בלאט 2 פון 2

נשלח: פרייטאג מערץ 10, 2017 2:47 pm
דורך שמעקעדיג
לכבוד פורים

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 1:12 am
דורך טמיר
ווייס איך נישט אויב מ'מעג אריינווארפן ערנסטע זאכן אין א שמייכל אשכול, וה' הטוב יכפר.

אלס הכנה לחג הקדוש וואלט איך געראטן זיך צי פארקוקן צוויי זאכן: די קדושת לוי און די מאמר https://daatemet.org.il/en/torah-talmud ... l-romance/. די מגילה ליינען וועט דעמאלט זיין בבחינת "וגילו ברעדה". כלשונו הזהב "The scroll is the most humoristic of all the Scriptural books, amusing throughout and in some places even causing one to laugh out loud…"

דיסקלעימער: די לינק (און בכלל די סייט) נישט געמאכט פאר שוואכע הערצער. אויב ווילסטו דיך קלאמערן מיט די דרך הסלולה, שטיי אוועק פון דארט!

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:11 am
דורך קלאטשער
אויפגעקלערטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2014 8:58 pm איין ווארט ''פורים'', זיכער דארף מען עס שרייבן אין שמייכל.

מיין דילעמע איז וואס טון אויפגעקלערטע אידן פורים מ'דרייט זיך ארום מיט frowns ? אז ערליכע אידן וואס זיצן אין באקס זענען אויבער פרייליך אום פורים וואס דארף א אויפגעקלערטער טון, אפשר וויינען? ניין, נישט גוט. ווייל מ'וועט קענען מיינען אז מ'וויינט פון פרייד. טויג ווייטער נישט טויג ווייטער נישט! (קרעדיט, המן אין 'מגילת אסתר מיט געזאנג')

איך גיי זיך פארשטעלן פורים פאר אן אויפגעקלערטער און איך ווייס נישט וואס צו טון. זאל איך טרונקן וואסער א גאנצן פורים צו ווייזן אז איך טרונק דוקא נישט וויין? זאל איך עסן המן טאשן ערב פורים און מוצאי פורים און בעצם יום הפורים עסן דוקא 4 עקיגע קוקיס צו ווייזן אז איך בין אויפגעקלערט. זאל איך ביי מגילה ליינען ווען מ'זאגט המן מאכן אזא ארגאזם קיצל צו ווייזן אז איך גלייך המנ'ן? און שרייען אויף אלע קינדער וואס האקן און גראגרען צו שטארק אז זיי זאלן שוין אויפהערן ווייל המן איז דאך נישט געווען אינעם באקס?

זאל איך גיין אין גאס מיט ביידע הענט אין טאש צו ווייזן אז איך בין נישט א פושט יד? און אויב איינער ווארפט מיר אריין א מטבע אין טאש אומגעבעטן (א אין-די-באקס איד וואס וועט זיך וועלן רייצן מיט מיר למשל) זאל איך אים עס צוריקווארפן אין פנים?

ווען איינער איז פושט יד זאל איך אריין שפייען דערינען אדער געבן א גוטן זעץ אז אלע טשעינדזש זאלן זיך צופליען?

מעג א אויפגעקלערטע עסן האלאפצעס פורים? זאל איך פרובירן ווי מער מעגליך אפצוהאלטן אידן פון שיכור ווערן? זאל איך געבן א מנה פאר צוויי עשירים פאר מתנות לאביונים? און ווען איינער וויל מיר געבן משלוח מנות זאל איך זיך מאכן ווי איך גיי עס איבערנעמען און דאן אוועקשלעפן מיינע הענט אזוי אז יענער זאל נישט קענען מקים זיין משלוח מנות?

וואס טוט מען?
פארשטעל דיך פאר א "נישט אויפגעקלערטער" ס'איז דאך ונהפוך הוא, פארקערט פון א גאנץ יאר

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:09 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
בא אינדז אין ארץ ישראל
געלעבט האט א איד אן אויפגעקלערטען
וואס מיט די יום טוב פורים טוט מען
פרייליך זיין איז אקעגן די אדזשענדע
טרויעריג זיין איז אקעגן די רעליגע
אן עצה אין זיין מח בליצט אים
א גאלדענע פלאן פאר פורים
צוויי טעג האט ער
פארוונען ווי ס'דארף וועט ער
ט"ו איז ער א פרוז
א חכם ער איז
י"ד איז אין שושן
איז ער געווארן מלא ששון

א פריילכע (אדער טרויעריגע) פורים פאר אלע
טאנצט און זינגט בצהלה (אדער וויינט און קלאגט ביללה)

‏[דער קלוגער איד איז געווען ישעיהו לייבאוויטש ז"ל]

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 4:20 am
דורך קלאטשער
ואון ווי איז ער געווען פסח ? אינדערהיים אדער אין האטעל... ?

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 7:47 am
דורך קהל'ס נער
אין בעלזא זעהט די פורים טיש אויס כמעט ווי לוויה, אזש ס׳דאכט זיך אז מען קלאגט אויף די עשרת בני המן וואס זענען נעבעך טראגיש אומגעקומען.

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:16 am
דורך קליינע צדיק
מה הפשט?
ס'איז א שיטה אין בעלזא?

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:44 pm
דורך מילך טראק
פאר סאם ריזען האב איך אייביג א פראבלעים פורים צו זיין פריילעך און תשעה באב צו זיין טרויריג.

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: פרייטאג מערץ 22, 2024 3:29 pm
דורך צקון לחש
מילך טראק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:44 pm פאר סאם ריזען

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: מאנטאג מערץ 25, 2024 9:23 pm
דורך כרם זית
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 7:09 pm בא אינדז אין ארץ ישראל
געלעבט האט א איד אן אויפגעקלערטען
וואס מיט די יום טוב פורים טוט מען
פרייליך זיין איז אקעגן די אדזשענדע
טרויעריג זיין איז אקעגן די רעליגע
אן עצה אין זיין מח בליצט אים
א גאלדענע פלאן פאר פורים
צוויי טעג האט ער
פארוונען ווי ס'דארף וועט ער
ט"ו איז ער א פרוז
א חכם ער איז
י"ד איז אין שושן
איז ער געווארן מלא ששון

א פריילכע (אדער טרויעריגע) פורים פאר אלע
טאנצט און זינגט בצהלה (אדער וויינט און קלאגט ביללה)

‏[דער קלוגער איד איז געווען ישעיהו לייבאוויטש ז"ל]

זיין אייניקעל לייקנט עס.

https://mobile.srugim.co.il/article/241353

Re: פורים פאר אויפגעקלערטע

נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 5:51 am
דורך לאכעדיג
קליינע צדיק האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 11:16 am מה הפשט?
ס'איז א שיטה אין בעלזא?
לכאורה האבן זיי דאס אדאפטירט פון סלאנים וואס זענען באשאנקען געווארן מיט א שפע פון מרה שחורה.