מי אני, די מציאות אז דו מישט צאם א עכטע פיזיקעל דיזיז אזוי ווי אינטערסעקס ר"ל , מיט א מענטל דיסארדער וואס רופט זיך טרענסדזשענדעריזם ווייזט אויף דיין דיסהאנעסטי אין דיין צוגאנג צום פארשטיין **** און דזשענדער. אפשר לייגסט צו יעדן דיסארדער וואס אפעקטירט דעם **** קראמאזאם אזוי ווי טורנער סינדראם, קליינפעלטער סינדראם, ר"ל. ווען איך שרייב דיין מיין איך נישט דיך per se, נאר די אלע וואס מאכן דעם זעלבן ארגומענט.
ווען דו שרייבסט אז איך האב נישט געלייענט דעם ארטיקל וואס דו האסט צו געברענגט, ביזטו גערעכט. עס קומט א פוינט אין א סובדזשעקט וואס א מענטש האט שוין גענוג געהערט און געלייענט אז מען דארף שוין נישט ליינען מער און מען מעג קומען צו א קאנקלוזשען. מען מוז נישט ליינען יעדן ארטיקל אויף א זאך צו קומען צו מסקנא ובפרט אז ווען דער וואס ברענגט עס צו שרייבט נאן סענס ברויך איך מיך נישט איבערצייגן אז דער ארטיקל איז אויך נאן סענס. עס איז דא אזא ווי מתיר זיין א שרץ בק"ן טעמים און א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה. די פאקט אז מען קען אים נישט ענטפערן מאכט אים נישט גערעכט. די זעלבע זאך איז ביי יעדן סובדזשעקט.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2023 1:16 am
דורך מי אני
וואסארא דיסהאַנעסטי? דיין טענה איז, כלשונך, ״מאן-פרוי איז זייער פשוט, xy-xx״; די דזשענאָטייפּ. אויף דעם צייג איך דיר (עכ״פ אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס, וואס איז דאך די נידון דא), פונעם, כלשונך, ״עכטע פיזיקעל דיזיז אזוי ווי אינטערסעקס״ אז ס׳איז אויסדרוקליך נישט פשוט, און עס וועט זיך שוין מער ווענדן אין די דרויסענדע כאראקטעריסטיקס; די פענאָטייפּ. והשתא דאתית להכי מה ראית לחלק אז ביי טרענסדזשענדערס, וואו ס׳איז יא בבחירתם (זאל שוין זיין מטעם מענטל דיסאָרדער), זאל זיין אנדערש טאמער זייער פענאָטייפּ איז ענליך צום עוורידזש פון פרויען ספּאָרטלער? על סמך מה? וואו איז די דיסהאַנעסטי? איך וואלט געזאגט אז ״דיסהאַנעסטי״ איז זיך טענה׳ן אָן ליינען די צד שכנגד וואס די בר פלוגתא ציטירט.
איך פארשטיי נישט די דמיון. ביי קענסער איז די הגדרה פון ״ליידן ל״ע פון קענסער״ כדי דאס צו היילן, איז אז מ׳זעהט ל״ע אברנארמאלע צעלן מיט טומארס וכו׳, און אט די אבנארמאלע צעלן זוכט מען צו אטאקירן. דא (עכ״פ אין די קאנטעקסט פון ספּאָרטס) איז די הגדרה פון ״פרוי״ נישט אז מ׳האט דייקא (נאר) XX קראָמאָסאָמס אין די צעלן, ווי מ׳זעהט דאך פון אינטערסעקס מענטשן וכנ״ל. נאר איידער עס איז די פענאָטייפּ און דרויסענדע כאראקטעריסטיקס. השתא דאתית להכי, וואס א נפק״מ צי ״מ׳רעדט זיך איין״? אויב קומט מען דאס נאך איז דאס יושר ובתוך די הגדרה פון ״פרוי״.
@פונדאַמענטאַל’ס תירוץ אז ביי אינטערסעקס מענטשן איז דאס טאקע נאר בדיעבד, ומכח זייער נישט האבן דאס בוחר געווען, משא״כ ביי טרענסדזשענדער, איז שווער. וויבאלד, ווי געזאגט, פארשטייט מען אז פאר מען האט בכלל געקענט מברר זיין קראָמאָסאָמעל מעיקאָפּ האט מען דאס זיכער מגדיר געווען לפי די פענאָטייפּ און דרויסענדע כאראקטעריסטיקס, ואפילו לכתחילה. וא״כ גיי דאס נאך אפילו וואו איינער איז בוחר אזוי צו זיין. די שאלה ווערט טאקע ווי ווייט די פענאָטייפּ הנראה דארף זיין ״פרוי״, און אויף דעם איז מסתבר צו זאגן דא אז עס איז די מאָסל טאָן, וויבאלד אט ארום דעם איז די טענה פון אומ׳יושר ביי ספּאָרטס.
ווי אויך איז שווער מחלק צו זיין און זאגן אז ״פרוי״ איז נאר טאמער האט מען נישט נאר XY קראָמאָסאָס, וואס ביי אינטערסעקס איז דאס טאקע נישט אזוי. וויבאלד, כנ״ל, איז עס סוף כל סוף די דרויסענדע כאראקטעריסטיקס און פענאָטייפּ וואס איז דאס מכריע דא. ווייל ווען די אינטערסעקס מענטשנ׳ס פענאָטייפּ זאל ווען זיין מער ווי א זכר, וואלט מען זיי טאקע מגדיר געווען דא מכח דעם אלס ״מאן״.
ס'איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אין א דאקטער'ס אפיס וואו איך האב באמערקט א דבר פלא. (ס'איז א גרויסער אפיס) וואו די "אינ-טעיק" סטעף זענען מענער/זכרים. וואס אין די מערסטע מעדיקל אפיסעס ווערט די ארבעט געטון דורך פרויען.
דאס איז זייער שטארק געאייגנט פאר די "פרומע" אידן צווישן אונז. איך האלט אז זיי וואלטן געקענט אדווערטייזן אין "דער איד" אדער אין "בלאט". דאס וואלט געצויגן א סאך קליענטן פון וויליאמסבורג און אנדערע העיליגע פלעצער.
ס'איז מסתמא דא אן אנדער "פשט" . נישט אזא הייליגער. נאר אונז עמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעים.
די איינציגע חילוק איז אז ווען ער/זי פארט אויף א פלעין דארף ער/זי צאללן פאר 2 סיעטס. אזוי ווי די עירליינס טשארדזשן פאר א "פעט" פערסאן
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 7:50 pm
דורך מי אני
ביי די יעצטיגע אַלימפּיקס איז דא א קאנטראווערסיע איבער די בּאַקסערס אימאַן חאליף פון אלדזשעריע און לין יוּ-טינג פון טאיוואן, וועלכע זענען ספּאָרטלער און פרויען בּאַקסינג. דאס איז אז הגם זיי זענען מלידתן אלס געווען פרויען (זיי זענען נישט טרענסדזשענדער; אין אַלדזשעריע איז עס סתם אזוי אסור בדת איסלם), האבן זיי XY קראָמאָסאָמס, און זענען טאקע שטערקער.
(מיין ווייב זאגט מיר, ביים זעהן לדוגמא די בּיִעטש וואַליִבּאָל מעטש צווישן די אמעריקאנע פרויען טיעם און די פון טשעכיי, אז ווי זי זעהט האבן די פרויען ספּאָרטלער ביי די אַלימפּיקס פּערפעקטע גופים, זייענדיג אז זיי זענען כסדר פארנומען מיט עקסערסייז און ספּאָרטס, אבער האבן לדעתה למעשה נישט קיינע ״פרויענישע״ פנימ׳ער. ואולי מפני זה אז זיי זענען אויף די ספּעקטרום פון מער טעסטאַסטעראָן און כח.)
Re: זימן נקבות ומצא זכרים
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 9:51 pm
דורך כספי
ייש"כ @מי אני פארן מסביר זיין, ווען כ'האב געזען די שטורעם האב איך פארשטאנען אז מ'רעדט פון טרענס.
אבער לויט ווי דו זאגסט מאכסטו נאך שטערקער די קעיס פון די טרענס, ווייל דא שרייען אלע אז מ'דארף זיי טריעטן ווי מענער.
Re:
נשלח: זונטאג אוגוסט 04, 2024 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 7:50 pm
ביי די יעצטיגע אַלימפּיקס איז דא א קאנטראווערסיע איבער די בּאַקסערס אימאַן חאליף פון אלדזשעריע און לין יוּ-טינג פון טאיוואן, וועלכע זענען ספּאָרטלער און פרויען בּאַקסינג. דאס איז אז הגם זיי זענען מלידתן אלס געווען פרויען (זיי זענען נישט טרענסדזשענדער; אין אַלדזשעריע איז עס סתם אזוי אסור בדת איסלם), האבן זיי XY קראָמאָסאָמס, און זענען טאקע שטערקער.
(מיין ווייב זאגט מיר, ביים זעהן לדוגמא די בּיִעטש וואַליִבּאָל מעטש צווישן די אמעריקאנע פרויען טיעם און די פון טשעכיי, אז ווי זי זעהט האבן די פרויען ספּאָרטלער ביי די אַלימפּיקס פּערפעקטע גופים, זייענדיג אז זיי זענען כסדר פארנומען מיט עקסערסייז און ספּאָרטס, אבער האבן לדעתה למעשה נישט קיינע ״פרויענישע״ פנימ׳ער. ואולי מפני זה אז זיי זענען אויף די ספּעקטרום פון מער טעסטאַסטעראָן און כח.)
מי אני: דו ביסט גערעכט. איך געדענק נאך מיט א סאך יארן צוריק ווען די טעניס טשעמפיאן . אויך פון טשעכישן אפשטאם מארטינא נאווראטילאווא האט באוויזן איהר פיקטשער האט מען געקענט זעהן אז זי האט נישט קיין פנים פון א פרוי. נאר פון א מאן. אפשר איז זי שוין (דאמאלס) געווען א טרענס.