בלאט 2 פון 3

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 1:54 pm
דורך מילך טראק
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
קודם כל סאיז זייער שווער פאר א איד צו אנטלויפען פון איראן, זיי ווילן דאך ווייזן פאר די וועלט אז אידן זענען צופרידן דארט, ווען איינער אנטלויפט וועלן זיי שטראפן די משפחה וואס איז געבליבן דארט,

אבער בככל איז זייער שווער צו זאגן פאר א מענטש צו אנטלויפן פון זיין וואוין ארט , דאס איז די סיבה פארוואס די אונגערישע אידן זענען נישט אנטלויפן אפילו די וואס זיי האבן געוויסט וואס גייט פאר אין פוילן,

אבער אפילו פון ברוקלין איז אזוי שווער ארויסצומופען א פאר מייל ארויס שטעל דיך פאר וואס מיינט מאפן פון א לאנד

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 2:15 pm
דורך פעטוועי רבי
ממש לעצטענס

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 2:33 pm
דורך זויער טייג
פעטוועי רבי האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:15 pm ממש לעצטענס
ישראל דוד האט ווייסע זאקן וועגן פאנגעס?

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 2:39 pm
דורך פעטוועי רבי
זויער טייג האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:33 pm
פעטוועי רבי האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:15 pm ממש לעצטענס
ישראל דוד האט ווייסע זאקן וועגן פאנגעס?
ראדני#

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm
דורך היום
פרוכט זאפט האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:14 am
חב''ד הויזן האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:11 am
שמעקעדיג האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 8:05 am
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו

עקלהאפטיגע תגובה!
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אומדירעקט? זעהט אויס די ווייסט עפעס פרטים. קום פליז אריין קלאר
וואס איז טאקע די מעשה דארט? ס'איז דא עפעס נאך פרטים ערגעץ?
איך פרעג נאר פאר נייגעריקייט, לגבי העלפן מיט פדיון שביים, און מציל נפש אחת, מאכט עס בכלל נישט קיין נפק''מ.
זיכער דארף מען מתפלל זיין און טיען וואס מען קען נאר.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 4:41 pm
דורך מילך טראק
חב''ד הויזן האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:11 am
איך וואלט נישט געניצט טאקע די אויסדרוק מתחייב בנפשו אבער א פלאץ ווי פארן הרגענען אומדירעקט קען די פאמיליע פארלאנגען טויט שטראף איז נישט קיין פלאץ ווי יומען ביאינגס קענען וואוינען....
אבי גערעדט, די ביסט נישט אנטלויפן פון אמעריקע ווען מהאט געהארגט מארטין גראסמאן, (איך גלייב אז די וויאנסטו נאך אין ק"ה)
נישט אז איך האלט ח"ו אז ער איז מחיוב מיתה, אבער למעשה איז דא געווען א מעשה רציחה, מקען אויך נישט וואוינען אין א פלאץ ווי מהאגט מענטשן אין קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 4:44 pm
דורך מילך טראק
היום האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:39 pm [

וואס איז טאקע די מעשה דארט? ס'איז דא עפעס נאך פרטים ערגעץ?
איך פרעג נאר פאר נייגעריקייט, לגבי העלפן מיט פדיון שביים, און מציל נפש אחת, מאכט עס בכלל נישט קיין נפק''מ.
זיכער דארף מען מתפלל זיין און טיען וואס מען קען נאר.
ר משה מארגערעטן זאגט אויף ק"מ אז די משפחה זענען אים געווען שילדיג געלט און ווען ער איז זיי עס געגאנגען אננעמען האבן זיי אים געוואלט הרגענען און בשעתן זיך פארטייטיגען איז איינער פון זיי געשטארבן.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 7:03 pm
דורך קהל'ס נער
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:34 am א איד וואס וואוינט אין אזא מקום חוקי סדום איז זיך מתחייב בנפשו
פארוואס מיינסטו אז זיי קענען אנטלויפן?

In order to prevent circumvention of emigration restrictions, the Iranian government prevents Jewish families from traveling abroad contemporaneously.[24]

וויקיפדיה

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 7:24 pm
דורך יאסל ראקאווער
איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 9:39 pm
דורך berlbalaguleh
דאס איז נאר א גאר קליינער טייל פון אויפדעקן דעם שקר און פראפאגאנדע וואס די קראנקע מענטשן בתוך מחנינו ווילן פארקויפן אז די אידן האבן זייער גוט געלעבט אין די מוסלמענישע מדינות. ביז די ציונים זענען געקומען. זיי ברענגען אייביג הרב שמאפלאן. מיט זיינע שטותים.

אט דאס איז א באווייז אז אלעס איז שקר און בלאף . שאריא לא. (די מוסלמעניש געזעץ) זאגט אז א איד אדער (להבדיל) א קריסט איז קיינמאל נישט גערעכט אקעגן א מוסלמעינער.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 9:45 pm
דורך משה רבקש
אבימלך האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 3:23 pm
זייט מתפלל פאר נתנאל בן ציונה
די איראנער האבן אים פיינט ווייל זיין מאמע'ס נאמען איז 'ציונה'...
מ'ברויך איר צוגעבן א נאמען 'אלטא פיגא'....

ערנסט גערעדט, איך הער אז די ניטורא קרתא פארארבעטן ערנסטע שתדלנות... זיי האבן נאך א אידישע פונק....

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג מאי 19, 2024 10:22 pm
דורך אשרי העם
פארמעקט

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 12:05 am
דורך היום
אשרי העם האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 10:22 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 9:39 pm דאס איז נאר א גאר קליינער טייל פון אויפדעקן דעם שקר און פראפאגאנדע וואס די קראנקע מענטשן בתוך מחנינו ווילן פארקויפן אז די אידן האבן זייער גוט געלעבט אין די מוסלמענישע מדינות. ביז די ציונים זענען געקומען. זיי ברענגען אייביג הרב שמאפלאן. מיט זיינע שטותים.

אט דאס איז א באווייז אז אלעס איז שקר און בלאף . שאריא לא. (די מוסלמעניש געזעץ) זאגט אז א איד אדער (להבדיל) א קריסט איז קיינמאל נישט גערעכט אקעגן א מוסלמעינער.
דאס אז איר זענט א ציוני און אן ארוני ווייזט שטארק ארויס וואס מהר״א און איר קהלה איז
סאיז א כבוד פאר סאטמאר אייער ניק
#ציוני
#ארויני
דיין הערה דא איז ממש גאר וויכטיג און אויפן פלאץ!
די ברענגסט דאך ארויס אזא ארגינעלער געדאנק אז מקען ממש שפרינגען...
עד כדי כך, אז די דארפסט שוין גארנישט שרייבן זאכלעך... און ס'איז אפילו כדאי צו פארפארן פונעם נושא דא וועגן דעם...

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 am
דורך אשרי העם
מפעל הצלה רב טוב

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 1:57 am
דורך קהל'ס נער
אשרי העם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 am מפעל הצלה רב טוב
זיי האבן געטוישט די מאמעס נאמען, לאל

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 7:39 am
דורך אךטוב
איז דער איד א שומתומ"צ? וויאזוי איז פון א געפעך אנגעקומען צו טויט????

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 10:08 am
דורך מילך טראק
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:24 pm איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.
אין אמעריקא האט א איד אויך נישט קיין שאנסן אקעגן א גוי
וואס מהאט געטון מיט ר שלום מרדכי, און ר שלום ווייס איז נישט געווען בלויז שנאת ישראל ?

איך זעה נישט וואס איז אזוי שרעקליך פון דעי מעשה, ווען מוואלט דן געווען מנחם שטראק מערדער למיתה וואלסטו פארשטאנען, נישט חס ושלום אז סאיז די זעלבע, מקען אבער פארשטיין פארוואס די גוי קוקט עס אזוי אהן

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 12:30 pm
דורך מילך טראק
אשרי העם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 am מפעל הצלה רב טוב
סהאט געדוירט א גאנצען טאג זיך צו דערמאנען ווי זיי האבן צען יאר צוריק אוועקגלייגט די שליסלעך פון די רב טוב אפיס

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 1:04 pm
דורך בר גיורא
יאסל ראקאווער האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:24 pm איך בין נישט געווען באקאנט מיט די מציאות. שרעקליך!

אז מ'אנעלעזירט שוין יא די מציאות, וואס איז פשט פון די געזעץ? א איד האט נישט קיין רעכט זיך צו פארטיידיגן אנטקעגן איימיצער וואס וויל אים הרג'נען? אזוי ליין איך די מעשה ער האט זיך געקריגט מיט איימיצער און יענער איז ארויס מיט א מעסער קעגן אים אבער ער קען נישט ברענגען קיין עדות אינטער זייער חוקי סדום אויפצוווייזן אז ס'איז געווען נאר און פארטיידיגונג.
איז נישט די געזעץ די זעלבע דאהי, אז ווען דו הארגעסט איינעם דארפסטו קענען אויפווייזען אז סאיז געווען סעלף דיפענס?
(איך קען נישט די מעשה דארט. אבער די נקודה פארשטיי איך נישט)

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 3:55 pm
דורך berlbalaguleh
פעטוועי רבי האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 2:15 pm ממש לעצטענס
דער זכות זאלל איהם ביישטיין.(פאר ביידע).

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: מאנטאג מאי 20, 2024 5:56 pm
דורך אשרי העם
אינטערוויו: "איראן", א שרעקדיגע ווארט פון די יוגענט, א קאפיטל היסטאריע פון ארויסראטעווען אידן אין איראן / די שווערצערס / דאס אומקום פון דער איראנער פרעזידענט / דער בחור אין אין איראן: הרב אהרן בינער, רב טוב
https://www.yiddish24.com/interviews/12/106272

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: דינסטאג מאי 21, 2024 1:59 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:57 am
אשרי העם האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:17 am מפעל הצלה רב טוב
זיי האבן געטוישט די מאמעס נאמען, לאל
נו, ביי רב טוב איז ציונה אויך פסול. ווען ער וואלט געשריבן א גט ביים ביד"ץ פון די עדה החרדית וואלט דער נאמען ציונה אויכעט פסול געווען מתוכו. אראפאט וואלט גוט געווען.

Re: נתנאל בן ציונה פון איראן גע'משפט צו ווערן הינגעריכטעט דעם שבת

נשלח: זונטאג יוני 02, 2024 1:13 am
דורך מילך טראק
עפעס געווארן ?