בלאט 2 פון 4
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 1:50 pm
דורך כוואליעס
איך ווייס פון אינוועסטערס וואס האבן באקומען מער ווי 6 פראצענט א חודש שוין די לעצטע האלבע יאר, איך קען נאכנישט שרייבן מער דיטעילס, זייטס מיר מוחל, אבער איך זאג ענק סאיז געווען אזא שווינדל וואס די וועלט האט נאכנישט געזען
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 2:55 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:6% א חודש איז אייביג א סקעם!
בערני מעידאףף האט געגעבן איין פראצענט א חודש...
א 100K אינוועסטמענט מיט 6% א חודש איז א ביליאן דאלער נאך בלויז 13 יאר!
עגרי. די חורבן הייבט זיך אהן ווען עס אפערעיט פאר א שטיק צייט מיט די נאמבערס.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 3:50 pm
דורך כפתור
Tony Soprano האט אפילו נישט פארלאנגט 6% א חודש
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 4:01 pm
דורך צקון לחש
כפתור האט געשריבן:Tony Soprano האט אפילו נישט פארלאנגט 6% א חודש
ער איז טאקע נישט געגאנגען א שטריימל
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 4:24 pm
דורך פנחסבןאלעזר
א חידוש ער האט געדארפט צוזאגן אזויפיל. פאר צוויי פראצענט א חודש טוט מען זיך אויך אויס נאקעט.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 5:04 pm
דורך תנחום
העריך אז איינער האט רעפיינענסד זיין הויז ווייל זיין שוואגער שארט גאלד פון דעי מקח. למעשה האט ער נישט עספיעט אריינצושטעקן די געלט פאר ס'געגאנגן פייפן.
נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 5:46 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
תנחום האט געשריבן:העריך אז איינער האט רעפיינענסד זיין הויז ווייל זיין שוואגער שארט גאלד פון דעי מקח. למעשה האט ער נישט עספיעט אריינצושטעקן די געלט פאר ס'געגאנגן פייפן.
געהערט עטליכע מעשיות פון מענטשן וואס האבן געהאלטן א האר פארן אריינפאלן.
אויך מעשיות פון מענטשן וועלכע האבן געדארפט ארויסנעמען זייער געלט פאר פארשידענע סיבות און זענען למעשה ארויס מיט שווערע רווחים.
נשלח: מוצ"ש אפריל 08, 2023 9:44 pm
דורך היט שבת
וואס איז טאקע פשט אז אזאלכע גרויסע חברה זענען געפאלן פאר אזא שווינדעל? 10% א חודש איז א ריזיגע נאמבער. און מען רעדט דא פון גרויסע ביזנעסלייט נישט יונגעלייטלעך וואס אונוועסטן די ערשטע מאל אן קיין עקספיריענס
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 10:36 am
דורך מונטסורי
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 1:51 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אינטערעסאנט אז נאר איינער האט איהם גענומען אין געריכט. אויב רעדט מען פון אזויפיל מענטשן און אזויפיל געלט וואלט געדארפט זיין מער.
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 4:10 pm
דורך שערי יושר
טייערע אינגערמאנטשיקל, געב עס אביסל צייט, יעדער פון זיי וועט עם קלאגן אזוי ווי אונזער הלכה אז ערכאות איז נאר אסור ביי מאלעסטעישן.
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 5:22 pm
דורך 65th
נשלח: מאנטאג אפריל 10, 2023 7:10 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
נישט קיין שייכות מיט די איצטיגע פרשה.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 4:20 pm
דורך [NAMELESS]
וואו איז די געלט געגאנגען?
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:17 pm
דורך הקטן
שערי יושר האט געשריבן:טייערע אינגערמאנטשיקל, געב עס אביסל צייט, יעדער פון זיי וועט עם קלאגן אזוי ווי אונזער הלכה אז ערכאות איז נאר אסור ביי מאלעסטעישן.
צוריק נעמען דיין אייגען געלט, וואס ליגט ביי יענעם בגניבה, איז נישט קיין פראבלעם ע"פ הלכה (אויב ריין גניבה איז די מעשה)
איינזצען א צווייטע איד איז שוין אביסל מער קאמפלעצירט
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
פאר מען הייבט אן שרייען אויף א היימישע איד מאחב"י גנב, שווינדלער, דארף מען זיך לענ"ד אפשטעלן א רגע און טראכטן, אז אפשר האט ער געהאט א נאמאלע ראנינג ביזנעס, און ס'איז דורך געפאלן, ס'איז מעשים בכל יום אז מענטשען עפענען א ביזנעס, זיי מאכן געלט פאר א שטיק צייט, די ביזנעס וואקסט און מ'נעמט אריין אינוועסטערס, און שפעטער הערט די ביזנעס אויף צו מאכן געלט, און די אינוועסמענט האט געקראכט,
א אינוועסמענט איז ביי דעפענישן א זאך וואס האט מיט זיך א ריסק אז היינט אדער מארגן קען עס גיין שלאפן, פארוואס לויפט מען גלייך צי פאנזי סקים?.
Re: היימישע פּאנזי סקיעם: 130 מיליאן דאלער אנגעזעצט!!!!!
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:29 pm
דורך שערי יושר
די ריזיגע פראצענטן וואס ער האט געצאלט גיבט יעדע אנדייטונג פון א פאנזי. די שאלה איז נאר וויאזוי ער האט אריינגעשלעפט געלינגענע עשירים און ביזענסלייט. ער האט שוין א היסטאריע געהאט פון אנזעצן ביי א קיטשען ביזנעס וואס מ'זאגט ער האט יעדעם באצאלט
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 5:39 pm
דורך [NAMELESS]
איך זאג נישט אז ס'קען נישט זיין קיין סקעם, איך פרעג פארוואס מיז זיין אז ס'איז א סקעם, אפשר האט ער געהאט זייער א גוטע ביזנעס וואס האט טאקע געמאכט אסאך געלט, און ער האט געקענט באצאלן זייער שיין פאר די אינוועסטערס.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:07 pm
דורך yatzmachp
קודם לאמיר קלאר שטעלן אז נישט יעדע שווינדלעריי איז א פאנזי סקיעם. א פאנזי סקעים איז א ספעסיפיק מין שווינדלעריי פון געבן רווחים פאר די ערשטע אינוועסטערס פון די קרן פון שפעטערע אינוועסטערס וכן להלאה.
א שווינדלעריי איז א שווינדלעריי און עס איז דא מיליאנען מיני וועגן פון שווינדלען.
אין אונזער פאל וויבאלד איך ווייס נישט קלאר וואס עס איז געווען קען איך נישט ניצן דעם ווארט שווינדלעריי. נאר וואס יא? עס איז דא לעגיטימע אינוועסטמענטס וואס האבן זייער א קליינע טשענס צו זיין סוקסעספול און מענטשן אינוועסטירן אין אזעלכע אינוועסטמענטס יעדן טאג. נאר וואס, ווי לאנג מענטשן ווייסן דעם אמת איז עס א ריסק וואס זיי נעמען און ווי מען זאגט, אויב געלונגט עס איז ער א געלונגענער ביזנעסמאן און אויב נישט איז ער א לוזער און פאר זיינע אינוועסטירער זאגט מען טאף לאק.
יעצט ווייל רוב אינוועסטמענטס ארבעטן זיך נישט אויס איז דא סימנים צו וויסן ווי ריסקי עס איז. ווי ריסקיער אלס העכער איז די ריווח. יעצט ווען איינער זאגט צו סיי סעיפטי און סיי הויכע רווחים איז עס אדער א שווינדלעריי, אדער סיי דער אינוועסטערס און סיי דער ביזנעסמאן זענען willfully ignorant.
א כלל גדול איז אז אויב הייבט מען אן צו רעדן פון רווחים פון זעקס פראצענט און ארויף הייבט אן די סעיפטי צו פאלן. פון דא דארף יעדער מאכן זיינע אייגענע דעסיזשנס.
ווען איך זעה ווי אן עושר פאלט אריין אין א אינוועסטמענט וואס שטעלט זיך ארויס אז עס האט ווייאלעיטעד די געווענליכע כללים פון ריסק און ריווארד האב איך נישט קיין רחמנות אויף אים, ווייל ער וואלט געדארפט וויסן בעסער. נישט אז אן עושר מעג מען באגנב'ענען נאר איך רעד דעם חלק פון רחמנות. דער עושר איז בארעכטיגט צו טוהן אלעס וואס איז לעגאל און הלכה'דיג אויסגעהאלטן צוריק צו באקומען זיין געלט ווייל מען טאר אים נישט באגנב'ענען פונקט ווי מען טאר נישט גנב'נען פון אן ארימאן. אבער ווען א ארימאן פאלט אריין פיל איך יא רחמנות ווייל ער ווייסט נישט בעסער.
נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 6:39 pm
דורך קורקלענד
איך וואלט ענדערש געניצט די לשון 'באזעסענע ביזנעסמאן ' ווי עושר, ווייל אסאך עשירים זענען נישט קיין באזעסענע. אבער די פוינט איז ריכטיג.
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 12:27 am
דורך berlbalaguleh
עמקות המחשבה האט געשריבן:פאר מען הייבט אן שרייען אויף א היימישע איד מאחב"י גנב, שווינדלער, דארף מען זיך לענ"ד אפשטעלן א רגע און טראכטן, אז אפשר האט ער געהאט א נאמאלע ראנינג ביזנעס, און ס'איז דורך געפאלן, ס'איז מעשים בכל יום אז מענטשען עפענען א ביזנעס, זיי מאכן געלט פאר א שטיק צייט, די ביזנעס וואקסט און מ'נעמט אריין אינוועסטערס, און שפעטער הערט די ביזנעס אויף צו מאכן געלט, און די אינוועסמענט האט געקראכט,
א אינוועסמענט איז ביי דעפענישן א זאך וואס האט מיט זיך א ריסק אז היינט אדער מארגן קען עס גיין שלאפן, פארוואס לויפט מען גלייך צי פאנזי סקים?.
עמקות המחשבה: ווען ער 'עט גיין א צוריסענעם רעקל, געלאטעטע הויזן און עסן 3 טאגיג ברויט 'עליך אפשר קענען מלמד זכות זיין אויף איהם. אבער ווען ער האט כל ימיו געגעסן סטעיק און געפאטשקעט געלט (יא געבן ברייטע נדבות פון יענעמ'ס געלט הייסט געפאטשקעט) און געדרייווט א פענסי, לעיט מאדעל קאר. און געפארן אויף אינטערנאציאנאלע לוסט רייזעס איז זייער שווער (ממש אוממעגליך) מלמד זכות צו זיין...!
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 12:36 am
דורך שערי יושר
בערל, הייסט איינער וואס עסט סטעיק איז אויטאמאטיש א קרוק?
נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 12:46 am
דורך berlbalaguleh
ניין: ווען ער עסט פון זיין אייגענע געלט איז גוט. אבער ווען ער עסט פון יענעמ'ס געלט איז ער א קרוק...!
ערליך פארדינט געלט הייסט זיין אייגן געלט. און ער האט אלע רעכט דאס צו ענדזשויען. נאר ווען ער לעבט א גוטן טאג אויף יענעמ'ס חשבון איז ער א קרוק...!