בלאט 2 פון 4

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:37 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
רייס נישט אראפ קיין פריוואטע מענטשן
מנהל

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:45 pm
דורך יָדוֹרָש
קלוגע יודל האט געשריבן:לויט ווי מען זעהט אויף ווידיאו האט די אדעסי געהאט א גרין לייט
יעצט מיטן שרייבן אלע מינע לשונות, אדורגעריסן, ווילד וכו', טוישט זיך נישט די פאקט אז ער געהאט די גרינלייט
קענסט ביטע לייגן די ווידעא?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:46 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:רייס נישט אראפ קיין פריוואטע מענטשן
מנהל
גערעכט.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 3:51 pm
דורך יָדוֹרָש

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:02 pm
דורך קאצקע ציקער
צפור בודד האט געשריבן:
פלוניש'ל האט געשריבן:שרעקליכע מעשה! קוים חתונה געהאט!

די נפטר פלעגט שרייבן דא אינעם שטיבל גאנץ אפט.
עלה מוות בחלונינו!

איז דאס דער ערשטער בר מינן דא אין שטיבל?
שוין געווען אמאל

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:05 pm
דורך טראפעלע
קאצקע ציקער האט געשריבן:שוין געווען אמאל
ווען?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:06 pm
דורך קלוגע יודל
יָדוֹרָש האט געשריבן:
Screenshot_20230409-154851.png
https://nyc.streetsblog.org/2023/04/06/ ... y-drivers/
boro park population 201,640
Dyker height & bay ridge population (combined) 142,075

יעצט מאך די חשבונות ווי איז מער סעיף....
זיי האבן סתם אן אגענדע

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:07 pm
דורך קורקלענד
טראפעלע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
צפור בודד האט געשריבן:
פלוניש'ל האט געשריבן:שרעקליכע מעשה! קוים חתונה געהאט!

די נפטר פלעגט שרייבן דא אינעם שטיבל גאנץ אפט.
עלה מוות בחלונינו!

איז דאס דער ערשטער בר מינן דא אין שטיבל?
שוין געווען אמאל
ווען?
אין די לעצטיגע מפתח אישים רופט ער איינעם מיט ז''ל.....

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:12 pm
דורך יָדוֹרָש
יָדוֹרָש האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:לויט ווי מען זעהט אויף ווידיאו האט די אדעסי געהאט א גרין לייט
יעצט מיטן שרייבן אלע מינע לשונות, אדורגעריסן, ווילד וכו', טוישט זיך נישט די פאקט אז ער געהאט די גרינלייט
קענסט ביטע לייגן די ווידעא?
?

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 4:37 pm
דורך קלוגע יודל
יָדוֹרָש האט געשריבן:קענסט ביטע לייגן די ווידעא?
געזעהן אויף א צווייטנס טעלעפון, אנטשולדיגט

בארא פארק ברענגט א קרבן פסח אין שרעקליכע עקסידענט

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 9:21 pm
דורך חיים שמייסער
כ'האב געזען די ווידיא,

די אדעסי (דרייצנ׳טע עוו.) איז געפארן אביסל שנעל אבער געהאט א קלארע גרין לייט.

די סייענע (פיפציגסטע גאס) איז דורך געפארן א סאליד רויט לייט.

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 10:41 pm
דורך חב''ד הויזן
סאו דאס הייסט א שנים שעשוהו.

ע''פ פשטות, פון א 30 מפ''ש קראך שטארבט מען נישט.

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:30 am
דורך קלוגע יודל
חב''ד הויזן האט געשריבן:ע''פ פשטות, פון א 30 מפ''ש קראך שטארבט מען נישט.
ער איז נישט געשטארבען פון די קראך פון די צוויי קארן, ער איז געשטארבן פו די ספינען פון די סיענע

נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 3:31 am
דורך שפילער
קען איינער אריינשיקן די ווידיאוי

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:14 am
דורך שמעון וואלף
ס'ווייטאגט זייער צו טראכטן די צער וואס די עקסידענט האט אנגעמאכט פאר די דריי באטראפענע: די דרייווער פון די אדעסי וואס האט אריינגעזעצט אינעם סיענע, די דרייווער פון סיענע וואס האט אלץ רעזולטאט אראפגעקלאפט דעם אינגערמאן און די משפחה פונעם נפטר.

מ'דארף נישט צוקומען צו streetsblog זאל אונז דערציילן ווי סכנה'דיג אונזערע גאסן זענען. יעדער וואס דרייט זיך אין בארא פארק וויליאמסבורג, מאנסי, מאנרא וכו' האט שוין בייגעוואינט עטליכע שיעור קאטאסטראפעס וואס איז פארמיטן געווארן מיט ניסי ניסים. אינגעלייט און בחורים רייסן ארום ווי חיות ממש, אריינלייגענדיג אזויפיל אנשים נשים וטף אין סכנה. ועל נסיך שבכל יום עמנו ועל נפלאותיך שבכל עת, ב"ה אז מ'הערט נישט אזוי אפט א טראגעדיע, אבער אין סומכין על הנס און עפעס מוז געטון ווערן.

איך האף אז מ'וועט נעמען די זאך אין די האנט אריין און מאכן עפעס אן עווערנעס פראפאגאנדע אז ס'זאל כאטש ווערן א מדובר איבער דרייווען פארזיכטיג.

Re: בארא פארק ברענגט א קרבן פסח אין שרעקליכע עקסידענט

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:46 am
דורך טאמבל סאס
די ערשטע טשעינדזש וואלט געזאלט זיין דער עולם זאל זיך אוועק ציען אין די מאסן. אזעלכע זאכן צייגן אן אויף איבער די מאס טראפיק אין גאר א פיצי עריע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 9:52 am
דורך פנחסבןאלעזר
נעה, פונקט פארקערט, דער עקסידענט איז געשעהן ווען די גאסען זענען ליידיג פין קארס.

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 10:44 am
דורך בעל אחריות
טאמבל סאס האט געשריבן:די ערשטע טשעינדזש וואלט געזאלט זיין דער עולם זאל זיך אוועק ציען אין די מאסן. אזעלכע זאכן צייגן אן אויף איבער די מאס טראפיק אין גאר א פיצי עריע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
אויב איז דא סיי וועלכע מאנעהטענע גוי וואס ליינט דא: מען מיינט אייך...

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 12:16 pm
דורך טאמבל סאס
פנחסבןאלעזר האט געשריבן:נעה, פונקט פארקערט, דער עקסידענט איז געשעהן ווען די גאסען זענען ליידיג פין קארס.
דאס אז די גאסן זענען ליידיג פון קארס יענע מאמענט מיינט נישט אז דאס איז נישט די סיבה. ווייל נארמאל וואלט דאן געדארפט זיין ליידיג פון קארס בכלל. ווייל אויב וואוינען כמעט נאר אידן דארטן (און די גוים וואס וואוינען יא דארט קענען נישט עפארדן קארס - זיכער נישט אזעלכע כלי משחית..) וואלטן יענע מאמענטן בכלל נישט געטארט זיין א קאר אויפ'ן גאס. וועלכע איד דרייווט נאכ'ן זמן? א ראיה, דער אינגערמאן, פון געוואוינהייט, האט נישט געחלומ'ט א קאר וועט קומען צופליען אין אזא צייט, נאכ'ן זמן. דערפאר איז ער מסתמא זיך געגאנגען אזוי רוהיג אין גאס נאך די מקוה. איך שטעל מיך פאר אז מסתמא אלע וואס גייען אויפ'ן גאס אין אזא צייט נאכ'ן זמן אויף א פרייטאג, ריכטן זיך מער נישט אויף קיין יאָגנדע קארן.

אדער קען זיין אז בעצם איז יא געווען מער קארן דעמאלס אויפ'ן גאס אבער דאס אז צווישן זיי זאל זיך אויך האבן געפינען אזא חיה רעה וואס זאל אויך הארגענען עמיצן איז נאר צוליב דער הויכער שאנס (וואס עקזעסטירט אצינד) פון צווישן אזויפיהל דרייווער, אויף אזעלכע שמאלע גאסן.

אבער דאס איז נאר דעֶר עקסידענט, די אנדערע 900 עקסידענטן לעצטע יאהר, האבן דאך יא פאסירט געהעריג אינמיטן וואך.

נאר וואס דען, פשט איז, ווען די גאסן זענען פלאנירט געווארן, האט מען נישט געחשבונ'ט אז די דזשענטריפייד, וואלקן קראצער וועלכע וועלן ווערן ארויפגעצויגן אין די זייטן וועלן האַוזן אזויפיהל מענטשן וואס קריגן סעקשאן 8, און קענען אזוי ארום באצאלן פאר א גראבן SUV -- וואס זאל זיך שלייכן און יאווען נאכ'ן רעבעס מארטאקאדע, אין די צייטן ווען עס איז נישט ביזי הארגענען מענטשן, אהיימגייענדיג פון מקוה נאכ'ן זמן -- אזוי אז מענטשן וועלן דאס מערהייט פון טאג ברויכן פארברענגען פאָרענדיג, אין א הייסע אויטא, אין צוזאמענגעשטויסענע, פארשטינקענע טראפיק. מוחל די סוכה באלקאן, מוחל די פייגל קאַקאַכץ אויף די קארן, מוחל די בומפער טו בומפער אנשיקעניש, מוחל די אויערן פארטייבנדע הוטנערס און מוחל די פארסרחטע לופט און פארברענטע ראָבּער געשטאַנק. כ'וויל ארויס! :קראץ: :לשוןהרע: :אויוויי: :בייביי:

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 12:38 pm
דורך טאמבל סאס
און דער אמת איז דאס פאסירט שוין: דערפאר זעהט מען אז יעדער וואס האט אביסל געלט, און איז נישט סאושעלי אנגעוואנדן אין די לאקאלע קהילות, מופט זיך ארויס צו א מער שיטערער געגנט.

נאר מיין טענה איז אז מען מוז נישט האבן געלט דאס צוטאהן. פארקערט, עס וועט אייך נאָר סעיוון געלט. מען דארף נאר האבן צוויי ביצים צו שלאגן כפרות מיט די אם..

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:46 pm
דורך בעל אחריות
טאמבל סאס האט געשריבן:. מען דארף נאר האבן צוויי ביצים צו שלאגן כפרות מיט די אם..
שטארקע פאן...

Re: בארא פארק ברענגט א קרבן פסח אין שרעקליכע עקסידענט

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:49 pm
דורך שערי יושר
טאמבל סאס האט געשריבן:די ערשטע טשעינדזש וואלט געזאלט זיין דער עולם זאל זיך אוועק ציען אין די מאסן. אזעלכע זאכן צייגן אן אויף איבער די מאס טראפיק אין גאר א פיצי עריע.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
ווילדע דרייווערס קענען זיין איבעראל

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 12:51 am
דורך berlbalaguleh
טאמבל סאס האט געשריבן:פיקוח נפש איז טאקע דוחה שבת אבער נאר ווען ער איז שוין א חולה..
טאמבל סאס: אין ענגלאנד דרייווט אויך דער היימישער עולם אזוי שרעקליך ווי אין ב.פ. און מאנסי???!