בלאט 2 פון 2

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:01 pm
דורך שפילער
די קעפעלע האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 3:33 pm
פוילישע פעפער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:45 pm
שפילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 2:09 pm
אפטימיסטיש האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 1:09 pm לפי עניות דעתי ווערט קול מבשר פורים אפטיילונג מער און מער corny פון יאר צו יאר.

גראדע בין איך נישט איינער וואס שטרענגט זיך אן צו בלייבן גלייכגילטיג ביים הערן א וויץ. כ'בין נישט לאכן-פאביק, און איך בין גערן גרייט צו לאכן מיט פארגעניגן. אבער דאך האב איך פראבירט זיך צו ברענגען (כאטשיג) צו שמייכלען פונע'ם היי יאריגע פורים אפטיילונג, אבער אן ערפאלג.

בין איך דער איינציגסטער?
די שמיעס מיט ארי סאמעט איז גאנץ זיס!
וועלכע נומבער איז עס?
עס איז ליידער זייער טיפיקל

ארי סאמיט און חיימיש שמועס
סאיז נאר פאני ווייל סאיז טיפיקל...

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דינסטאג מערץ 19, 2024 7:43 pm
דורך ים רויבער
דוד שריפטליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:21 am אבער שמעון יואל קליין קומט אריין זייער קלאר מיט די סקעם קאללס מיט א פרישקייט
זיינע סקעם קאלס זענען זייער גוט.

איינער מעג אים נאר לאזן וויסן אז זיינע עדס דארף זיך נישט הערן ווי א כיתה א' מלמד.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:06 am
דורך ספרים הקדושים
מיין ברודער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:36 pm פארוואס?
זיינע קינדער האבן אים געבעטן ער זאל נישט מאכן ווייל זיי שעמען זיך

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:27 am
דורך Chasidishmashpia
ים רויבער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 7:43 pm
דוד שריפטליך האט געשריבן: דינסטאג מערץ 19, 2024 5:21 am אבער שמעון יואל קליין קומט אריין זייער קלאר מיט די סקעם קאללס מיט א פרישקייט
זיינע סקעם קאלס זענען זייער גוט.

איינער מעג אים נאר לאזן וויסן אז זיינע עדס דארף זיך נישט הערן ווי א כיתה א' מלמד.
די סקעם קאאלס זענען גוט אבער אביסל צו לאנג, סאיז דיר געלונגן פאר 10 מינוט וואס שלעפטסטו אויס נאך און נאך...

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 9:13 am
דורך טאמבל סאס
ספרים הקדושים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:06 am
מיין ברודער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:36 pm פארוואס?
זיינע קינדער האבן אים געבעטן ער זאל נישט מאכן ווייל זיי שעמען זיך
ס'איז א שאד. איך האב אים געוואטשט צוזאמען מיט מיין זוהן - דער עפיזאד וואו ער רייסט בעקעשעס ביי א שניידער. אונז האבן זיך געהארגעט פאר געלעכטער. אז ס'איז שוין יא דא איינער וואס טויג, מאכן שוין דער סיסטעם'ס קאנסטראקטס זיכער אים צו פארשווייגן. דא, דורכן נוצן די קינדער אלס וואפן. ס'א ווייטאג.
אבער אפשר ברויך קול מבשר מאכן א חשבון הנפש. ווי נישט ווי סענסורן זיי זיך פלענטי. לאנגזאם האט שוין היינט גענוג פארעהרער אז ער ברויך מסתמא מער נישט צוקומען צו קולמע.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 11:45 am
דורך הערשער
ספרים הקדושים האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 12:06 am
מיין ברודער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 18, 2024 10:36 pm פארוואס?
זיינע קינדער האבן אים געבעטן ער זאל נישט מאכן ווייל זיי שעמען זיך
מאכט נישט קיין סענס, זיי מאכן זיך נאריש אין פאבליק יעדע נאכט, און חול המועד אויף וואס עס קומט נאך ארויס די DVD וואס יעדער אין די וועלט קען זעהן.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 1:06 pm
דורך בגתן
אויפן שבת פעקל די וואך צוועלף א האלב מינוט אריין אינעם שמועס קומט דארט סענדר ארויף פאר עטליכע מינוט און זיי מעלדן דארט אז עס וועט נישט זיין קיין שמועס די וואך

https://www.yiddish24.com/cat/162

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 4:26 pm
דורך פוילישע פעפער
איך האלט אז יוסף משה כהנה איז פאלש, שמעון יואל הייבט אן א גוט יאר יוסף משה כהנה דעיס איז יאמי, זאגט ער אהה יאמי מיין אייניקל!...
סאו מיין קשיא איז זייט ווען ריפט א אייניקל די זיידע ביים נאמען??
על כל פנים איך וואלט נישט גערופן מיין זיידע ר'.... און אויב איך וואלט יא וואלט ער נישט געטראכט אז סאיז זיין אייניקל, אבער למעשה איז עס גוט!

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:12 pm
דורך לאכעדיג
וועלווי פעלדמאן זאגט היינט אויף זיין שבת פעקל אז די סיבה פארוואס ער מאכט נישט די פורים פראיעקט מיט לאנגזאם אויף קול מבשר דאס יאר איז ווייל זיי האבן באמת נישט געהאט קיין צייט ווען עס צו מאכן.

אפשר פאר בחורים אדער פאר קינדער קען מען איינרעדן די תירוץ אבער א יעדע בר דעת פארשטייט אז פאר גוט געלט אדער פאר גוטע פובליסיטי האט א יעדער צייט.

אלא מאי די עכטע תירוצים זענען אדער ווילן זיי מער געלט דערפאר און זלמן האלט זיי נישט ביים געבן אדער באקומען זיי נישט גענוג סימפאטיע פון די גאס איבער די פראיעקט און דעריבער האבן זיי עס אויפגעהערט צו מאכן.

א דאנק וועלווי און יעקב יוסף פאר די פורים פראיעקט די פארגיינגענע צוויי יאר אויף קול מבשר,
מיר האבן זייער הנאה געהאט.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:30 pm
דורך קאווע איד
האלטס טאקע אז ס'נישט מעגליך אז זיי האבן פלען נישט געהאט צייט?
קען זיין זלמן האט געמיטשעט, אבער נישט זייער שטארק ווייל נאך אלעם האט ער א פילע פורים אפטיילונג, און למעשה זענען זיי נישט אנגעקימען צו דעם,
זיי זענען פארנימענע מענטשן נאך אלעם

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:36 pm
דורך לאכעדיג
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:30 pm האלטס טאקע אז ס'נישט מעגליך אז זיי האבן פלען נישט געהאט צייט?
ניין. איך האלט נישט אזוי.

א יעדע געזונטע מענטש וואס דארף צאלן בילס האט א פרייז פאר וואס ער וועט אייביג האבן צייט.

ביי איינעם איז עס 50 דאללער א שעה און ביי איינעם איז עס 10k א שעה וכו'.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:41 pm
דורך קאווע איד
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:36 pm
קאווע איד האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:30 pm האלטס טאקע אז ס'נישט מעגליך אז זיי האבן פלען נישט געהאט צייט?
ניין. איך האלט נישט אזוי.

א יעדע געזונטע מענטש וואס דארף צאלן בילס האט א פרייז פאר וואס ער וועט אייביג האבן צייט.

ביי איינעם איז עס 50 דאללער א שעה און ביי איינעם איז עס 10k א שעה וכו'.
און פארוואס זאל ק'מ איבער איבער צאלען אויב זיי זענען זייער ביזי ב'ה און בעטן דאפעלט אויב מוויל זיי דוקא?

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:50 pm
דורך שפילער
לאכעדיג האט געשריבן: מיטוואך מערץ 20, 2024 5:12 pm וועלווי פעלדמאן זאגט היינט אויף זיין שבת פעקל אז די סיבה פארוואס ער מאכט נישט די פורים פראיעקט מיט לאנגזאם אויף קול מבשר דאס יאר איז ווייל זיי האבן באמת נישט געהאט קיין צייט ווען עס צו מאכן.

אפשר פאר בחורים אדער פאר קינדער קען מען איינרעדן די תירוץ אבער א יעדע בר דעת פארשטייט אז פאר גוט געלט אדער פאר גוטע פובליסיטי האט א יעדער צייט.

אלא מאי די עכטע תירוצים זענען אדער ווילן זיי מער געלט דערפאר און זלמן האלט זיי נישט ביים געבן אדער באקומען זיי נישט גענוג סימפאטיע פון די גאס איבער די פראיעקט און דעריבער האבן זיי עס אויפגעהערט צו מאכן.

א דאנק וועלווי און יעקב יוסף פאר די פורים פראיעקט די פארגיינגענע צוויי יאר אויף קול מבשר,
מיר האבן זייער הנאה געהאט.
זיי ווילן מסתם מאכן א געלונגענע סופרייז מארגן....

מארק מיי ווארד

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 11:59 am
דורך ים רויבער
די חאצאצקער קומט נישט ארויף דאס יאר?

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:30 pm
דורך קהל'ס נער
שפילער האט געשריבן: מארק מיי ווארד

ועדיין לא נושענו.

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 1:47 pm
דורך שפילער
די טאג איז נאך גרויס און פורים איז הערשט מוצאי שבת

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:20 pm
דורך לאכעדיג
שפילער האט געשריבן: די טאג איז נאך גרויס און פורים איז הערשט מוצאי שבת

און וואס וועסטו דעמאלסט ענטפערן?

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:39 pm
דורך שפילער
און וואס וועסטו זאגן אויב ס'קימט ארויס היינט נאכט?

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:10 pm
דורך לאכעדיג
שפילער האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 2:39 pm און וואס וועסטו זאגן אויב סקימט ארויס היינט נאכט?
וועלווי האט געזאגט אז ס'קומט נישט ארויס די יאר!

Re: פעלדמאן און לאנגזאם פורים אפטיילונג תשפ"ד

נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 6:53 pm
דורך מילך טראק
קאווע איד האט געשריבן: פארוואס זאל ק"מ איבער איבערצאלן אויב זיי זענען זייער ביזי ב"ה און בעטן דאפעלט אויב מ'וויל זיי דוקא?

דאס איז זייער ביזנעס, זיי זענען אייביג גרייט פאר די ריכטיגע פרייז, אויב זענען זיי ארויף מיט די פרייז, מיינט אז ק"מ וויל נישט באצאלן, זיי האבן נישט קיין צייט איז א פאלשע תירוץ.