בלאט 2 פון 2

נשלח: זונטאג יולי 23, 2023 1:38 am
דורך תשפג
שלג זהב האט געשריבן:ב.ד.וו. אוואקאדא האט נישט קיין סאך פראוטין.
אין הכי נמי אז אוואקאדא האט נישט קיין סאך פראוטין, אבער נאך אלץ מער פון רוב אנדערע פרוכט.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 9:47 am
דורך תרמב
צוויבל קניפער האט געשריבן:אזוי מיין איך, אזויווי איך בין אין די עסן אינדוסטרי ווייס איך אז צונג און באַקפלייש איז ארויף די העכסטע, פארוואס? ווייל א בהמה האט איין צונג און צוויי באַקן...
די שאלה איז אזוי, דאס אז א בהמה האט איין צונג און צוויי באקן איז נישט יעצט געשעעהן, דאס גייט שוין אזוי אן פאר יארן, און די פרייז פאר די שטיקלעך איז טאקע געווען טייערער, יעצט אז די פרייז פון די גאנצע בהמה גייט ארויף וואלט אלעס געדארפט ארויפגיין פראצענטואל צוזאמען.

ס’קען זיין אז די פירמע צוטיילט די העכערונג אז די עיקר העכערונג זאל גיין צו די טייערע שטיקלעך, אבער בעצם וואלט עס געדארפט ארויפגיין צווישן אלע שטיקלעך די זעלבע.

Re: פלייש פרייזן

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:03 am
דורך דער גאלדענער אדלער
תרמב האט געשריבן:
צוויבל קניפער האט געשריבן:אזוי מיין איך, אזויווי איך בין אין די עסן אינדוסטרי ווייס איך אז צונג און באַקפלייש איז ארויף די העכסטע, פארוואס? ווייל א בהמה האט איין צונג און צוויי באַקן...
די שאלה איז אזוי, דאס אז א בהמה האט איין צונג און צוויי באקן איז נישט יעצט געשעעהן, דאס גייט שוין אזוי אן פאר יארן, און די פרייז פאר די שטיקלעך איז טאקע געווען טייערער, יעצט אז די פרייז פון די גאנצע בהמה גייט ארויף וואלט אלעס געדארפט ארויפגיין פראצענטואל צוזאמען.

ס’קען זיין אז די פירמע צוטיילט די העכערונג אז די עיקר העכערונג זאל גיין צו די טייערע שטיקלעך, אבער בעצם וואלט עס געדארפט ארויפגיין צווישן אלע שטיקלעך די זעלבע.
קוק דורך די ליסטע וועסטו זעהן ווי רוב שטיקלעך גייען ארויף מיט שטוינענדע 39%!

Sent from my SM-S911U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:36 am
דורך וואלווי
צוויבל קניפער האט געשריבן:אזוי מיין איך, אזויווי איך בין אין די עסן אינדוסטרי ווייס איך אז צונג און באַקפלייש איז ארויף די העכסטע, פארוואס? ווייל א בהמה האט איין צונג און צוויי באַקן...
אבער דאס איז א fixed factor פון סאפליי אין דימענד, ס'וועט אייביג זיין די זעלבע ווייניג און די זעלבע סאך פון פארשידענע חלקים, א יעדע חלק פאר זיך, דעמאלט ווי אזוי ווערט די פרייז פון ספעסיפיק חלקים אפעקטעד פון סאפליי און דימענד?


(יעצט זעה איך כבר קדמך תרמ"ב...)

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:43 am
דורך וואלווי
שעפטאל האט געשריבן:
הלוואי לאז איך אפ די תאוה פון פלייש..
הרי זו תפילת שוא. כבר נגזרה גזירה של מרבה בשר מרבה רימה. נאום ה'.

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 10:45 am
דורך צוויבל קניפער
וואלווי האט געשריבן:
צוויבל קניפער האט געשריבן:אזוי מיין איך, אזויווי איך בין אין די עסן אינדוסטרי ווייס איך אז צונג און באַקפלייש איז ארויף די העכסטע, פארוואס? ווייל א בהמה האט איין צונג און צוויי באַקן...
אבער דאס איז א fixed factor פון סאפליי אין דימענד, ס'וועט אייביג זיין די זעלבע ווייניג און די זעלבע סאך פון פארשידענע חלקים, א יעדע חלק פאר זיך, דעמאלט ווי אזוי ווערט די פרייז פון ספעסיפיק חלקים אפעקטעד פון סופליי און דימענד?
עס ווערט טאקע נישט. וואס רוב ציבור כאפט נישט איז ווי סאך די כשר'ע פלייש אינדוסטריע באראבעוועט אונז טאג איין טאג אויס, אפילו די נארמאלע פלייש פרייזן איז אבנארמאל! קוק אויף די OU און STAR K פלייש פרייזן, ממש צו שטוינען אז ביידע זענען כשר און די פרייזן זענען $10+ מער ביי די היימישע, נאר וואס דען? ווער פונקטליך איז א מבין אויף פלייש פרייזן ביי אונז? קיינער נישט! מען ווייסט אז א בריסקעט קאסט נארמאל 18$... איי $18 בריסקעט איז 100% גניבה? וואס ווייסן אונז... זיי זעען אן אפערטוניטי צו פאַקן די טאשן מער, נו פארוואס נישט...

אגב, קען איינער מיר מסביר זיין פארוואס אין די כשר'ע געשעפטן קאסט א סלייס סעלמאן גרינגערהייט $20+ בשעת וואס עס ווערט געקויפט פון גוי'שע געשעפטן פאר $8?

נשלח: מאנטאג יולי 24, 2023 1:45 pm
דורך בן-עולם-הבא
אין ישראל זענען די פרייזן פון רינדערן פלייש דורכשניטלעך 90 שקלים פאר א קילא. ($25) דאס איז אין די גוטע הכשרים ווי הרב לנדא און קהילות. ווער עס באגענוגעט זיך בלויז מיטן הכשר פון רבנות, וועט באצאלן 40% ווייניקער.

נשלח: מאנטאג יולי 31, 2023 2:59 pm
דורך קלוגע יודל
וואס פארשטייסטו נישט?
הנגיד החשוב..... בעל הבית פון די פירמע..... דארף האבן זיין נאמען אויף אלע בניני המוסדות...