בלאט 2 פון 3
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:48 pm
דורך דולה ומשקה
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.
ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס,
צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.
דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז:
ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:51 pm
דורך דָּוִד
nobody told me. found it by some link or google search. don't remember
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 4:54 pm
דורך אוהב דעת
מיט מיר איז די מעשה אזוי: נאך יארן דורך גיין אזויפיל קראנקליכע יסורים, זעהענדיג ווי מיין פאלק גייט אונטער, ס'בלייבט פון אונזער געמיינדע נישט קיין איין נארמאלע מענטש, אלעס ווערט מער משוגע ביי די טאג, אז מקען ממש אראפ גיין פון זינען, האב איך שוין מער נישט געקענט אויסהאלטן, איך האב געפאסט 40 טעג. און צום סוף איז מיר א מלאך געקומען אין חלום, און מיר געזאגט איך זאל נישט זיין אזוי צובראכן, כביכול איז נישט באנקראט, ס'איז נאך איבערגעבליבן א שארית לפליטה..... גיי צו קאווע שטיבל וועסטו טרעפן השם'ס אויסגעוועלטע.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 9:19 pm
דורך petergrifin
און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 10:37 pm
דורך נולד מאוחר
מיר האט קיינער נישט דערציילט, איך ווייס נישט וואס דאס איז קאווע שטיבל.
איך ווייס נישט אז ס'עקזיסטירט אזא זאך. אין מיין לעבן נישט אריינגעטרעטן דארט.
האסטו נישט געהערט אזוי האב איך געזאגט היינט אין מקוה.
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:09 pm
דורך קאצקע ציקער
petergrifin האט געשריבן:און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח
דיין שווער דרייט זיך אויך אין קאווע שטיבל??רחמנא ליצלן!!
א משפחה פון משכילים..
נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2013 11:14 pm
דורך נולד מאוחר
petergrifin האט געשריבן:און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח
איך האב א זין און די יארן. דיין שווער האט נישט א טאכטער יעצט?
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:05 am
דורך petergrifin
נולד מאוחר האט געשריבן:petergrifin האט געשריבן:און איך ברוך השם בין נתקרב געװארען גלײך נאך מײן חתונה דורך מײן חשובער שװער און שװאגערס
סײ באזײ אינדערהײם אין סײ אין קאװע שטיבל מיט א װארימקײט א גרויסע ישר כח
איך האב א זין און די יארן. דיין שווער האט נישט א טאכטער יעצט?
װי גײען זײ זיך טרעפן אויף קאװע שטיבל?

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:27 am
דורך הפך_בה
א חבר האט מיר דערציילט פין קאווע שטיבעל בשעת מיר זענען געפארען צוזאמען צום איחוד פעלד. זייט דעמאלטס ליין איך דא גאנץ אפט, מיט גרויס הנאה.
עס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה ווי א בעל עבירה איז געגאנגען צום גלח זיך מתוודה זיין אויף זיין זנות עבירות. ער האט זיך אבער צוריקגעהאלטן פון זאגן מיט וועם ער האט מזנה געווען. דער גלח האט פרובירט ארויסשלעפן א נאמען פון אים, און האט אים אנגעפרעגט אויף פארשידענע פרויען וואס האבן זיך צו אים שוין מתודה געווען אויף זייערע מעשים טובים. אבער הוא באחת, ער האט נישט געוואלט אריינדרייען דעם פרוי אין א פאסטקע. דער גלח האט אים געזאגט אז ווילאנג ער זאגט נישט אויס האט ער נישט קיין כפרה. פון דעם גלח'ס שטוב איז ער ארויס אן אפגעשמיסענער, דא האט ער זיך מבייש געווען פארן גלח, און דא האט ער אפי' נישט קיין כפרה. איבערעדענדיג דאס מיט זיין גוטע חבר האט ער זיך געטרייסט, מילא א כפרה האט ער נישט, אבער כאטש האט ער זיך איינגעהאנדעלט אפאר נייע אדרעסן

נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 12:30 am
דורך בונעס איירעס
איך גלייך פארצייטישקייטן און גיין בדרכי אבות, האב איך געזיכט א אידיש היימישע ווערץ הויז און מיין געגענט, האב איך אריינגעלייגט אין אידיש די ווערטער "קאווע שטיבל" פאר גוגול, איך קען דאך וויליאמסבורג מיט אירע געגענטער ארום, איך ווייס דאך אז סאיז לשוא צו זיכען אזאנס אבער האב איך געקלערט, אפשר דאך וועט עפעס דאך זיך געפינען אין די וויליאמסבורגער עריע, איך זאל נישט דארפן פארן פאר א קאווע אין א ווערץ הויז ביז די קליינע שטעטלעך אין איסטערן יוראפ ווי די אידישע קרעטשמיסטן האבן אנגעפירט זייערע ווערץ הייזער, און הערט דאס איז ארויף געקומען...א "קאווע שטיבל" אין מיין נאז אריין!! אזוי נאנט צו מיין עריע אזאש אפי' אין מיין געלעגער אריין!
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 2:27 am
דורך טעפל
פארוואס האסטו געזוכט אין בונעס איירעס א קאווע שטיבל אין וויליאמסבורג??
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 5:22 am
דורך יואליש
דולה ומשקה האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.
ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס,
צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.
דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז:
ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!
זינט איר עקזיסטענץ, האב איך באזיכט צוויי מאל אין צימעס. איך ווייס אפי' נישט אז ס'עקזיסטירט. כ'געדענק ווי כ'בין אינטערגעשפרינגן בשעתו ווען די אחראים האבן מיט חכמה ערפינדן א מהלך וויאזוי צו מאכן צימעס פון די קינדערישע שמועסן אן נעמען די גרינגע מהלך פון צענזור אבער כבודם במקומם מונח עס פארפאקן ערגעץ אין די הרי חושך ווי ס'איז לא שלטה בה עינה.
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 1:53 pm
דורך berlbalaguleh
הפך_בה האט געשריבן:א חבר האט מיר דערציילט פין קאווע שטיבעל בשעת מיר זענען געפארען צוזאמען צום איחוד פעלד. זייט דעמאלטס ליין איך דא גאנץ אפט, מיט גרויס הנאה.
עס דערמאנט פון די באקאנטע מעשה ווי א בעל עבירה איז געגאנגען צום גלח זיך מתוודה זיין אויף זיין זנות עבירות. ער האט זיך אבער צוריקגעהאלטן פון זאגן מיט וועם ער האט מזנה געווען. דער גלח האט פרובירט ארויסשלעפן א נאמען פון אים, און האט אים אנגעפרעגט אויף פארשידענע פרויען וואס האבן זיך צו אים שוין מתודה געווען אויף זייערע מעשים טובים. אבער הוא באחת, ער האט נישט געוואלט אריינדרייען דעם פרוי אין א פאסטקע. דער גלח האט אים געזאגט אז ווילאנג ער זאגט נישט אויס האט ער נישט קיין כפרה. פון דעם גלח'ס שטוב איז ער ארויס אן אפגעשמיסענער, דא האט ער זיך מבייש געווען פארן גלח, און דא האט ער אפי' נישט קיין כפרה. איבערעדענדיג דאס מיט זיין גוטע חבר האט ער זיך געטרייסט, מילא א כפרה האט ער נישט, אבער כאטש האט ער זיך איינגעהאנדעלט אפאר נייע אדרעסן

די מעשה'לע ווערט דערציילט איבער א בארימטן רבי'ן. וואס ער פלעגט ארויסגעבן תיקוני תשובה פאר באל אוויירעניקעס. איין טאג זענען געקומען צוויי חבירים ארויסנעמען א תשובה. זאגט איין חבר פאר'ן צווייטן איכ'ל אריינגיין צום רבי ערשט. אויב ס'וועט זיין א גוטע תשובה וועסטו אויכעט אריינגיין. האט איהם דער רבי געפרעגט "האסט אפשר געטון די עבירה מיט די פרוי וואס וואוינט אויף ...סטריט: אפשר מיט די פון יענעם אפארטמענט בילדינג אויף ...עוו"? וכו'. ווען ר'איז ארויס געגאנגען פון רבי'ס שטוב האט איהם דער חבר געפרעגט "וואס פארא תיקון תשובה האסטו באקומען פון רבי"? האט ער געענטפערט. " א תשובה אפשר נישט אבער כ'האב באקומען א פאר נייע אדרעססן!
נשלח: דינסטאג פעברואר 12, 2013 9:45 pm
דורך איך אויך
איך בין אויך אנגעקומן אהער פון יענע אשכול הידוע אויף אייוועלט.
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:15 pm
דורך משה געציל
איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פר"מ האט אינטערוויאוט באריסטא'ן אויף קול מבשר. איינער געדענקט וועלכע נומבער עס איז?
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:24 pm
דורך לעמיל
משה געציל האט געשריבן:איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פר״מ האט אינטערוויאט בארסיסטא׳ן אויף קול מבשר. איינער געדענקט וועלכע נומבער עס איז?
נישט ברייער האט אים איבער געגעבען די ווארט?
נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:21 pm
דורך [NAMELESS]
א חבר מיינע האט געזעהן ווי אזוי איך שרייב, האט ער מיר געזאגט אז איך זאל דא אהערקומען, ווייל דא וועל איך טרעפן חברים כצלמי וכדוגמתי. און ער האט זיך נישט טועה געווען. און איך האב ב"ה זייער הנאה.
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 2:12 pm
דורך קאצקע ציקער
חברה כאפטס א בליק אויף דעם אשכול ס'איז ציקער זיס ווי זיי רעדן פון אונדז אנפאנג אשכול און די נביאות זייערע אז די קאווע שטיבל גייט נישט אנהאלטן צו לאנג
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=21&t=16787
Re: ווער האט דיר פארציילט וועגן קאווע שטיבל?
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 3:19 pm
דורך יהודי פשוט
אדער טויג נישט עפעס מיט דעם לינק, אדער האבן זיי שוין פארמאכט יענעם אשכול
נשלח: מאנטאג יוני 29, 2020 3:27 pm
דורך קאצקע ציקער
פאראכטן
נשלח: דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:21 pm
דורך דולה ומשקה
ווער ס'האט מיר געזאגט פון קאווע שטיבל געדענק איך שוין נישט, אבער דאס איז זיכער אז קאוועשטיבל האט מיר געזאגט פון 'פאליש' זכרונה לברכה.
איי יייי ייייי יייי איי סעגעווען גוטע צייטן....
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 4:38 am
דורך דוראק
קיינער האָט מיר ניט דערציילט איבער קאַווע שטיבל. איך בין געפאַלן אַהער בדרך צופאַל (בלשון החסידות – בהשגחה פרטית). איך בין אַ שטאַרקער ליובאָווניק פון דער אידישער שפּראַך, האָב איך געוועלט זען ווי מ'רעד עס אינדרויסן פון אונזערע קרײזן. במציאות, האָט קאַווע שטיבל אַ סך אַ שענערער אויסשטעל פאַר אײוועלט (היינו – ס'שײנט בעסער פאַר די אויגן). ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד), נאָר אַזוי ווי איך בין געפאַלן אַהערצו, און איך פיל זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, בין איך שוין געבליבן דאָ... אַצינד פיל איך זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, און מיר איז גוט דאָ, צו וואָס דאַרף איך גיין זוכן פרעמעדע גליקן?
און פון דעם זעט מען רבותי, ווי וויכטיק עס איז אויפצוהיטן אַ שיינעם אויסזען.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 20, 2020 9:11 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוראק האט געשריבן:קיינער האָט מיר ניט דערציילט איבער קאַווע שטיבל. איך בין געפאַלן אַהער בדרך צופאַל (בלשון החסידות – בהשגחה פרטית). איך בין אַ שטאַרקער ליובאָווניק פון דער אידישער שפּראַך, האָב איך געוועלט זען ווי מ'רעד עס אינדרויסן פון אונזערע קרײזן. במציאות, האָט קאַווע שטיבל אַ סך אַ שענערער אויסשטעל פאַר אײוועלט (היינו – ס'שײנט בעסער פאַר די אויגן). ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד), נאָר אַזוי ווי איך בין געפאַלן אַהערצו, און איך פיל זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, בין איך שוין געבליבן דאָ... אַצינד פיל איך זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, און מיר איז גוט דאָ, צו וואָס דאַרף איך גיין זוכן פרעמעדע גליקן?
און פון דעם זעט מען רבותי, ווי וויכטיק עס איז אויפצוהיטן אַ שיינעם אויסזען.
וואגן זאלסטו צו גיין קיין אייוועלט!
און וואגען זאלסטו צו שרייבן אויף אייוועלט די תורת חב"ד דיינער. מ'וואלט דיר אויסגעשפארט נאך איין טאג, פאר'ן זיך נישט אננעמן פאר'ן נשתכחה באוועגונג.