בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:23 pm
דורך [NAMELESS]
א פשוט'ע חשבון וויאזוי איך שפאר מיך איין גרויס געלט דורך קלייניגקייטן.

כ'האב מחליט געווען נישט צו קויפן קיין לאנטש [א סענדוויטש פון לכה"פ $2.50], און אנשטאט דעם נעם איך מיט פונדערהיים.
חשבון: $2.50 פינף מאל א וואך, X צוויי און פופציג וואכן א יאר. סה"כ געשפארט: $650.00.

כ'האב מחליט געווען נישט צו קויפן די שטערן/שפאקטיוו, און אויך מער נישט צו קויפן דעם וועכנטליכן צייטונג [גענוג צו ליינען אנליין].
חשבון: דריי דאלער א וואך פארן צייטונג, X צוויי און פופציג וואכן א יאר, בנוסף צו זעקס דאלער יעדע צוויי וואכן [-שפאקטיוו אדער שטערן]. סה"כ געשפארט: $312.00.

כ'געב טאקע די פולע מעשר פון מיין איינקונפט, אבער מער נישט קיין איינצעלנע דאלער'ס פאר שנארער'ס וואס כ'קען נישט. מ'שפארט לכה"פ 3 דאלער א טאג, 6 טעג א וואך, צוויי און פופציג וואכן א יאר. סה"כ געשפארט: $936.00

דא האלט איך שוין ביי קרוב צו צוויי אלפים איינגעשפארטע געלטער א יאר. און די ליסטע איז ווייט פון פערטיג...

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 11:38 pm
דורך smart
אדנירם האט געשריבן:דערמאנסט מיר פון דעם מעשה:


א גביר האט אמאל מסביר געווען וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיין עשירות. "דו מיינסט אז דאס קומט אזוי גרינג? דאס קומט נאר מיט שווערע ארבעט בהדרגה" - האט ער אויסגערופן מיט פאטאס.

ערקלערנדיג וויאזוי ער האט דאס באוויזן: "כ'האב געטראפן א נאדל אין גאס, האב איך עס פארקויפט פאר א גראשן, און מיטן גראשן האב איך געקויפט אן עפל, כ'האב פארקויפט דעם עפל אין אויסטויש פאר א מאראנץ. דעם מאראנץ האב איך שוין פארקויפט פאר פינף גראשן, און דאן האב איך געקויפט צען עפלעך. כ'האב פארקויפט אלע עפלעך און געקויפט מיט די געלט א פעדלער'ס טישל, און אזוי האב איך באקומען אפאר רובל, און דאן ---

--- איז מיין רייכע מומע געשטארבן און מיך איבערגעלאזט א ירושה פון 10,000 רובל.
און דאס רעשט איז היסטאריע... :lol: :lol: :lol:


לאמער לייגין די ווערטל אין א זייט, שש דיין מעשה ברענגט ארויס די ענין פון אמונה ובטחון מען דארף נאר טוהן השתדלות אין דער אייבערשטער האט זיך שוין זיינע וועגן וואו ער פלאנט אים צו שיקעןגעלט

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 1:59 am
דורך שמעקעדיג
אדנירם האט געשריבן:כ'האב מחליט געווען נישט צו קויפן קיין לאנטש [א סענדוויטש פון לכה"פ $2.50], און אנשטאט דעם נעם איך מיט פונדערהיים.
חשבון: $2.50 פינף מאל א וואך, X צוויי און פופציג וואכן א יאר. סה"כ געשפארט: $650.00

לאנטש פונדערהיים פאלט אראפ פון דאך? עס קאסט נישט?
52 וואכן א יאר איז ווייטער איבערגעשאצט. כמעט 4 וואכן איז ימים טובים אדער תעניתים, נעם אויך אראפ וואקאציע טעג און סיק דעיס. סך הכל שפארסטו זיך 2-300 טאלער... נו, מ'קען זיך דינגען אויב גוטע מיטאג'ס טעגליך איז ווערד אפאר מאות פער יאר...

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 2:27 am
דורך [NAMELESS]
האבעך געוואוסט אז איינער וועט קומען מיט דעם טענה. דער ענטפער איז, אז לאנטש קאסט 'לכל הפחות' צוויי א האלב דאלער. אויב וועסטו רעכענען וויפיל עס איז דער סדר צו ספענדן, און אמאל טאקע אויף א קנאקעדיג צען דאלערדיגע בראנטש, וועסטו זען אז כ'האב אפשר אונטערגעשאצט. ווי אויך האב איך גערעכנט נאר 5 [ארבעטס] טעג, ווער רעדט נאך אויב מ'קען צורעכענען זונטאג'ס!

Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:54 am
דורך הויזן טראגער
שמעקעדיג האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:כ'האב מחליט געווען נישט צו קויפן קיין לאנטש [א סענדוויטש פון לכה"פ $2.50], און אנשטאט דעם נעם איך מיט פונדערהיים.
חשבון: $2.50 פינף מאל א וואך, X צוויי און פופציג וואכן א יאר. סה"כ געשפארט: $650.00

לאנטש פונדערהיים פאלט אראפ פון דאך? מ'קען זיך דינגען אויב גוטע מיטאג'ס טעגליך איז ווערד אפאר מאות פער יאר...

מען רעדט נישט דא וואס סיז ווערד מען רעד ווי מען שפארט

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:06 am
דורך שמעקעדיג
הויזן טראגער כאפ איך נישט דיין שאלה

Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 7:13 am
דורך נופת צופים
ער מיינט צו זאגן אז ער זוכט צו שפארן געלט, אפילו ס'איז אים נישט אזוי געשמאק. אפשר איז ווערד צו ספענדען, אבער ער זוכט צו שפארן.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 3:26 pm
דורך געוואלדיג
נישט עסן אינגאנצן איז נאך ביליגער.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 3:43 pm
דורך הבא ללמד
אויב ביסטי אפגעמאכט צי שפארען געלט איז דע עכטע עצה ווי @שמעקעדיג האט געשריבען פאר א שטיק צייט צירוק נישט לעבען פאר יענעם איינמאל די קריצט דאס אריין און דיין מח וועסטי שפארען הינדערטער טויזענטער דאלער בלי גוזמא
וועסט געוואר ווערען אז מען מיז נישט האבען א א פלי לאדעט 2015 האדעסי, מען מיז נישט האבען באגאבא, מען מיז נישט וויאנען און ווילאמסבורג פאר דריי א האלב טויזענט דאלער רענט און נאך אזעלכע ציענדליגע זאכען

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 4:03 pm
דורך לית דין בר נש
מען צינדט נישט אהן קיין לייט"ס אגאנצע טאג עד אחר זמן מנחה כמו שנהגו בסק.....

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 6:48 pm
דורך ארבעט שווער
נישט קויפן ready food שפארט א געוואלד, איך האב געסטאפט א יאר צוריק צו קויפן קאווע'ס, פרישטאג, לאנטש, און מ'treat זיך ווייניגער פאר נאכטמאלן איך זאג אייך עס שפארט שווערע געלטער
מ'מאכט פרישטאג, לאנטש אינדערהיים און מ'קויפט גרויסע קאפס מיט דעקלעך פאר קאווע'ס
איך גיי נישט אריין אין קיין רעסטראנט אדער דעלי ווי גרויס די יאר איז איך זאג אייך פרובירט עס אויס (פארשטייט זיך אויב אייער ווייב קען דאס אהערשטעלן ;) ) מ'שפארט זיך הונדערטע דאלאר'ס
רעכנט עס אליינס אויס

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 8:13 pm
דורך קאווע טרינקער
זייער ריכטיג. וכן אני נוהג.

ואפשר להוסיף די פערטיגע געבעקטס, פאר ראממבאלס צאלט מען 4 דאללער א שטיקל און ווען ס'קומט צו האנד מצות שרייט מען געוואלד.
ווילאנג א מענטש איז שולדיג געלט פאר איינעם, ושכר לימוד בפרט, און האט נישט אוועק געלייגט געלט חתונה צו מאכן, האט ער נישט קיין רעכט צו קויפן פינף דאלערדיגע 3 אנסעס טשאקלעד

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:09 pm
דורך ארבעט שווער
גערעכט כ'האב פארגעסן צו שרייבן פון געבעקסן
אבער כ'האב נאך גאר אסאך זאכן,
ליין מאטריאל קאסט זייער אסאך און מ'ענדיגט נישט אלע און נאכדעם קומט שוין די פרישע ווארפט מען ארויס די אלטע, אני נוהג אז ווען מ'ענדיגט קאמפלעט איינס קויפט מען נאך איינס,
דיפס פאר שבת קאסט א געוואלד, ס'קאסט א צענטעל פרייז ווען מ'מאכט עס אליינס, למשל olive dip איז גארנישט צו מאכן מ'לייגט olives מיט מאינעז און מ'בלענט עס מ'לייגט צו א טראפ לעמאן זשוס און ס'איז דעלישעס און די זעלבע מיט טאמעיטא דיפ ס'קאסט ווייניגער ווי א דאלער צו מאכן בשעת וואס ס'קאסט $3 אין גראסערי,
ס'איז דא צענדליגע אזאלכע זאכן אבער ווען מ'פארט ארום אין גראסערי מיטן וועגעלע שלעפט מען זאכן פון אלע שעלוו'ס און זייער אסאך זאכן קומען אן און די מיסט נאך שבת (ווי למשל קעיק'ס וואס ווערט אויס פריש),
צו זעהן פון וואספארא נומערס מ'רעדט וועל איך געבן א משל:
א פינף דאלערדיגע אייטעם וואס מ'גיבט א לייג אריין אין די קעריזדש ביים מאכן די וועכנטליכע ארדער און ס'נישט לעבנס וויכטיג (ליין: מ'מוז עס נישט האבן) מאכט אויס $20 דאלער א חודש $240 א יאר(פאר ''''1'''' אייטעם), יעצט רעכענט אויס וויפיל אזאלכע אייטעמ'ס איר קויפט איבריג און איר 'וועט טרעפן 'אסאך':
דיפס
קעיק'ס
הערינג
קאלד קאט'ס (וואס מ'האט ממילא נישט קיין פלאץ נאכן טשולענט דאס אויפצועסן)
ליין מאטריאל (מ'מוז נישט האבן 'אלע')
טשולענט דאנערשטיג נאכט (יא מ'קען עסן א פלעינע נאכטמאל 'דאנערשטיג נאכט')
טייערע וויינען / ברוינפען
וכדומה וכדומה
ווען מ'וועט עס צוזאם רעכענען קען עס אויסמאכן גאנצעטע וועכענטליכע וועידזש'ס
און מאכט נישט קיין טעות 'ממעג קויפן זאכן זיך צו טריטן אבער אז מ'וויל שפארן געלט קען מען אראפ שניידן ''''אסאך''''
און צוריק צו מיין מעין טינג, פרישטאג און לאנטש אין טעיקאוט 'עסט' אויף דאס געלט און א גרויסע קאווע וואס קאסט איבער צוויי דאלער איז אויך ארויס געווארפן געלט ווען דו קענסט פאר די געלט האבן 6 הויעכע קאווע'ס געמאכט אינדערהיים מיט די זעלבע שיינע געפרינטע פעיפער קאפ מיטן דעקל אינקלאדעד

Re: דערציילט אייערע געלט שפארזאם געשיכטעס און עצות

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:37 pm
דורך א איד
אדנירם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אן אייגנארטיגן וועיג פון שפארן טייער אידיש געלט (יענעמ'ס). איך צושפאלט די מעטשעס (שוועבעלעך, בלע"ז) אין צוויי. אויך צונעם איך א טישו אין צוויי חלקים. איך גיי צו פעטהמארק און בעיט ביי זיי די אלטע סחורה וואס זיי קענען שוין נישט פארקויפן.
די סגולה (צו עשירות) פון די מעטשעס האב איך מיך געלערנט פון א משפחה עשירה בישראל. ווען מ'האט געפרעיגט דעם ראש המשפחה (בגן עדן תהא מנוחתו) וויאזוי האט זיך אנגעהויבן זייער עשירות, האט ער געענטפערט. צוערשט האב איך צו שפאלטנט די שוועיבלעך, און גענוצט נאר א האלבן שוועיבל אן צו צינדן דעם געז און די ליכט מוצאי שבת ביי הבדלה. נאכדעים האב איך אנגעהויבן האנדלען מיט אומלעגאלע געווער, און געטון נאך עטליכע אומ-לעגאלע זאכן (און מ'האט מיך נישט געכאפט) . אזוי בין איך ב"ה געווארן אן עושר. :lol: :roll: :D

דערמאנסט מיר פון דעם מעשה:


א גביר האט אמאל מסביר געווען וויאזוי ער איז אנגעקומען צו זיין עשירות. "דו מיינסט אז דאס קומט אזוי גרינג? דאס קומט נאר מיט שווערע ארבעט בהדרגה" - האט ער אויסגערופן מיט פאטאס.

ערקלערנדיג וויאזוי ער האט דאס באוויזן: "כ'האב געטראפן א נאדל אין גאס, האב איך עס פארקויפט פאר א גראשן, און מיטן גראשן האב איך געקויפט אן עפל, כ'האב פארקויפט דעם עפל אין אויסטויש פאר א מאראנץ. דעם מאראנץ האב איך שוין פארקויפט פאר פינף גראשן, און דאן האב איך געקויפט צען עפלעך. כ'האב פארקויפט אלע עפלעך און געקויפט מיט די געלט א פעדלער'ס טישל, און אזוי האב איך באקומען אפאר רובל, און דאן ---

--- איז מיין רייכע מומע געשטארבן און מיך איבערגעלאזט א ירושה פון 10,000 רובל.
און דאס רעשט איז היסטאריע... :lol: :lol: :lol:

@אדנירם ווען איך האב יעצט אנגעהויבן ליינען דעם אשכול אין אנגעקומען צו בערלס מעשה איז מיר איינגעפאלן די זעלבע מעשה, כהאב שוין געוואלט קוואוטן אבער געטראכט איך קען קודם ענדיגן ליינען, אויב וועל איך וועל האבן נאך עפעס וואס מגיב צו זיין, והנה, און דו שרייבסט דאס שוין, נו ברוך שכוונת לדעתי הקלושה.

מיינע צוויי צענט בנוגע שפארן, איך בין בטבע א שפארזאמער, (כך קיבלתי מבית אבותי ורבותי) אבער מען דארף נעמען אין קענטעניס די ווייב און די קינדער, אויב זי פילט נישט גוט, נעם איך ארויס די געלט און איך קויף זיך א לאנטש פאר איר, און פאר מיר, וכדומה וכו׳, דער עיקר איז אז אידן זאלן האבן אסאך געלט, און נישט דארפן שפארן נאר עס זאל זיין השפעות טובות אן א שיעור.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
קען איך אן עלטערער איד (לעצטענס אוועק) וואס האט געהאט גענוג געלט צו קויפן הייזער פאר אלע קינדער ! אבער געלעבט א שפארזאמע (חאזערישע) לעבן . אפשר וועט א חלק צוניץ קומען פארן עולם ,
1) ווען ער האט געדארפט אין בית הכבוד איז ער צוגעפארן צום ביהמ"ד. אזוי זיך געשפארט די טישאס ..אינעם פלאש...
2) פארן אין ביהמ"ד אראפ דעם בארג פלעגט ער מאכן דעם קאר אין "ראל" ,
3) אהיים דרייווענדיג ארויף דעם בארג פלעגט ער גיבן געז אין דאן געבן א לעש אויס אין אזוי ווייטער געפארן ,
4) ער האט געהאט אן אלטע אייזערנע ציער וואס וויפיל מאל מען שלעפט עס אזויפיל מאל האט זיך עס צירוק געדרייט. ער האט אויסגערעכענט פונקטליך וויפיל מאל צו שלעפן אז עס זאל זיך אויסלעשן תיכף נאכן טשולענט ..

אז איך שרייב שוין ווי קען איך פארגעסן דעם גערען "פולישע" מיליונער פון בארא פארק לאנדוי וואס האט פאר זיך גענומען די צווייטע שטאק דווקא. ווייל דארט קען ער ליינען דעם המודיע ביינאכט אין בעט צום ליכטיגקייט פונעם סטריט לאמפ...