בלאט 2 פון 3

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:05 am
דורך אלע צוזאמען
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:42 am
אלע צוזאמען האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:40 am
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:12 am אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=250
Which is the truth.
מאכט נישט קיין סענס עפעס.
ווייסט ווי סאך ישי בעט?
סא ס’נישט אמת ווייל ס’מאכט נישט קיין סענס.....

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:08 am
דורך נאך א מיינונג
מיר דארפן מוחה זיין בכל התוקף אויף די לשון הרע וואס איינער שרייבט דא קעגן בוני עולם.

זיי געבן יא געלט! איך, און אסאך אנדערע, האבן באקומן געלט פון זיי, ביז די ערשטע קינד איז געבוירן געווארן. קיין התירים האב איך נישט געדארפט האבן, ממילא ווייס איך נישט וועגן דעם, אבער פארוואס וואלטן זיי געווען ראנג טאמער זיי פאלגן זייער רבנים?

אה אה! איינער האט געטראפן א פראבלעם! אז זיי האבן מפרסם געווען עפעס וועגן א טריעטמענט, און זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט! פשיאאאא! פאר דעם ווערט אן ארגאניזאציע פסול?

און לעומת זה לויבט זי אויס עי-טיים, ווי קיינער ווייסט נישט ווי די געלט גייט, קיינער ווייסט נישט פארוואס דארפן זיי א גרינם דיים, און מאכן פורים פון גאנץ ש"ס איין מאל א יאר.

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:49 am
דורך היום
With all the respect.
אחדשה"ט באה"ר
איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס דארף מען איינס אוועקמאכן אויב סופפארט מען אדער מען באקומט סופפארט אדער סערוויסעס פונעם צווייטן?

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:58 am
דורך היום
איך ווייס אז עס נישט (נאר) דו.
די פראבלעם איז ליידער ביים מקור, פון די הויכע פענסטערס פון דיע אורג.
איך קען ליידער אפאר וואס מיטשענען זיך, ווארטן שוין א שיינע פאר יאר.
זיי ניצן טאקע הילף פון ביידע, אבער די סענסיטיוויקייט וואס זיי דארף האבן נישט צו פארציילן וואס זיי באקומען ביים צווייטן, כדי צו נישט אויפרעגן דיע חברה אויף זיך, איז א שיין שטיקל קאפ וויי.
Sad

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:01 am
דורך נייעסריפארטער
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:10 am צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
מאיר מרדכי בערקאוויטש האט זיך אבער געוויצלט מיט אברעמעל ער זאל ח"ו נישט זינגען עלה קטן... :P

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:15 am
דורך מילך טראק
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:10 am צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
איך גלייב נישט די לשון הרע

Re:

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:25 am
דורך מילך טראק
גאלדמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 18, 2023 1:33 pm
עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
Hashemschild האט געשריבן:זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
בוני עולם געבט אסאך הלוואות. על פי רוב דארף מען זיי צוריקצאלן.

ווי אויך טיילן זיי איין פאר מענטשן וועלכע פראצעדור צו מאכן, אפילו אויב א פארפאלק האט געוואלט געלט פאר עפעס אנדערש.
זיי לאזן נאר ניצן זייערע אייגענע רבנים. זיי נעמען נישט אן קיין היתרים פון אנדערע.

למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.
פון וועלכע ווייבל רעדסטו? איין באקאנטע טרענספלענט איז געווען ביי א שנור פון א אויסגערופענע חשובע דיין פון אלדטיימערס פון די חברי ביד''ץ ביי סאטמער ווילימסבורג באוויסט פאר גאר א פרומער ווילסטו מיר זאגן אז ר' מיכל שטיינמעץ האט נישט מתיר געווען? לייגט זיך נישט אויף די שכל
בוני עולם צאלט עס יא, שוין געווען צוויי אדער דריי קינדער מיט די יוטערעס טרענספלענט מהלך, און מיט די שטיצע פון די חשוב'סטע רבנים,
בערך א יאר צירוק ביי די סקיט מיט הערטיזש סילווער האט בוני עולם אליינס גערעדט דערפון ברמז אז עס איז דא א נייע מהלך וואס קאסט בערך 200K א טריטמענט.
ס'איז דא סברות לכאן ולכאן
ב"ע פארוואס זאלן זיי צאלן פאר איין קאפעל 200k ווען מיט די געלט קענען זיי צאלן פאר 10 אנדערע קאפעלס

די קאפעל: אונז ווארט מיר שוין לענגער ווי יעדן דאס איז די איינציגסטע האפענונג נאך א פאר יאר פארפאסן מיר די געלעגנהייט פאר אייביג פארוואס זאלן מיר נישט האבן קיין טשאנסן , פארוואס זאל די געלט ענדערשט גיין פאר 22 יעריגע קאפעלס,

איך מיין אז קיינער לייקענט נישט אז זיי העלפן קאפעלס, נאר די טענות איז אויף די וועג וויאזוי זיי טיילן די געלט,

אגב זיי צאלן טאקע נאר פאר די ערשטע קינד אבער געווענליך קען מען מיט 1 טריטימנט האבן אפאר קינדער

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
היום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:58 am
היום האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:49 am
נאך א מיינונג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:08 am מיר דארפן מוחה זיין בכל התוקף אויף די לשון הרע וואס איינער שרייבט דא קעגן בוני עולם.

זיי געבן יא געלט! איך, און אסאך אנדערע, האבן באקומן געלט פון זיי, ביז די ערשטע קינד איז געבוירן געווארן. קיין התירים האב איך נישט געדארפט האבן, ממילא ווייס איך נישט וועגן דעם, אבער פארוואס וואלטן זיי געווען ראנג טאמער זיי פאלגן זייער רבנים?

אה אה! איינער האט געטראפן א פראבלעם! אז זיי האבן מפרסם געווען עפעס וועגן א טריעטמענט, און זיי האבן נישט געהאט קיין שייכות דערמיט! פשיאאאא! פאר דעם ווערט אן ארגאניזאציע פסול?

און לעומת זה לויבט זי אויס עי-טיים, ווי קיינער ווייסט נישט ווי די געלט גייט, קיינער ווייסט נישט פארוואס דארפן זיי א גרינם דיים, און מאכן פורים פון גאנץ ש"ס איין מאל א יאר.
With all the respect.
אחדשה״ט באה״ר
איך הייב נישט אן צו פארשטיין פארוואס דארף מען איינס אוועק מאכן אויב סעפארט מען אדער מען בייקומט סעפארט אדער סערוויסעס פועם צווייטן?
איך ווייס אז עס נישט (נאר) די.
די פראבלעם איז ליידער ביים מקור, פון די הויכע פענסטערס פון דיע אורג.
איך קען ליידער אפאר וואס מיטשענען זיך, ווארטן שוין א שיינע פאר יאר.
זיי ניצן טאקע הילף פון ביידע, אבער דיע סענסיטיוויקייט וואס זיי דארף האבן נישט צו פארציילן וואס זיי בייקומען ביים צווייטן, כדי צו נישט אויפרעגן דיע חברה אויף זיך, איז א שיין שטיקל קאפ וויי.
Sad
עס איז דא 2 חלקים פון וואס דו רעדסט

איינס אז די ארגיניזאציעס רייסען זיך אונטער איינער דעם צווייטען, דאס איז אמת ביי רוב אויב נישט אלע ארגיניזאציעס וואס האבן א קאמפעטישאן און עס איז זייער זייער סעד יעדע ארגיניזאציע באשטייט פון בעלי חסד זיי וואלטן געדארפט ארבייטן האנד ביי האנד און זיך מיט טיילען אינפורמציה עז גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס זיי קומען זיך נישט אדורך.

די צווייטע נקודה איז אז בוני עולם גיט געלד פאר די טריטמענטס און עי טיים נישט וואס דאס איז לכאורה ריכטיג ווי קאפלס זענען מעיד.

עי טיים איז גוט פאר סופפארט און מעדיקעל עדווייס וואס דאס קאסט געלד זיי האלטן אויף א סטעף

Re:

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 10:52 pm
דורך א נייגעריגע קאטשקע
בת קול האט געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2023 11:51 pm
Hashemschild האט געשריבן:זיי מסביר, פארוואס העלפט נישט ביני עולם דעיע קאפלס היינט צוטאגס?
בוני עולם געבט אסאך הלוואות. על פי רוב דארף מען זיי צוריקצאלן.

ווי אויך טיילן זיי איין פאר מענטשן וועלכע פראצעדור צו מאכן, אפילו אויב א פארפאלק האט געוואלט געלט פאר עפעס אנדערש.
זיי לאזן נאר ניצן זייערע אייגענע רבנים. זיי נעמען נישט אן קיין היתרים פון אנדערע.

למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

איך קען די ערשטע קאפל וואס האט געהאט דעי טרענספלענט די מען האט געלט ער האט עס אליין געצאלט

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 11:11 pm
דורך לאכעדיג
עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז הרב חיים אהרן אונגער דיין ביי מהר"א אין וומ"ס האט נעכטן גערעדט ביים שבע ברכות און ער איז די הויפט דיין ביי עי טיים.

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 12:49 am
דורך היום
חיים הלוי האט געשריבן: עס איז דא 2 חלקים פון וואס דו רעדסט

איינס אז די ארגיניזאציעס רייסען זיך אונטער איינער דעם צווייטען, דאס איז אמת ביי רוב אויב נישט אלע ארגיניזאציעס וואס האבן א קאמפעטישאן און עס איז זייער זייער סעד יעדע ארגיניזאציע באשטייט פון בעלי חסד זיי וואלטן געדארפט ארבייטן האנד ביי האנד און זיך מיט טיילען אינפורמציה עז גייט מיר נישט אריין אין קאפ פארוואס זיי קומען זיך נישט אדורך.

די צווייטע נקודה איז אז בוני עולם גיט געלד פאר די טריטמענטס און עי טיים נישט וואס דאס איז לכאורה ריכטיג ווי קאפלס זענען מעיד.

עי טיים איז גוט פאר סופפארט און מעדיקעל עדווייס וואס דאס קאסט געלד זיי האלטן אויף א סטעף

לפי ידיעתי, איז דער חילוק פון דעי צוויי אביסל בעקדעיטעד.

דהיינו, אז (צוליב געוויסע סיבות…) היינטיגע צייטן - לעצטע יאר צוויי בערך, האט זיך עי.טיים אריינגעריקט און העלפן אויך מיט געלט, הגם אז נישט אזוי דייריקט ווי ב"ע, אבער יא מיט עצה, הלוואות, פיינענסינג.
אזוי אויך בוני עולם, איז שוין טיף אין די סופפארט ליין, מיט אווענטס, גרופס, get always, וכדו'.

וואס איז געוואלדיג אז די קאפלס האבן מער אפציעס וואו צי גיין און פון וואו זיך אנצופילן,
די פראבלעם איז נאר ווי פריער דערמאנט, די בייזע רוח וואס לויפן צווישן די צוויי.
איז ווען מען רייסט זיך ארום אויף דאוינערס און נדבנים אויפן גאס, אדער אויף קרעדיט פאר געוויסע סוקסעס, נו, נישט געפערליך, די ווייטאג איז אבער אז די מקבלים זענען די וואס דארפן טרעטן אויף רויע אייער צווישן די צוויי, אויפן גוטן פאל, ודי בזה.

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:43 am
דורך אתרוגים
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:10 am צדק האט נעכטן געמאכט א רייכע שבע ברכות פאר העסקן רבי משה מארגערעטן
לרגל די חתונה פון א קינד.
זיי האבן אראפגעברענגט ישי ריבו ווי ער האט געזינגן העבראישע ניגנים פאר חסידים.
יוש, שרעקליכע עבירה דעיס...
ירידת הדורות אויף א שרעקליכן פארנעם.

האלאו, עטס ווייסטס אז א ריזן חלק פון כלל רעדט די שפראך??
געפעלט יא געפעלט נישט מען ווישט זיך ס'נאניע און מען גייט ווייטער

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 1:59 am
דורך לאכעדיג
אין סאטמאר איז דא אידן וואס דאס טוט זיי באמת באנג.

Re:

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:29 pm
דורך nespresso
בת קול האט געשריבן: למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:36 pm
דורך לאכעדיג
ביטע נישט רעדן פון די פרטים דא...
מען וועט נאך אריבערפירן די אשכול צו מאחורי...

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: מיטוואך פעברואר 28, 2024 11:11 pm
דורך מילך טראק
היכי דמי האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 9:12 am אויף איי וועלט פרובירט מען צו פארענטפערן אז די ספאנסער פונעם נאכט האט געוואלט ישי.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=250
אלעס אויסגעמעקט איי וועלט בתפארתו

Re: Re:

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 10:45 pm
דורך בת קול
nespresso האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:29 pm
בת קול האט געשריבן: למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען
קען זיין היינט איז אנדערש.
ביי די ערשטע טרענספלענט האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו.

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 10:49 pm
דורך מילך טראק
עפעס גערעדט היינט דערוועגן ביי די שאסאטון?

Re: Re:

נשלח: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:27 am
דורך חיי עולם
בת קול האט געשריבן: זונטאג מערץ 03, 2024 10:45 pm
nespresso האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 27, 2024 2:29 pm
בת קול האט געשריבן: למשל ביי די ווייבל וואס האט געהאט א יוטערעס טרענספלענט, האבן זיי נישט געגעבן א דיים, ווייל זייערע דיינים האבן נישט געלאזט. (דערנאך האבן זיי אלע אבער גענומען קרעדיט פארשטייצעך.)

ס׳זענען דא אסאך סיבות פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף בוני עולם.

איך ווייס נישט פון א דיין וואס איז מתיר ivf וואס אסרט יוטערעס טרענספלענט, נאכמער בוני עולם האט געהאט א אסיפת הרבנים ווי מען האט עס מתיר געווען
קען זיין היינט איז אנדערש.
ביי די ערשטע טרענספלענט האבן זיי נישט מסכים געווען דערצו.

אוודאי אנהייב האבן זיי נישט געוואלט אריין לייגן קיין געלט מיט אסאך תירוצים, אבער נאכן זעהן סוקסעס האבן זיי פארשטייט זיך גענומען קרעדיט... און אנגעהויבן באצאלן א חלק פון די קאסטן פאר אנדערע

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:07 am
דורך אברהם שנית מן השמים
אויף דעם אינגל וואס אעז געבוירן און ארץ ישראל ביי די 87 אעז אויך בוני עולם אחראי?

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:14 pm
דורך היכי דמי
איך האב לעצטענס באמערקט אז עס איז דא צענדעליגער אנדערע אידישע ארגאניזאציעס וואס לאביערן פאר די אינפערטיליטי ביל שוין לאנג בעפאר צדק איז אריין דערין. אזוי אויך אסאך נישט אידישע ארגאניזאציעס.

הדסה וואס איז א פרייע אידישע פרויען געזונטהייט ארגאניזאציע קאמפיינט שוין דערפאר כאטש פון 2019 און זיי האבן אריינגעמישט צענדעליגער אנדערע ארגאניזאציעס.

https://my.hadassah.org/news-stories/ad ... e-820.html

https://www.hadassah.org/press-release/ ... d-services

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:17 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
ממש די זעלבע זאך? (כ'פרעג ווייל איך ווייס נישט)

Re: משה מארגרעטען צדק ארגענזאציע נייע אינפערטילטי בילל

נשלח: דינסטאג מאי 14, 2024 5:31 pm
דורך היכי דמי
קוקט אויס אזוי פון די ביסל וואס איך האב געליינט.