בלאט 2 פון 3
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:47 pm
דורך [NAMELESS]
זר זהב האט געשריבן:איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה, ער האט געמאכט ריסוירטש און ער זאגט אז ס'נישט קין דזשאוקס, ס'האט אים גענומען אביסעלע צייט אבער ער ארויפגעקומען אויף די שפורן און ער טענהט אז כאצימאטידית איז ריעל, אמת, שטארק, און באוואפענט מיט די גרינע, ער זעהט נישט א וועג ארויס.
פון וואס די שרייבסט דא זעהט אויס אז עס איז א מין בעד באג
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:52 pm
דורך זר זהב
כ'פארשטיי פון וואו דיין טעות קען קומען. ליסטען, איך רעד נישט דא פון קליינע שרצים'ליך, ס'סיריעס סטאפף.
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 2:01 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:זר זהב האט געשריבן:איינער פון די גאר חשובע מעמבערס דא אין שטיבל קומט צו לויפן צו מיר מיט א בהלה,
ווער האט רחמנות געהאט?
הסבר ביטע
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 2:40 pm
דורך זר זהב
ס'איז הארטברעיקינג, אין א פלאץ וואו אזויפיל חכמים, נבונים, ידענים דרייען זיך ארום, אויף אלעס און אלעמען האט מען א ידיעה און א מיינונג, א סברא לכאן ולכן, א פירכא אן הוכחה אא"וו. אבער ווען ס'קומט צו אזא אימפארטענט זאך ווי כאצימאטידית וואס דאס קען אפעקטן רוב רובו ליינערס דא, מאכט מען א ליצנות און געשפאט. דער זאגט אז ס'עקזיסטירט נישט, יענער זאגט מ'האט עס שוין געהארגעט, ס'א שרץ אד"ג.
הערטס אויף! אז עטץ ווייסט נישט רעדסט נישט! סתם קאלט מאכן האט נישט קיין זין און ס'וועט אפהאלטן אפשר אנדערע פון זאגן וואס זיי ווייסן און האלטן.
שוין 2 טעג וואס איך בעט מיר פאר אן אנאליז, א ידיעה, אן אפיניאן. פליז לאמיר עס האלטן ערנסט און אויף א הויעכן ניווא, און ווער עס ווייסט עפעס איבער כאצימאטידית זאל ביטע מיטטיילן, ותשועה ברוב יועץ, איש את רעהו יעזורי.
נשלח: מוצ"ש אפריל 06, 2013 10:20 pm
דורך זר זהב
א שטיקל אפעדעיט: ס'האט געזאגט שבת אז אויב ס'לעגאל איז עס נישט אנ-עטיקעל.
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 1:01 pm
דורך זר זהב
ס'איז א גריכישער. וועט פאר עס געשען א נס חנוכה, אדער וועלן מיר געראטעוועט ווערן דערפון?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 2:18 am
דורך ונבנתה העיר
זר, דו האסט כאטש א ווארד-פייל מיט'ן כאצימאטידית גרייט אויף קאפי-פעיסט? כ'האף אז דו גייסט נישט נאכקוקען די ספעלינג יעדעס מאל עקסטער...
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:50 am
דורך לעמאן דזשוס
עפעס חדשות מיט דעם כאצי?
עפעס הער איך אז עס גלייכט זייער אוויאציע.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:09 am
דורך נולד מאוחר
יעצט געזען א באמבער סטיקער 'כאצימאטידית'. א שחור דרייווד די קאר. וואסי פשט
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:09 am
דורך זר זהב
פשט איז, אז עס באקומט א שטיקל מאוומענט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:02 pm
דורך בעל הבית
איך מייו עס איז פין די זעלבע משפחה ווי פייוויש פין OORHA
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:59 pm
דורך הדד בן בדד
רבותי, דער זר'ל דא שרעקט מיך געפערליך אן מיט דעם כאצימאטידית, און דער פאקט אז עס איז פארהוילן אונטער אזא מיסטעריע מאכט עס נאר ערגער. איך האב געקלערט אריינצומישן די עף בי איי דא, (אין שטערן האבן איך אמאל געליינט אן ארטיקל וועגן זיי, כ'מיין אז דורך דעם אפיס פון דער שטערן קען מען אנקומען צו די עף בי איי), אבער זר טענה'ט דאך אז עס איז א ריין לאקאלער זאך, נו וואס האב איך פון אריינמישן די פעדעראלע עף בי איי. אבער דער שרעק נעמט מיך איבער.
איך האב שוין אנגעהויבן קלערן פון אנטלויפן פשוט פון אמעריקא, אדער לפחות פון דעם גאנצן ניו יארקער אומגעגענט. פשוט דער כאצימאטידית הערט זיך אזוי שרעקעדיג, אז איך ווייס פלעין נישט וואס צו טוהן דערוועגן. אויב אנטלויפן, ווייס איך נישט וואואהין, און אויב בלייבן מאכט מיך די שרעק צודרייט, סאו וואס טוט מען.
ערשט יעצט טראכט איך גאר, אז אפשר איז עס א קאנספיראציע קעגן אונז, און אפשר גאר איז די עף בי איי אליינס א טייל פון די קאנספיראציע...
יוי, איך ציטער
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:15 pm
דורך מיין מיינונג
לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 10:17 pm
דורך ברסלבער
מיין מיינונג האט געשריבן:לויט אלע אנגעבליכע סימנים רעדט זר זהב גאר פון דעם מעיאר קאנדידאט פאר ניו יארק, קאסטימידיות
יעצט האסטו גע'הרג'ט די זאך, עס איז אזוי גוט געפארן, וואס האסטו געדארפט מגלה זיין דעם אמת...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:35 am
דורך געפילטע פיש
זר, אפשר ביסטו מגלה ווי אזוי מ'פראנאונסט דעם ברי'? די 'ת' איז מיט א פינטל צו אן?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:43 am
דורך זר זהב
אן
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:46 am
דורך זר זהב
דא האסטע אים
א בושה אז איך האב נישט געקענט אפילו איינעם קאנווינסן פאר א שטיקעלע אנאליסיס, חיזוק, אפיניאן אד"ג.
איך בין אזוי פארפיינטעט דא אין שטיבל?
סוי בי איט. איי דאונט קער.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=k0iunjwVFJI[/youtube]
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:50 am
דורך זר זהב
דא אנאונסט ער אז ער לויפט
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=25V_J5pswhI[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:33 pm
דורך [NAMELESS]
דער מילקשעיקר זצ"ל האט פאר זיין פטירה זיך אויסגעדרוקט צו זיין גבאי ר' טודרוס נחום "איך וועל מיטנעמען כאטצי'ן" דער גבאי האט זיך געוואונדערט, אבער דער רבי איז נפטר געווארן און פונקט דאן האט כאטסימאטאדיס זיך אויסגעגליטשט אויף א באנאנא אינמיטן וואקן, און לאמיר אייך פרעגן אז ער קען נישט וואקן, קען ער לויפן? כאטצימאטאדיס איז א פארגאנגענהייט! גדולים מעשי המילקשעיקער!
Brooklyn GOP Chairman Craig Eton Backs John Catsimatidis
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 6:59 pm
דורך זר זהב
נשלח: מיטוואך מאי 08, 2013 12:19 pm
דורך בעל הבית
היינט אויף 710 האט מארק סימאן שטארק ארום גרעדט פון זר"ס פרענד כאצימאטידית, ער געט עם שטארקע האפענונג צו ווערן מעיאר ,
זר איך פארשטיי ער וועט דיך געבען א שיינע פאזיציע, ווייל די ביסט געווען פון די עשרה ראשונים וואס האבן עם אזוי ווארים אויפגענומען,
נשלח: דאנערשטאג מאי 09, 2013 11:45 am
דורך פרענטש וואנילע
ווי איך הער רישט זיך אונזער מיליאנער - מאיאר קאנדידאט כאצימאטידית צו לאנטשען א ערענסטען קאמפיין, ער וויל לייגען זיין געלט צו זיין סערוויס, ערשטע שריט אין דעם קאמפיין: 1. ווער ס'שטימט פאר אים באקומט הונדערט דאללער, 2. ווער ס'קען ארויסזאגען זיין נאמען באקומט צוויי הונדערט..
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2013 10:27 pm
דורך אוי טאטי
קאמפיינט אין גרויסן..