בלאט 2 פון 2
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 5:49 am
דורך בן-עולם-הבא
די מאסעס אייז וועלכע ווערן צעלאזט צוליב דער דערווארעמונג פון ערד-קויל איז פאר ניו-יורק א קאפ-ווייטיק. אינעם ווייטן צוקופט האבן אויסגערעכט די גיאלאגים וועט דאס וואסער זיך דערהייבן ביז 7 מעטער.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 7:03 am
דורך berlbalaguleh
דו רעדסט אין ארום א 150,000 יאר ארום. ביז דאמאלס וועט שוין משיח קומען. אויך. איך דארף נישט זארגן פאר מיינע אור(15) אייניקלעך וואס זיי וועלן טון. אילאן מאסק אדער דזשעף בעיזאס וועלן שוין אויפקומען מיט עפעס א סופער פאמפ וואס וועט אוועקטרייבן דאס וואסער צו אן אנדער'ן פלאנעט אדער גאלאקסי.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 8:26 am
דורך yesiknow
מילך טראק האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 6:45 pm
די ערד שאקעלט זיך, אדער די קעמרע וואס איז געגאנגען אויפן עמפייער סטעיט בילדינג?
נישט נאר די ערד נאר די וואלקענעס עס וועל , מיז מען זאגען אז די קעמערע האט זיך געווארפען פאר שרעק המביט לארץ ותרעד
לאמיר תשובה טהון דיס איז דזאסט די ביגינינג גיימער זאגען מנחה
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 8:58 am
דורך בן-עולם-הבא
שרה: געוואלד! די שטוב האלט ביים איינפאלן. ג-ט אין הימל האב רחמנות. יענקל, לאמיר שנעל ארויס לויפן. סכנת נפשות.
יענקל: ווארט נאר א רגע. איך דארף מיטנעמען דעם טלית מיט די תפילין.
שרה: רבונו-של-עולם, איך האלט עס נישט אויס, יענקל. קום שוין, וואס גייסטו ייעצט וואשן די הענט?
יענקל: ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם שכוחו וגבורתו מלא עולם.
Re: המביט לארץ ותרעד - ערדציטעניש יעצט אין טריי סטעיט עריע
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 12:14 pm
דורך עברי אנכי
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 1:15 pm
לשם יחוד האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 12:33 pm
אוהב ספרים האט געשריבן: ↑פרייטאג אפריל 05, 2024 10:46 am
א 4.7 ערד ציטערניש איז פריער פארגעקומען אין די טריי סטעיט עריע, די צענטער איז געווען לעבן עדיסאן ניו דזשערזי
עס האט אנגעהאלטען א ערך פון 20-25 סעקונדעס
דער אייבירשטער זאל שומר ומציל זיין
וואס הייסט ״דער אייבישטער זאל שומר ומציל זיין?״
שומר ומציל זיין פון וועם? ער האט דאך עס געברענגט!
דער אייבישטער האט עס געברענגט וועגן פארשידענע (מיסטעריעזע) הימלישע חשבונות. נאר אונז בעט מיר אז אין די געשעענישן זאל קיין איין מענטש (איד אדער גוי) וועלכער פארדינט נישט קיין עונש, נישט געשעדיגט ווערן.
עס איז א תפילה אויף לעתיד אויף יעצט איז מאי דהוה הוה