בלאט 2 פון 4
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: זונטאג אפריל 07, 2024 10:36 pm
דורך הכנה דרבה
ראדני האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 07, 2024 10:32 pm
יעדע בעל דרשן זאגט איבער די זעלבע דזשאוק, אז ביי אידן ווען ס׳שטיייט wetr paint מוז מען גיין טשעקן צי ס׳טאקע נאס.
חחח כאן צריך לצחוק
ויש חולקין
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:26 pm
דורך הייליגע קוה
יעדער וואס גייט אריין אין סטענדאפ, די ערשטע דזשאוק וואס זיי מאכן, ברשות וכו׳ איך האב מיך נישט צוגעגרייט וכו׳ און ער נעמט ארויס א פעקל צעטלעך פון טאש…..
איך קען שוין נישט איך האלט אז אויף צי מאכן סטענד אפ מוז מען האבן א לייסענס, און ווער עס וועט מאכן די דאזיגע joke וועט גלייך פארלירן די לייסענס.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:16 am
דורך berlbalaguleh
לייסנס אדער נישט: ווער ס'קען עס דעליווערן נאטירליך. כאילו ער האט זיך יעצט דערמאנט דער איז מצליח. און ווער נישט. ער קעקעצט אדער האלט אין איין אריינקוקן אין א צעטל דער פלאפט בגדול.
א סאך בדחנים האלטן א קליין צעטעלע אין זייער הענט. וואס מ'באמערקט נישט. פון צייט צו צייט כאפט ער א בליק אריין אין זיין צעטל קטן. סוכ"ס קען ער נישט געדענקען אלע פרטים און שטותים פון די משפחה וואס ער האט נאר ערשט דערקענט.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:10 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 10, 2024 3:16 am
א סאך בדחנים האלטן א קליין צעטעלע אין זייער הענט. וואס מ'באמערקט נישט. פון צייט צו צייט כאפט ער א בליק אריין אין זיין צעטל קטן. סוכ"ס קען ער נישט געדענקען אלע פרטים און שטותים פון די משפחה וואס ער האט נאר ערשט דערקענט.
רעדנדיג פון דעם בדחן'ס פיצעלע צעטעלע וואס ער האלט אזוי פאכמאניש פארשטעקט אין די טיפענישן פון זיין האנטפלאך, האב איך שטענדיג געוואלט פארשטיין וואס איז די פשט דערפון?

- פינקי מיטן צעטל.jpg (28.96 KiB) געזען געווארן 484 מאל
הרב בדחן טייערע! צו מיינסטו טאקע אז דער עולם באטראכט דיין געלעמטע האנט ווי א טעלעפראמטער? יעדער איינער זעהט דאך אז דיין האנט איז שטעקן געבליבן אויף ארויף צוליב אומבאקאנטע סיבות... ס'גארנישט! יעדער איינער ווייסט אז דו ליינסט פון א צעטל ארויס, דעריבער טאמער קלערסטו אז דאס איז א בושה, האב איך פאר דיר קלארע נייעס: אכן נודע הדבר! די גאס ווייסט שוין אז דו ליינסט פאר א צעטל, און דו קענסט דיך רואיגערהייט שעמען...
ס'מער נישטא קיין סיבה צו באהאלטן דעם צעטל, און קענסט אראפלאזן דיין אויסגעמאטערטע האנט... ס'קוקט אויס בערך ווי דער סיקרעט סערוויס אגענט וואס מורמלט אריין טיף אין זיין ארבל און רעדט זיך איין אז קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר... קאם אן! ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד...

- secret_service.jpg (7.58 KiB) געזען געווארן 484 מאל
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:36 pm
דורך אפטימיסטיש
אט האט איר דעם ברא כרעא דאבוה... פינקי'ס תכשיט'ל מיט'ן באהאלטענעם פארבארגענעם צעטל אינעם שטייפן געלעמטן טעלעפראמפטער האנט כזקן ורגיל
זעהט אויס אז דער טאטע זיינער האט אים נישט אנגעווארנט אז די האנט מוז בלייבן שטייף אין די פאזיציע, מ'טאר נישט חלילה אויפהייבן די האנט אויסצוגראדן דעם הוט, ווייל די סוד וועט זיך אנטפלעקן ח"ו, וכך הוה...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:38 pm
דורך אפטימיסטיש
ווידעראום מאטי אילאוויטש באהאלט עס גאנץ כמעשה...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:47 pm
דורך משה רבקש
אז מ'רעדט שוין פונעם צעטל, האב איך מיך שטענדיג געוואונדערט ווי אזוי די בדחנים ליינען אויף א גאנצע מצוה טאנץ פון אזא פיצי פארמעט? מ'זעהט ניטאמאל ווי ער דרייט עס איבער אדער קנייטשט עס לאחור.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:33 pm
דורך מילך טראק
איך מיין אז שטייט סך הכל נעמען,
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:28 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז אויך דא קורצע קאמענטס (בראשי תיבות) איבער די משוגעת'ן און זאכן וואס דער מחותן און די געסט האבן ליעב.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 4:50 pm
דורך אפטימיסטיש
ווייטער אין די סעריע פון חרד'ישע הומאר:
פרעגן יעדן איינעם כל נדרי ביינאכט: וויאזוי פאסטו?...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:14 pm
דורך אפטימיסטיש
מכבד זיין א אינגערמאן מיט הגבה/גלילה און אים פרעגן פארדעם: דו קענסט אויסערווייניג?...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2024 6:16 pm
דורך אפטימיסטיש
אריינזינגען ביים בר מצוה בחור'ס פשט'ל...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:11 pm
דורך אפטימיסטיש
באווארפן דעם חתן מיט פעקלעך ביים עולה זיין... (און טאמער בלייבט איינס שטעקן אויפ'ן שטריימל, דאן איז עס אויסטערליש פאני)
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:22 pm
דורך הייליגע קוה
ווארפן האנטוכער אויפן חתן ווען ער מאכט הבדלה.
ווארפן באבקעס אום תישעה באב אינמיטן קינות אז מען זאל נישט אריין פאלן אין מרה שחורה.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm
דורך berlbalaguleh
לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).
ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm
דורך אפטימיסטיש
און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך "שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:25 pm
דורך berlbalaguleh
הייליגע קוה האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:22 pm
ווארפן האנטוכער אויפן חתן ווען ער מאכט הבדלה.
ווארפן נו וויאזוי הייסט עס אום תישעה באב אינמיטן קינות אז מען זאל נישט אריין פאלן אין מרה שחורה.
הייליגע קוה: דאס עצם ווארפן האנטוכער אויפ'ן חתן ביי זיין ערשטע הבדלה איז אויך אן ענין פון א סגולה אקעגן עין הרע. נאר מ'האט געמאכט א פרייליכן שפיעל פון דעים.
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:26 pm
דורך הייליגע קוה
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm
לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).
ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
מיין עלטער באבע פלעגט שלעפן די אויערן אזויפיל מאל ווי אלט מען איז געווארען….

Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:30 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm
לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).
ווי שוין ערווענט אנהייב פון דעם אשכול מאכט נישט אויס וואס די כוונה/מטרה פונעם מחדש המנהג איז געווען, וזה לשוני:
"און הגם נישט אלע פון די מנהגים וואס מיר וועלן דעמאנען זענען איינגעפירט געווארן מיט א הומאריסטישע כוונה, דאך האט זיך עס אזוי אנטוויקלט אז דער עולם האלט עס פאר א קנאקעדיגע וויץ, און מ'ווערט ווירקליך פרייליך דורכ'ן עס טון"
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:31 pm
דורך berlbalaguleh
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm
און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך
"שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
אפטימיסטיש: דער מנהג (קדמונים) איז אויך אריגינאל געמאכט געווארן אלס סגולה אקעגן עין הרע. נאר מיט די צייט האט מען געמאכט א פרייליכן מצב פון דעם.
כאטש ביי די גויים איז אויך דא אן ענליכער מנהג. זיי טראגן דאך נישט קיין הוטן קענמען דאך נישט מאכן א "שבת קאפעלוטש". נאר די סטודענטן וועלכע גראדואירן פון די וועסט פאינט מיליטערישע אקאדעמיע בשעת זיי גראדואירן ווארפן זיי די מיליטערישע סטודענט היטלעך אין די לופטן. כאילו צו זאגן. "אונז דארף מיר עס שוין נישט מער האבן".
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:38 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:31 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm
און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך
"שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
אפטימיסטיש: דער מנהג (קדמונים) איז אויך אריגינאל געמאכט געווארן אלס סגולה אקעגן עין הרע. נאר מיט די צייט האט מען געמאכט א פרייליכן מצב פון דעם.
כאטש ביי די גויים איז אויך דא אן ענליכער מנהג. זיי טראגן דאך נישט קיין הוטן קענמען דאך נישט מאכן א "שבת קאפעלוטש". נאר די סטודענטן וועלכע גראדואירן פון די וועסט פאינט מיליטערישע אקאדעמיע בשעת זיי גראדואירן ווארפן זיי די מיליטערישע סטודענט היטלעך אין די לופטן. כאילו צו זאגן. "אונז דארף מיר עס שוין נישט מער האבן".
ווי שוין געזאגט, דערוילעם טוט עס היינט פאר פאן, נישט פאר עין הרע (והא ראיה קיינער גייט מער נישט מיט קיין רויט בענדל, און מאן דקפיד גייט צו א לייסענסד פראפעסיאנאל אפצושפרעכן פאר טייער געלט... קיינער באנוצט זיך נישט מער מיט די פרימיטיווע מיטלען...)
און דאס וואס דו ברענגסט אז די גוים טוען עס אויכעט, מאכט מיך איבערקלערן דאס וואס דו מאכסט עס פאר א "הייליגן" פריערדיגן מנהג קדום... טאמער האסטו נישט קיין מקור דערצו, וואלט איך עס ליבערשט קאטעגאריזירט אלס
דרכי האמורי
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:51 pm
דורך אפטימיסטיש
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:23 pm
לענ"ד זענען די אלע מנהגים געמאכט אלס סגולה קעגן עין הרע.אין אמת'ן וואלט מען באווארפן דעם חתן מיט שטיינדלעך. נאר מ'האט עס ממתיק געווען צו באווארפן מיט זיסקייטן (קענדיס).
ס'איז געווען אן אלטער באבישער מנהג צו ציען די אויערן פון א "בוירטהדעי בוי".
נאכמער ר' בערל! כ'מיין רוב עולם וואלט ענדערש מסכים געווען צו באקומען אן עין הרע ווי איידער דארפן דורכגיין די שבעה מדורי סגולות קעגן עין הרע...
- רויט בענדל
- אפשפרעכן
- ווערן באווארפן מיט האנטוכער/שטיינער/פעקלעך
- די הוט (און קאפ) צוקראכט
- געצויגענע אויער'ן
- אנגעשפיגן ביי אלע באבעס
ועוד ועוד.. זאג דו מיר ביי וועלכע פונקט ווערט עס יצא שכרו בהפסדו?
Re: חרדי'שע הומאר - וואס פארשטייט א גוי
נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2024 11:03 pm
דורך זויער טייג
אפטימיסטיש האט געשריבן: ↑מוצ"ש אפריל 13, 2024 10:24 pm
און וויאזוי קען מען באשרייבן חרד'ישע הומאר אן דערמאנען דעם וויץ פונעם יאר הונדערט וואס רופט זיך
"שבת קאפעלוטש" נעמליך א שבת פאר מ'באווארפט דעם חתן (זעה פאריגע תגובה), איז א מצות עשה דחרדיתא צו צוקראכן דעם חתן בחור'ס קאפעלוטש עד חרמה!, והמדקדקים זענען מחמיר עס צו טון בשעת די הוט געפינט זיך אויפ'ן חתן'ס קאפ... כדי לשבר את האוזן...
האב איך אמאל געהערט א שיינעם טעם, פארוואס האט מען מתקן געווען שבת קאפעלוטש? כדי צו ווייזן אז פון גארנישט קען מען אויך עפעס מאכן..