בלאט 2 פון 2
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 2:47 pm
דורך [NAMELESS]
בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 3:51 pm
דורך אייז קריעם
אמאל מאכט זיך א קרעמל פון צוויי דריי מענטשן און איינער דרשנ'ט, און דערנעבן איז דא א קרעמל וואס זעהט אויס זאפטיגער. בין איך א שלעכטער מענטש אויב ער זעט מיך גיין אהין?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 4:11 pm
דורך שמעלקא'לע
בן אדם האט געשריבן:בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?
ווענדט זיך פון וועלכע זייט מטבע דו קוקסט עס אן...
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 11:57 pm
דורך berlbalaguleh
ביי מיין שכן אקעיגנאיבער טאנצט מען און מ'זינגט 2 אזייגער ביינאכט. און פלוצלינג לעשט זיך אויס די לייט און די גאנצע מוזיק און טאנצעריי סטאפט. און איך פריי מיך...!
Re: בין איך א שלעכטער מענטש אויב...?
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 12:35 am
דורך קל וחומר
כאפסט כאטש א טענצל מתוך שמחה?
נשלח: פרייטאג פעברואר 03, 2017 8:52 am
דורך קומזיץ
מ'פארט מיטן קאר און פלוצים אלעס שטעלט זיך אף! וואס איז? איינער ווייזט נישט וויאזוי פארקען, מ'ווארט א שיעור ביה"ש כר' יוסי און מ'געט עם א צ'יפ פון אונטן בנוסח א פייף
נשלח: מוצ"ש פעברואר 04, 2017 10:23 pm
דורך קלוגע יודל
נשלח: דינסטאג פעברואר 07, 2017 12:58 am
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:בין איך א שלעכטער מענטש אויב איך בין שלעכט? יא אדער ניין?
ביהעיווען שלעכט מאכט נאך נישט א מענטש פאר א שלעכטער מענטש.
דרך אגב, דע גאנצע מוסר דרשה וואס מ'זאגט פאר א בר מצוה בחור אז דער יצר טוב איז א גאסט און דער יצר הרע דער מכניס אורח איז אינגאנצען פארדרייעט. א מענטש איז בעצם גוט ווייל ער איז געטליך, נאר ער איז לימיטעד מיט זיין יכולת ממילא פארזינדיגט ער זיך דא און דארט. איף עניטינג איז דער יצר הרע דער גאסט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 4:21 pm
דורך קאצקע ציקער
אויב מיטן וואטשן נישט צו זיין א שלעכטער מענטש טוסטו נישט דיינע פליכטן כמו שכתוב נאר דו ביסט ביזו וואטשן א גאנצע צייט נישט צו זיין ח"ו א שלעכטער מענטש , דעמאלטס ביסטו טאקע א שלעכטער מענטש!
נשלח: מיטוואך פעברואר 08, 2017 10:30 pm
דורך וואלווי
קאצקע ביזט טאקע זיס, אבער געדענק אז יתמו חטאים ולא חוטאים און ממילא איז ורשעים עוד אינם
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 12:58 am
דורך קאצקע ציקער
זיי מסביר
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 12:26 pm
דורך וואלווי
א מענטש וואס איז זיך טועה און זיין מהלך החיים עד כדי כך אז ער איז אבסעסט מיט וואטשען אויף אן עקסטרעמען אופן נישט צו זיין שלעכט איז ממקורו א צומישעניש און נישט געזונט ערשט דעמאלטס איז ער נישט בגדר שלעכטער מענטש, ער דארף העלפ.
יתמו חטאים ולא חוטאים ווי חז"ל דרש'נען איז מרמז אויף דעם אז זונד איז איין זאך און דאס דארף זיך ענדיגען. אבער דער חוטא כשלעצמו איז א צווייטע זאך וואס דארף נישט קיין יתמו.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 09, 2017 6:50 pm
דורך קאצקע ציקער
איך הער וואס דו זאגסט וואלווי , ווי פארשטענדליך האב איך נישט געמיינט צו זאגן אז ער איז טאקע שלעכט , איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען דאס לצנות פאר דעם נישט געזינטער מענטש וואס מאכט זיכער עקסטרים נישט צו זיין שלעכט אז ער איז יצא שכרו בהפסדו...