בלאט 2 פון 2
Re: טייטאן סובמארין
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 1:23 pm
דורך החוקר
צוויבל קניפער האט געשריבן:א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.
זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
Re: טייטאן סובמארין
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 1:25 pm
דורך צוויבל קניפער
החוקר האט געשריבן:צוויבל קניפער האט געשריבן:א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.
זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
עס איז געווען א קלײנע פענסטער אבער בעיקר האבן זיי גענוצט א קעמרע מיט א סקרין.
אגב דאס איז וואס איך האב געלײענט מוז נישט זיין עס איז אמת
Re: טייטאן סובמארין
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 3:52 pm
דורך לייביששרייבער
צוויבל קניפער האט געשריבן:החוקר האט געשריבן:צוויבל קניפער האט געשריבן:א זייטיגע אנעקדאט, די מענטשן פון אינעװײניג וואָלטן אפילו נישט געזען די טיטאניק מיט די אויגן זיי האבן געהאט עפּעס א נאַרישע ביליגע קלײנע סקרין צו וואטשן
פון ווי נעמסטו דאס? ווי ווייט איך האב געזען איז יא דא א פענצטער.
זיי זענען נישט געווען אינגאנצן צודרייט.
עס איז געווען א קלײנע פענסטער אבער בעיקר האבן זיי גענוצט א קעמרע מיט א סקרין.
אגב דאס איז וואס איך האב געלײענט מוז נישט זיין עס איז אמת
אזוי טיף אינטערן וואסער הערשט א שרעקליכער פינסטערניש, און ווי אויך א קעלט. די דעגראד דארט אויפן בעסטן אויפן איז נישט מער ווי 30 פערענהייט כמעט פריזינג פוינט.
קען זיין א סברה, נישט אז איך ווייס איך האב עס נישט געזעהן אין ערגעץ. דער קליינער פענסטער אין פארנט פונעם סובמערסיבעל האט נאר געדינט ווען מען איז שוין געווען ממש נאנט צום ברוכווארג, אבער דער גאנצער וועג אראפ און פון ווען מען איז שוין גענוג נאנט אז די מאשינען זעהען שוין, אבער דער מענטשליכער אויג זעהט נאך נישט, קען זיין איז געווען אויסגעשפילט אויף א סקרין אינעווייניג וואס זעהט וואס עס טוהט זיך אינדעראויסען. אזוי ווי אסאך פליגער האבן היינט ווי מען קען זעהן אויף די אינטערטעינמענט סקרין וואס דער פילאט זעהט פון זיין פענסטער דורך די קאמערא וואס ליגט אין פארנט פונעם פליגער.
אבער די סברה איז נישט מסתבר, ווייל בויענדיג דעם סובמערסיבעל האט מען נישט געלייגט קיין שום לוקסוס שבעולם. אפי' וויכטיגע באשטאנדטיילן ווי א נעוויגאציע, נארמאלער קאנטראל מעקעניזעמס, ווילסטו זאגען אז א סאפיסטיקירטע קאמרע סיסטעם איז יא געווען אינסטאלירט ?
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: טייטאן סובמארין
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 4:02 pm
דורך לייביששרייבער
צוויבל קניפער האט געשריבן:איך האב געליינט אז א waiver איז נאר valid ווען די קאמפאני איז נאכגעקומען אַלע סעיפטי סטאנדארטן און געמאכט גענוג פּראָבעס בעפאר, וואס די קאמפאני האט נישט געטון קיינע פון די ביידע נאר פארקערט זיי האָבן פארשיקט ארבייטערס וואס האָבן אויסגעדרוקט אומצופרידענהייט פון די הפקר וועלט וואס זיי האבן געפירט.
איך ווייס נישט קיין סאך צו זאגען וועגן געזעץ, און איך האב נישט געליינט דעם חלק. אבער די וועיווער איז געווען געשריבען אויף אן אויפן כאילו די ביסטט פארזיכערט צו בלייבן אונטן. אויב קומסטע יא ארויף לעבעדיג איז עפעס א טעות געשעהן.
ביי איינע פון די אינטערוויוס פון ברעט בעיר Brett Bear קאמענטעיטאר פון פאקס נייעס סטאנציע, האט אינטערוויוט אן אושען עקספלארער Ocean Explorer וואס האט געזאלט נעמען א רייזע מיטן טייטאן א יאר צוריק. נאכן זעהן דעם וועיווער האט עס עם געמאכט צוריק ציען, ערהאט געהאט צענדליגער שאלות צום הויפט קווארטיר פון אוישענגעיט פירמע אויף דערווייל איז קיין אנטווארט פון זיי נישט געקומען.
איך מיין אז די שאלות זענען שוין נישט פעליג. ער האט שוין די תריצים.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 4:51 pm
דורך berlbalaguleh
לייביששרייבער: ייש"כ פאר דעם דרוכדרינגליכן (קאמפריהענסיוו) ארטיקל.
מ'קען זיך ארויסלערנען עטליכע וויכטיגע לעקציעס אין לעבן פון דעם שרעקליכן (און טרויעריגן) אינצידענט.
די ערשטע און וויכטיגסטע לעקציע איז ווי דער פסוק זאגט אין קהלת... "יש עושר שמור לבעליו, לרעתו"...! די אלע מענטשן וועלכע האבן אזוי טראגיש געענדיגט זייער לעבן איז נאר געקומען צוליב זייער עשירות. זיי אלע זענען געווען בארימטע מיליאנערן און ביליאנערן. ווייל א פלאץ/טיקעט אויף דעם טיטאן סובמערסיבל האט געקאסט שווערע געלטער וואס א דורכשניטליכער מענטש האט זיך נישט געקענט ערלויבן.
די צווייטע לעקציע וואס מ'קען זיך ארויסלערנען איז, אז אפילו אויב א מענטש האט דאס געלט און די מעגליכקייט צו טון עפעס אויסטערליש און געפערליך, זאל ער עס נישט טון, ווייל אויב (ח"ו) ס'געשעהט עפעס צו איהם. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פארדינען געלט פאר פרנסה, אפילו אן עושר, זאגט מען... נו, ער האט דאך געארבעט שווער פאר זיין געלט. משא"כ אויב ער פרובירט צו טון עפעס ווילד און געפערליך, און עפעס געשעהט צו איהם אדער זיין משפחה, קענמען זאגן... "צו וואס האט דאס איהם אויסגעפעהלט"?...!
די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך... "אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!
דער ספר הברית, וועלכער איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכער איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים. כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
דער ספר איז זייער אן אינטרעסאנטער און טיילווייז מיסטעריעזער. איבער וואס ס'איז כדאי אויפצומאכן א באזונדערע אשכול. ואכמ"ל.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 6:50 pm
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
דער ערשטער סובמארין איז געווארן אינטערדוסד אין יארע 1775. עס איז גערופן געווארן "די טורטל", דעזיינד ביי דוד בושנעל David Bushnel אין די צייטן פון די רעוואלושינערי מלחמה. איין מאל דער סובמארין איז שוין געווען א פאקט איז שוין נישט געווען קיין חכמה צו שרייבן וועגן אראפפארן זוכען אוצרות, ווייל אונטער די וואסער איז אייביג געווען אוצרות און מענטשן האבן אייביג געוואלט אראפגיין. ווי נאר דער סובמארין איז ארויסגעקומען איז עס געווארן ערמעגליכט, און דאן איז די סייענס פון וואסער געווארן א נושא פאר זיך.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 7:00 pm
דורך לייביששרייבער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער ספר הברית, וועלכע איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין שנת תקנ"ז לפ"ק (דאס איז יארע 1797, מיט בערך 226 יאר צוריק) איז א ספר וועלכע איז אזוי ווי אן ענציקלאפעדיע פון אלע סייענטיפישע חכמות, און א סאך פון די אויפגעקלערטע מענטשן (אדער וואס זיי האלטן זיך אויפגעקלערט) דא אויף קאווע שטיבל מאכן חוזק פון דעם ספר און זיין מחבר. זיי האלטן אז דאס איז א נאריש ספר וועלכע האט "דזשאנק סייענס" און שטותים. אט דער ספר רעדט שוין פון א "סובמערסיבל" וועלכע מ'לאזט אראפ אין די טיפענישן פון ים מיט מענטשן וועלכע זוכן צו פארשן די באהאלטענע אוצרות פון אונטער'ן ים, כמעט מיט אלע דעטאלן אזוי ווי דער מאדערנער (2023) און טראגישער טיטאן.
אזוי ווי געשריבען דער ספר הברית איז מלא וגדוש מיט אינטערסאנטע סייענס, אבער דער אינטערוואסער שיפל איז נישט די ראיה.
ער האט אסאך אינטערסאנטע באשרייבונגען פון זאכן וואס איבער 100 יאר שפעטער זענען סייענטיסטן געקומען צו דער זעלבער הכרה.
נשלח: פרייטאג יוני 23, 2023 7:00 pm
דורך לייביששרייבער
.
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 1:58 am
דורך שמעקעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן:די דריטע לעקציע איז, אויך פונ'ם ספר קהלת פון שלמה המלך..."אל תהי בז לכל אדם, שאין לך אדם שאין לו שעה, ואין לך דבר שאין לו מקום"...!
במחילת כבוד הרב שליט"א,
ערשטנס, מיין איך אז דאס שטייט אין פרקי אבות, נישט קהלת, ניין?
צווייטנס, וואס איז די לעקציע? ווי אזוי לערנסטו עס ארויס פונעם אינצידענט וואס האט פאסירט?
נשלח: זונטאג יוני 25, 2023 3:44 am
דורך berlbalaguleh
הרב שמעקעדיג: יא. דו ביסט גערעכט. ערגעץ שטייט עס. אדער אין פרקי אבות. אדער אין קוהלת. אדער אין ביידע. אין קוהלת שטייט "אין כל חדש תחת השמש"...!
במחילת כבוד הרב. דו האסט נישט פארשטאנען מיין מעסעדזש. אויב דו האסט געליינט די גאנצע תגובה. איך האב געשריבן אז ס'זענען דא מענטשן וועלכע לאכן אויס דעם ספר הברית און זיין מחבר. אז ער האט גערעדט נארישקייטן. איז א ראיה אז ער האט יא געוויסט וואס ער רעדט. ווייל ער האט דאס געשריבן מיט 226 יאר צוריק.
סארי: ס'איז נישט געלונגען איצט. נאר געב נישט אויף .פרוביר נאכאמאל.
דו ביסט שוין לאנג נישט אויפגעקומען מיט עפעס א גוט שטעכעדיג שטיקל. אויף דעם ציוני/אהרוני...געב נישט אויף חזק ואמץ. (מיט וואס דאס גראמט זאג איך שוין נישט).
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:46 am
דורך שמעקעדיג
רבי בערל, איך האב געפרעגט אויף אן אמת, נישט אויף צו שטעכן. איך האב באמת געוואלט פארשטיין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 29, 2023 12:46 am
דורך שמעקעדיג
צו באגרייפן עטוואס פון די טראגעדיע וואס האט פאסירט, קענט איר זעהן דא:
https://youtu.be/C1VKotduWek
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 2:08 pm
דורך קידוש
יעצט הער איך אויפן נייעס אז מען האט געטראפן מענטשליכע איבערבלייבעניש,
לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילו-סעקונד מיט ריזיגע פרעשור וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 2:10 pm
דורך צוויבל קניפער
קידוש האט געשריבן:לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
זיי זאגען טאקע יעצט אז זיי זענען נישט זיכער וואס איז געשען.
נשלח: פרייטאג יוני 30, 2023 3:08 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קידוש האט געשריבן:לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור, וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
די לוז ביין
Re:
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 11:11 am
דורך הגאון הצדיק
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 30, 2023 3:08 pm
קידוש האט געשריבן:לויט ווי מען שרייבט דא אז עס האט צוקוועטשט אין א מילי-סעקנד מיט ריזיגע פרעשור, וויאזוי בלייבט איבער סיי וואס פארא איבערבלייבעניש?
די לוז ביין
זיי האבן געגעסן מלוה מלכה?