49 pm
דורך פוןדעסטוועגןדאך
קומט א איד א נביא, מיט אזא עניוותדיגער נאמען, א נאמען וואס איז גאר משפיל די גרויסע מעלה זיינער, און דער עולם איז זיך מתחצף אנטקעגן אים... נישט שיין.

אדרבא ר' נביא, רעד צו אונז אביסל, איך בין פון דיינע חסידים. איך האב אלץ געוואוסט אז נבואה לעבט. איך לעכץ אליינס צו זיין א נביא. נישט אזוי ווייט כדי צו וויסען וואס די לאטטא וועט זיין מארגען, ווייל ווער עס קוקט אביסל פסוקים ווייסט אז נבואים ווייסן נישט עתידות סתם אזוי. מיין תשוקה צו נבואה איז צו האבן דעם געוואלדיגע עקספעריענס פון פארלירן אלע חושים און ווערן כל כולו איבערגענומען פון די התפרצות פון דעם צימצום וואס איך געפון זיך.

טייערער נביא, זאג מיר נישט דעם מארגענדיגע לאטטא, ליבערשט געב אונז דא א הרגש, א שמעק, פון א מצב נבואי.
זיי אביסל מסביר וואס דאס איז, זיי ממחיש וויאזוי מען שפירט, און אפשר אפשר געב אונז עטליכענע 'טיפס' וויאזוי מיר אליינס זאלען קענען זוכה זיין צו שפירן דעם טעם. prophecy 101

אזוי צו אזוי, א געניאלע איינפאל.

נשלח: דינסטאג פעברואר 18, 2014 10:59 pm
דורך דולה ומשקה
ברוך הבא פאר דיין נייע ניק, וויפיל האלט שוין דער נביא ביים דריטען ניק?

חכם עדיף מנביא האט געשריבן:[tag]רויטע וואנצעס[/tag] פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס וויל


נו אויף דעם ארויף ביסטו טאקע חכם עדיף מנביא זאלסט יא קענען פארשטיין מבין דבר מתוך דבר מיט א זעלטענע און פונקטליכע בהירות.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:40 am
דורך ביבער
איך האב שוין שבת ביים אבנארמאלן לאנגן הפטורה געפילט אז ס'מוז זיין אז דעי וואך קומט א נביא. ברוך הבא.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:56 am
דורך חכם עדיף מנביא
שפרינגען וויל איך פון דעם גלות המר, ווי קען איך צוזעהן דעם בורא דער האר, שרייט קלני מראשי און איז מלא צער, ווייל זיינע קינדער ליידן טאקע דערפאר, זיי מאכן נעבעך מיט אין לשער;
אבער הערט גוט צו מיין טייערע עם, גאט זיצט אויבן מיט זיין פמליה צוזאם, ווי א מענטש וואס איז געשטראנדעט אין א טיפן אגם, און וויינט ווי א קינד אבער נישט סתם, ווייל ער זיכט זיינע קינדער זיין אייגענע שטאם;
איז ליבע אידן ענק הייליגע סטאדע, עטס וואונדערטס אייך זיכער און פליאות'טס אייך אוודאי, מ'זעהט נישט קיין סוף ס'איז חרב חדה, וואס וויל השם אמור מעתה, פארוואס נישט חסדים פארוואס נישט גענאדע, פארוואס עפעס צרות א גאנצען טאג גראדע?
אבער מיין קינד מיין קינד דיין קשיא נישט געשטויגן, ווייל דו זיצט דא אונטען נישט דארט אויבן, קום נישט מיט קיין גאנצע פראגע בויגן, ווייל דאס איז נישט גערעכט און טוט נישט טויגן, עפן דיר אביסל דיינע פליישיגע אויגן, און זעה אז דער אלמעכטיגער האט אלס אויסגעזויגן, און פירט זיך זיין וועלטעל מיט חשבונות פארצויגן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:07 am
דורך פישלע העררינג
[justify][tag]קאווע טרינקער[/tag] איז גערעכט. [tag]חכם עדיף מנביא[/tag] טייטשט אז דו ביזט א חכם, און דו האלסט דיך פאר א ראנג העכער פון א נביא. וואלסטו זיך געדארפט אהערשטעלן ווי א חכם מחוכם וואס ווייסט אויסצוחשבון'ען דער פאויער באלל נאמבער (אויב [tag]פארוואס?[/tag] האט עס נאכנישט געחשבון'ט), דערווייל קומסטו אבער גאר צו גיין ווי א נידעריג ראנגיגע נביא! אדער איז עס עניוות בתפארתה. גיי ווייס. איך בין נישט קיין נביא...[/justify]

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 10:11 am
דורך חכם עדיף מנביא
ביים געזאלבט ווערן פארן פאסטן העדיף מנביא, האב איך פארשטאנען אז איך קריג אויכעט די חלק הנביאות- נאר אפילו מער ווי דעם-- דהיינו חכמה צוגאב.
זאגסט אז נישט? וועל איך ברויכן איבערפרעגן מיינע אויבערהארן אין עמוקה. אדערווייל וועל איך ווייטער זאגן עתידות און רזי עולם.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:02 am
דורך מ גפני
אל כבוד החכם העדיף מנביא
מיט גרויס יראת הכבוד וויל איך בעטן דעם הויכגעשפריצטן נביא שליט"א זאל אונז ביטע אנטפלעקן ווי זענען נעלם געווארן אונזערע לייבן די אלע געלונגענע שרייבערס וואס פלעגן דא טרונקען און אונז פרייליך מאכן מיט זייערע זיסע ווערטער

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:20 am
דורך חכם עדיף מנביא
זיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:24 am
דורך מ גפני
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:זיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.

ואלה שמותם?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 11:37 am
דורך ברסלבער
חכם עדיף מנביא האט געשריבן:זיי זענען מגולגל געווארן אין אנדערע ניקס, אמר ה'.

צו דעם דארפסטו נישט זיין קיין נביא און נישט קיין חכם. דאס איז אייגענע עקספריענס...

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:08 pm
דורך קינות גירושין
׳ך זיך א שידוך צו וועם זאל איך זיך ווענדען? כהאב שוין געטרייט צו זאגען תילעם ביי חצות מיטן כולל אין שוין אויך געגעבן געלט פאר הגר״ח קיינבסקי פושקע , גיי איך אמאל בכלל געהאלפן ווערען אדער כזאל שלום מאכען מיטן מצב?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:25 pm
דורך חכם עדיף מנביא
דריי נישט קיין קאפ. דו האסט שוין נאכאמאל חתונה געהאט, אמר ה'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:28 pm
דורך קינות גירושין
יא די האסט געמאכט די טעסט, (האסט כאטש שכל געהאט צו ליינען מיינע לעצטע פאר תגובת) זאג נאר מיין עקס איז אויך שוין חתונה געהאט אדער נישט? 

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:33 pm
דורך חכם עדיף מנביא
יעצט עביוזטו שוין דער סיסטעם. נישט מער ווי איין פראגע פער טאג ביטע, אמר ה'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:34 pm
דורך קינות גירושין
פאר געלט קען מען פרעגן מער ווי איין פראגע פער טאג?

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:36 pm
דורך חכם עדיף מנביא
אוודאי, אמר ה'.

נשלח: מיטוואך פעברואר 19, 2014 2:38 pm
דורך קינות גירושין
יעצט האסטו מיר שוין גענפערט אויף מיין 2טע קשיא היינט, אוי וויי די היינטיגע נביאים פארלירען זיך פאר אפאר טאלער

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 4:10 pm
דורך קינות גירושין
ווייסט איינער אויב מהאט ליידער געהארגט די נביא ד ?

נשלח: מאנטאג מערץ 03, 2014 4:22 pm
דורך רויטע וואנצעס
חכמים האבן נישט קיין ברויט, און נביאים האבן נישט קיין מזל. ער איז אריין אין די צוויי שוואכע ליינס.