בלאט 2 פון 46
וואס אלץ כ'האב נישט אריינגעטראכט
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:44 pm
דורך גוטזאגער
אז די גלעזער אינדעסטרי איז א יודישע אינדעסטרי
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 8:40 pm
דורך נולד מאוחר
אז ווייטעמין e oil העלפט פאר א וואנד אזוי ווי מציצה פארן ברית וואנד לויט די DOH.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:39 pm
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:פאר א דזשאוק איז עס זיכער גוט.
- אלע וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן געהאט אן אבסעסיע מיט עפעס. ד.ה. זיי זענען מיט עפעס געווען ביזי שטענדיג.
- סאטמאר רב איז געווען קינדערלאז, איז ער פארנומען געווען מיט ציונות.
- ליובאוויטשער, מיט משיח.
- גערער, מיט קדושה
-
לאמיך אפ מיט די גערער "קדושה". די מערסטע פארדארבענע בחורים וואס זענען געווארן "חילונים" זענען געקומען פון גערער ישיבה.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 9:18 am
דורך לעמיל
berlbalaguleh האט געשריבן:לאמיך אפ מיט די גערער "קדושה". די מערסטע פארדארבענע בחורים וואס זענען געווארן "חילונים" זענען געקומען פון גערער ישיבה.
אבי געשאסען א סטעיטמענט
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:43 am
דורך berlbalaguleh
ס'איז נישט אבי געשאסן. א סאך רעכטע חילונים אין א"י זענען געוועזענע גערער ישבה בחורים וואס האבן געפייט ביי די מלחמת השחרור אין .1948
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:10 pm
דורך משה געציל
אז שלמה קארלביך האט געהאט א ניק נאמען עממי, לעצטענס געזען צוויי אלבוימס וואס זינגען זיינע ניגונים און שרייבן דארט לחן: עממי...
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:22 pm
דורך זר זהב
משה געציל האט געשריבן:אז שלמה קארלביך האט געהאט א ניק נאמען עממי, לעצטענס געזען צוויי אלבוימס וואס זינגען זיינע ניגונים און שרייבן דארט לחן: עממי...
יא! א חוצפה פון כהנא און די אנדערע לחיים ארויסגעבער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:01 am
דורך זר זהב
נישט געוויסט ביז היינט אז ס'דא א אידישער לעצטער נאמען "באדוש"
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:24 am
דורך זר זהב
נישט געוויסט ביז היינט אז ס'געווען א מעלבוירנער רב מיט'ן נאמען אשכנזי, און אז ער איז געווען אזא גדול איש מורם מעם. אזעלכע אידן דארפן נפטר ווערן אז איך זאל וויסן אז ער האט אמאל געלעבט!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:28 am
דורך שמעקעדיג
אין וועלכע הייל האסטו געלעבט?...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:34 am
דורך זר זהב
פארוואס א הייל? מיר ליגט אין קאפ אז איינער בעק איז מעלבוירנער רב. -- איך קען די אשכנזי משפחה, נישט געוואוסט ווער זייער פאטער איז. אינעם איד איז ער געווען באשריבן אויף נישט ווייניגער ווי 8 בלעטער! און פאריגע וואך איז געלאפן א לענגערן ארטיקל איבער בריוון אויסטוישן וואס ער האט געהאט מיט פריערדיגע גדולים, מיט וואס פארא טיטלען זיי באווארפן אים וואלטעך מער געדארפט הערן איבער אים ביים לעבן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:15 pm
דורך גוטזאגער
איין השערה פ"וו דו זאלסט נישט האבען געקענט דעם גרויסן נפטר ז"ל איז אפשר ווייל דו האלסט אפשר נישט מוט מיט די שמחות פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר וואס ער האט זיך שוין עטליכע מאל זיך משדך געווען מיט די אשכנזי משפחה און די מלבעראנער רב איז געזעצן אויפן אויבנאן
און די מעגסט וויסען אז נישט נאר דער וואס זענען באקאנט זענען גדולים סדא גרויסע חלמידי חכמים וואס זיצען און ווינקעל און קיינער רעדט נישט פון זיי
גראדע האב איך אליין געהערט וויאזוי ער האט דערציילט וואס ער געדענקט פון די בעלזער רב ר' ישכר בער וועןער האט אים געזען די ערשטע מאל אלץ קליין קינד און ער האט אפי' באקומען א ברכה און ער האט
אויך האט ער אמאל דערציילט און אן אונטערוויא פאר א אויסגאבע די שייכות וואס ער האט אלץ געהאט מיט די בעלזער רב ר' אהרלע זי"ע און אז די בעלזער רב האט אים געשיקט אויף שליחות'ער און ער האט נישט געוואלט אויס זאגען אויף וואסערע שליחות האט אים די בעלזער רב געשיקט
יהא זכרו ברוך
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:45 pm
דורך קרעקער
ער האט געטראגען שליחתער צווישען סאטמער און בעלזער רביים זצ"ל
וואס ווייזט אויף זיין גרויסקייט אמאל ווען ער איז אויכט געווען דער ראש המדברים בכל מקום
אבער אין די לעצטע יארען האט ער עפעס עקספייערט ציליב עלטער
פין זיינע אייניקלעך האט מען שוין אסאך מער געהערט
זעט אויס זיי האבען בעסער געקענט די מלאכה וויאזוי א רבי איז גרויס היינט ציטאגס ווי בעסער געשמירט הערשל רובינשטיין וכו'
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:50 pm
דורך זר זהב
ער האט געזאגט אז מהר"אס (בעלזע) גבאים האבן אים געדרייט א קאפ און איינגערעט אז סאטמאר רב זאל אים האבן בארעדט. און די גבאים האבן זיך איינמאל געוואלט צוווילדעווען אויף אים ווען ער געווען אין שטוב, האט בעלזער רב געזאגט אז ווער סטשעפעט רב אשכנזי'ן איז אזוי ווי ער טשעפעט אים אליינס.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2012 11:23 pm
דורך גוטזאגער
והיה ביום ההוא יתקע בשופר גדול
וואס עפעס מיט א גרויסע שופר? ווייל די שופר קומט דאך פון אילו של יצחק און די לינקע שופר האט מען גענוצט ביי מתן תורה און די שופר פון די רעכטע זייט האט מען אוועק געלייגט פארן גרויסען טאג און ביי יעדע בהמה איז די רעכטע שופר גרעסער ווי די לינקע שופר וועגן דעם בעטן מיר אונז
יתקע בשופר גדול
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 11:33 am
דורך שמעקעדיג
אז א פרוי וואס איר מאן איז נפטר געווארן ל"ע, אויב זי האט חתונה מיט א צווייטן, טאר זי מער נישט גיין צום קבר פונעם ערשטן מאן, זי דארף גענצליך איבעררייסן אלע קשרים מיטן געוועזענעם מאן.
(געזעהן אין נטעי גבריאל הלכות אבילות)
פיזיקס!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 12:37 pm
דורך זר זהב
איך האב נישט געוויסט ביז היינט פון
אזא זאך וואס רופט זיך super-cooled water. די וואסער איז אין א טעמפוטואר זאנע וואו ס'וואלט שוין לאנג געדארפט זיין פארפרוירן אייז, און דערווייל איז עס געהעריג רינעדיג ליקוואוד!!
פון א
לינק וואס כאב ארויפגעלייגט אינעם אנדערן אשכול ווערט מען געוואויר אז איינע פון די זאכן וואס האט געקענט שטערן דעם עראפלאן סענסארס פון זעהן ווי שנעל דער פליגער פליהט איז די סארט ריינע סופער קאלטע פליסיגע וואסער וואס איז פליסיג ווילאנג ס'איז אין די אטמאספערע אבער ווי נאר ס'ווערט אנגערירט/אומריין ווערט ער תיכף אייז! גיב א קוק
דא ס'נעמט אפאר סעקונדען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 07, 2012 3:08 am
דורך זר זהב
אז גאנץ חודש אלול, ר"ה, עשי"ת, תשליך, כפרות, יו"כ, סוכות איז בלויז אן הכנה צום אתה הראית. נאכ'ן דאס הערן דעם שבת אין ביהמ"ד האב איך געוואלט צוגיין צום רעדנער און עם אראפלאזן א פראסק, יעצט זאגסטע מיר?!?! ס'מיר אדורך די אלע טעג און גארנישט אינזינען געהאט דעם הכנה צום אתה הראית. און ווען איך ווייס ווען בעפאר וואלט איך נישט געווען אזוי אנגעצויגן די אלע טעג.
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:05 pm
דורך זר זהב
אז איך בין גארנישט אזא יאנטשי אפגעפרגעטער ביים קיהלן פענסיער אינגערמאן ווען איך זאג "
עראפלעין". וואס הייסט? געוויסע מאכן חוזק פון די וואס רעדן א היימישע אידיש ווי למשל "גיי ארויף די
סטעפסעס"... א לעיקוואדער וועט לאכן ווייל ס'נישטא אזא ווארט. הגם ס'איז א הייליגע אידישע ווארט און מ'דארף אזוי רעדן על אפם ועל חמתם! ווייל דאס איז הייליג אידיש!
דער לעיקוואודער וועט זאגן "עירפלעין" נישט "עראפלעין" אבער קוק אהער, ס'גראדע נישט א פאדרייטע ווארט. -- נישט אז ס'מאכט א חילוק ח"ו.
http://www.google.com/webhp?hl=en&tab=n ... 63&bih=551
נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 7:16 pm
דורך sunbar
עס שטייט אז עס איז א heavier than air powered ...
דאס מיינט א אידישע עראפלאן?
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 2:24 am
דורך ונבנתה העיר
אז אונזער יואליש
דרייעט זיך גאר אין רבי'נס שטעטל...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:56 am
דורך לאדיך אפ
אז ווען מלויפט פאר עקסערסייז (זשאגגען) מאכט מען שטארק די מוסעלס אין בויך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 9:12 pm
דורך זר זהב
אז אריסטו האט געשריבן פאר אלכסנר מוקדון סוף ימיו אז אלע פיליזאפישע וואטעווער זענען שטותים מיט הבלים. (גליון נר ההפטורה פר' תולדות)