בלאט 2 פון 9

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:24 pm
דורך מתבודד
היסטאריע האט געשריבן:מורא'דיגער איינפאל. איך בין זיכער אז ר' יעקב מאיר'ס גבאים האבען אים געגעבען מלקות יעדען טאג, און געהייסען פאסטען יעדעס שני וחמישי, און די אייניקלעך האבען נישט געקענט צוקוקען און געדינגען א "ברייט ביינעדיגער" אינגערמאן זאל אים קומען אויסלייזען מצרה לרווחה. און יעצט עסט ער שלאפט ער צו דער זעט.
איך האף פאר דיר נייעס, נישט צולאזן די אייניקלעך, ופרט ער וואס האט אזויפיל גיהנום מיטגעמאכט ביזן זען שיינע דורות, איז סאך שווערער פון פאסטן שיינע וחמישי.
היסטאריע האט געשריבן:
עס איז פשוט אז מען רעדט דא פין א מאני מאשין, וואס איז אויך גראדע אן אלטער ערליכער איד. און דאס איז דער גאנצער דיון. ווי ווייט איז מען גרייט צו גיין כדי שולט צו זיין אויף דער מאני מאשין? אין ברעסלאוו, וואס זיי זענען משוגעים, אסאך ווייטער ווי אנדערע פלעצער. דער פייט האט זיך אנגשפיגעלט ביי דער טלית טרעגער אויך, מיט זיין זוהן, וואס האט געוואלט זיך משתלט זיין מיט דער אויסרייד אז ער זאל זיין א "נארמאלע" חסידות, נישט הייסען דירעקטער משוגעים ווי די אנדערע ברעסלאווער פאקטארען. ביי די מהרא"ש איז אויך געוועהן ענליכס.
שנאה מקלקלת את השור''ה. כפשוטו.
ס'איז שוין סאך ערגער געטון געווארן אינערהאלב מחלוקת'ן אין חצירות. אויב די קענסט נאר אביסל היסטאריע. ס'האט מיט ברסלב גארנישט.
היסטאריע האט געשריבן: פלענטי אלטער אידען איז דא, וואס קיינער קימערט זיך נישט מיט זיי, ווי זיי זענען, און אייניקלעך ווילען נישט חלומ'ן פין זיי אריין נעמען אין שטוב. אבער א מאני מאשין איז אנדרעש.
יוא וויל בי סורפרייזד אבער ס'איז אויך פארהאן אייניקלעך וואס האבן ליב זייער זיידן אפי' ער פראדוצירט נישט קיין געלט. איך גלייב נישט אז דא איז אנדערש, כאטש זיי האבן מסתם אויך ליב געלט.
----
עניוועי, כ'ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיך נאך, דיין שנאה לאזט דיר נישט טראכטן גראד.
בל''נ די לעצטע מאל כ'גיי מיר באציען צו דיינע שונד רייד אין דעם אשכול.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:27 pm
דורך היסטאריע
עניוועי, כ'ווייס נישט פארוואס איך ענטפער דיך נאך, דיין שנאה לאזט דיר נישט טראכטן גראד.
בל''נ די לעצטע מאל כ'גיי מיר באציען צו דיינע שונד רייד אין דעם אשכול
קיינער האט דיר נישט געבעטען לכתחילה. (אפשר יא?).
פשוטע אבסערוואציעס האבען גארנישט מיט שנאה. ווי קומט שנאה אריין דא?
ארויסברענגען ברסלעוו פאר וואס זיי זענען מאכט מיר נישט קיין שונא. דיינע לעיבעלס וועלען דיר נישט מאכען מער גערעכט.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 2:44 pm
דורך טינט פען
האט איינער די קליפ וואס די אייניקלעך האבן ארויסגעגעבן ?

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 3:53 pm
דורך signout
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:בהמשך לדרמה
הרה״צ ר׳ יעקב מאיר שכטר דיבר עם חבר הבד״צ הגה״צ ר׳ יהושע רוזנבערגער שליט״א ואמר לו שהוא רוצה להשאר אצל משפחתו
גערעדט צו איינעם אין בית שמש, יענער ווייסט נישט דערפון, (מיינט נאכנישט ס'נישט אמת) יתכן אז מ'וויל נישט זאגען אז ר' יעקב מאיר איז ביי די אייניקלעך פין זיין רעדן צו די משטרה ברענגן אריין אויך ר' יושע אין בילד

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 3:57 pm
דורך signout
די מערכה קען זיין האט זיך אנגעהויבן מיט געלט אדער אנדערע זאכען, אבער די קלימאקס דערפון איז געווארען קאמאן קאר, ס'איז געווארען געקניפד אין געבינדן צווישן די פרומע אין לינקע'רע מהרז''ל פראקציעס

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 4:16 pm
דורך signout
יוסף דוד שעכער איז פין די גרויסע אנטי קאמאן קאר עסקנים אין פין די גרויסע אנדרייער אז ס'דא צענדליגע טויזענטער בחורים פארכפאט בכפי' וועגן גזירות גיוס - ער האט אויך אויפגעטרעטן ביי בארקלעי כינוס קעגן גיוס - א מערכה וואס די זאלי עסטעבלישמענט שעמט זיך היינט דערמיט
ער האט די שטיצע פין די סוקרוקים / רעכט געשטומטע זאליס, אין שפיץ פין ר' משה וואלף זארגער די דיין פין די זאליס אין ירושלים מגדולי אוסרי קאמאן קאר, וועלכע האט געגבן די היתר אריינצוטראגען א קלאגע אין ציוניסטישע פעמילי קארט אוועקצונעמן ר' יעקב מאיר פין די גבאים

די זאליס עסטעבלישמענט מיטן רבין אינאיינעם, וועלכע איז היינט שטארק לינק געשטומט האט זיכער געמאכט מיט די גבאים אז דער א''ד אייניקעל קען נישט באקומען קיין חתימה קעגן קאמאן קאר אזווי זיי האבען באקומען פין קאלמאנאווישט אין אנדערע סוקרוקישע רבנים,

לכבוד דעם האבען די גבאים עקסטרעם שטארקע בעקינג פין די זאליס
אין די אייניקלעך האבען בעקינג פין די סוקרוקים

אלעס ווענד זיך אין קאמאן קאר אין קריטיקעל טינקינג....
קפ

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:09 pm
דורך צפת
די ארונים האבן בשעתו נישט געהאט די שכל דאס צו טון.

אויב יא, וואלטן זיי געשריבן א גרויסן ארטיקל מיטן קעפל "הנה 'ברך' לקחתי והשב לא אשבנו..."

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 6:50 pm
דורך מחצה''ק
signout האט געשריבן:יוסף דוד שעכער איז פין די גרויסע אנטי קאמאן קאר עסקנים אין פין די גרויסע אנדרייער אז ס'דא צענדליגע טויזענטער בחורים פארכפאט בכפי' וועגן גזירות גיוס - ער האט אויך אויפגעטרעטן ביי בארקלעי כינוס קעגן גיוס - א מערכה וואס די זאלי עסטעבלישמענט שעמט זיך היינט דערמיט
ער האט די שטיצע פין די סוקרוקים / רעכט געשטומטע זאליס, אין שפיץ פין ר' משה וואלף זארגער די דיין פין די זאליס אין ירושלים מגדולי אוסרי קאמאן קאר, וועלכע האט געגבן די היתר אריינצוטראגען א קלאגע אין ציוניסטישע פעמילי קארט אוועקצונעמן ר' יעקב מאיר פין די גבאים

די זאליס עסטעבלישמענט מיטן רבין אינאיינעם, וועלכע איז היינט שטארק לינק געשטומט האט זיכער געמאכט מיט די גבאים אז דער א''ד אייניקעל קען נישט באקומען קיין חתימה קעגן קאמאן קאר אזווי זיי האבען באקומען פין קאלמאנאווישט אין אנדערע סוקרוקישע רבנים,

לכבוד דעם האבען די גבאים עקסטרעם שטארקע בעקינג פין די זאליס
אין די אייניקלעך האבען בעקינג פין די סוקרוקים

אלעס ווענד זיך אין קאמאן קאר אין קריטיקעל טינקינג....
קפ
ווי א קאפ קען פארן שיף

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 7:46 pm
דורך היסטאריע
אזא פלפול וואלט אפילו איינשטיין נישט געקענט.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 8:09 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט ווער פונקטליך איז יא אדער נישט גערעכט דא, אבער לענ״ד איז נישט דא קיין שום תירוץ בעולם אנצוכאפן א צוויי און ניינציג יעריגע איד און איהם ארויסכאפן פון זיין הויז אינמיטן די נאכט. איך האף זייער שטארק אז ס׳גייט ארויסקומען מער פרטים אז די מעשה איז נישט געוועהן ממש אזוי.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 8:12 pm
דורך דונג
טינט פען האט געשריבן:האט איינער די קליפ וואס די אייניקלעך האבן ארויסגעגעבן ?
אוי האסטו מיר געמאכט לאכן...
היינט איז אלעס מעגליך... און קען זיין מ'גייט עס בקרוב איבערשפילען...

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 8:20 pm
דורך מיליאנער
עמקות המחשבה האט געשריבן:איך ווייס נישט ווער פונקטליך איז יא אדער נישט גערעכט דא, אבער לענ״ד איז נישט דא קיין שום תירוץ בעולם אנצוכאפן א צוויי און ניינציג יעריגע איד און איהם ארויסכאפן פון זיין הויז אינמיטן די נאכט. איך האף זייער שטארק אז ס׳גייט ארויסקומען מער פרטים אז די מעשה איז נישט געוועהן ממש אזוי.
אויב זענען דא מענטשן וואס לאזן נישט צו א מענטש צו זיינע קינדער דאן מעגן די קינדער אים ארויסראטעווען. פארשטייט זיך, לענ''ד.

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 9:52 pm
דורך yesiknow
signout האט געשריבן:יוסף דוד שעכער איז פין די גרויסע אנטי קאמאן קאר עסקנים אין פין די גרויסע אנדרייער אז ס'דא צענדליגע טויזענטער בחורים פארכפאט בכפי' וועגן גזירות גיוס - ער האט אויך אויפגעטרעטן ביי בארקלעי כינוס קעגן גיוס - א מערכה וואס די זאלי עסטעבלישמענט שעמט זיך היינט דערמיט
ער האט די שטיצע פין די סוקרוקים / רעכט געשטומטע זאליס, אין שפיץ פין ר' משה וואלף זארגער די דיין פין די זאליס אין ירושלים מגדולי אוסרי קאמאן קאר, וועלכע האט געגבן די היתר אריינצוטראגען א קלאגע אין ציוניסטישע פעמילי קארט אוועקצונעמן ר' יעקב מאיר פין די גבאים

די זאליס עסטעבלישמענט מיטן רבין אינאיינעם, וועלכע איז היינט שטארק לינק געשטומט האט זיכער געמאכט מיט די גבאים אז דער א''ד אייניקעל קען נישט באקומען קיין חתימה קעגן קאמאן קאר אזווי זיי האבען באקומען פין קאלמאנאווישט אין אנדערע סוקרוקישע רבנים,

לכבוד דעם האבען די גבאים עקסטרעם שטארקע בעקינג פין די זאליס
אין די אייניקלעך האבען בעקינג פין די סוקרוקים

אלעס ווענד זיך אין קאמאן קאר אין קריטיקעל טינקינג....
קפ
יעצט פארשטייט מען שוין די גאנצע פרשה מיט די מיידעל אין קעמפ מיט די קאר סערוויס וואס די איד האט געבעטן א נומבער היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה ודל

Re: דראמא! אייניקל געקידנעפט הגאון רבי יעקב מאיר שעכטער

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 10:07 pm
דורך חמול על מעשיך
פרישע אפדעיט:

ר'ז"ל טייטלבוים האט אנגעפרעגט ביי זיינע אייניקלעך אויב זיי ווילן אים פארכאפן,
זיי האבן געזאגט אז ער זאל ענדערש בלייבן ביי די גבאים

[emoji1787][emoji1787][emoji1787]

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 10:50 pm
דורך [NAMELESS]
דער נייע געדאנק פון ארויסכאפן/ ארויסראטעווען א זיידען פון שטוב, איז אזאך וואס קען האבן א שטארקע אפקלאנג לטובה.

די טויטליכע מלחמה אין אוקריינא קען קומען צו אן ענדע אויב זאל "פוטין'ס" אייניקלעך אים אנכאפן און אוועקפירן קיין סיביר און דארט איינשפארן עד יעבור זעם ...
והכל על מקומו יבוא בשלום !!

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 11:06 pm
דורך דונג
דאס טייטש אז די באדי-גארדס [גבאים] דארפן יעצט איבער זיי אנדערע סיקרעט - [סיקריקים] באדי-גארדס...

נשלח: זונטאג יאנואר 01, 2023 11:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קרן זוית האט געשריבן:דער נייע געדאנק פון ארויסכאפן/ ארויסראטעווען א זיידען פון שטוב, איז אזאך וואס קען האבן א שטארקע אפקלאנג לטובה.

די טויטליכע מלחמה אין אוקריינא קען קומען צו אן ענדע אויב זאל "פוטין'ס" אייניקלעך אים אנכאפן און אוועקפירן קיין סיביר און דארט איינשפארן עד יעבור זעם ...
והכל על מקומו יבוא בשלום !!
פוטין זאל בלייבן וואו ער איז און זאל זיך שלאגן אז די אמעריקאנע סנאבס זאלן חס ושלום נישט לייגן קיין מיסילס ביי איהם אין בעקיארד, זיידי ביידן און זיין קופה של שרצים וואס מאכן חרוב די וועלט מיט זייער דויטשלאנד איבער אלעס אגענדע זיי דארף מען קיין סיביר אוועקפירן.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 12:17 am
דורך דונג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

האלט אייך געשפאנט, טראמפ קומט צוריק אויפ'ן טראהן. נאר אביסעלע אפטעמיזעם, ברודער

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 12:24 am
דורך yesiknow
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קרן זוית האט געשריבן:דער נייע געדאנק פון ארויסכאפן/ ארויסראטעווען א זיידען פון שטוב, איז אזאך וואס קען האבן א שטארקע אפקלאנג לטובה.

די טויטליכע מלחמה אין אוקריינא קען קומען צו אן ענדע אויב זאל "פוטין'ס" אייניקלעך אים אנכאפן און אוועקפירן קיין סיביר און דארט איינשפארן עד יעבור זעם ...
והכל על מקומו יבוא בשלום !!
פוטין זאל בלייבן וואו ער איז און זאל זיך שלאגן אז די אמעריקאנע סנאבס זאלן חס ושלום נישט לייגן קיין מיסילס ביי איהם אין בעקיארד, זיידי ביידן און זיין קופה של שרצים וואס מאכן חרוב די וועלט מיט זייער דויטשלאנד איבער אלעס אגענדע זיי דארף מען קיין סיביר אוועקפירן.
אויב ווערט אוקריינע א חלק פון רוסלאנד, גייט ער ערשט האבען מיסעלס אין זיין בעקיארד ודוק ותשכח, סתם געהאקט, שנה טובה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 12:30 am
דורך רביה''ק זי''ע
ביזט מכובד צו ליינען דעם בוך Confessions Of an Economic Hitman, א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל. גראדע זעהט מען אז דו ביזט גוט ברעינוואשד פון די אמעריקאנע פראפאגאנדע ווייל די לעצטע זאך וואס וולאדימיר פוטין דארף איז אז אוקראינע זאל ווערן א טייל פון רוסלאנד לאל, ביזט מן הסתם פון די מענטשן וואס זענען איינגערעדט אז אסאמא בן לאדין האט זיך סתם פארלייגט אויף אמעריקע ווייל זיי גלייבן נישט אין אללה דער עכבר, כאילו ער האט נישט געהאט בעסערע דאגות, און כאילו ס'פעלן אטעאיסטן אין אייראפע אז ער האט געדארפט קריכן ביז'ן אנדערן עק וועלט. יא, און אמעריקע איז אריין אין עיראק ווייל זיי האבן פשוט געזוכט די מאסן פארניכטונגס וואפן לאל, ענדיוועיס.

צוריק צום נושא האשכול: אריאלה שטערנבוך קומט אריין מיט דעטאלן https://youtu.be/nCdaxqmCIPI

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 8:21 am
דורך היסטאריע
זאגט דער אייניקל דארט, אז די גבאים האבן נישט קיין שלעכטער כוונות אבער זיי האבן נישט דער געפיל פין א אייניקעל.

אבער ווען ער האט זיי געוואלט פראווענען דער צוואה, האבן די גבאים געמאכט מיט אים דער ערשטער ויברח.

וואס איז דער מציאות דארט? ער קומט נישט ארויס מער? למשל חנוכה איז ער נישט געוועהן אינדערויסן בכלל?

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 8:39 am
דורך yesiknow
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ביזט מכובד צו ליינען דעם בוך Confessions Of an Economic Hitman, א גמר חתימה טובה און א גוט קוויטל. גראדע זעהט מען אז דו ביזט גוט ברעינוואשד פון די אמעריקאנע פראפאגאנדע ווייל די לעצטע זאך וואס וולאדימיר פוטין דארף איז אז אוקראינע זאל ווערן א טייל פון רוסלאנד לאל, ביזט מן הסתם פון די מענטשן וואס זענען איינגערעדט אז אסאמא בן לאדין האט זיך סתם פארלייגט אויף אמעריקע ווייל זיי גלייבן נישט אין אללה דער עכבר, כאילו ער האט נישט געהאט בעסערע דאגות, און כאילו ס'פעלן אטעאיסטן אין אייראפע אז ער האט געדארפט קריכן ביז'ן אנדערן עק וועלט. יא, און אמעריקע איז אריין אין עיראק ווייל זיי האבן פשוט געזוכט די מאסן פארניכטונגס וואפן לאל, ענדיוועיס.

צוריק צום נושא האשכול: אריאלה שטערנבוך קומט אריין מיט דעטאלן https://youtu.be/nCdaxqmCIPI
פוטין אליינס האט דאס געזאגט ברבים עטליכע מאל ביי שטייעדיגע תורה , עיראק ואסאמא שלא מן הענין, אזוי פארקויפט פאר רוסישע פי אר. עס גיט ווייל מארגען פאסט מען

נשלח: מאנטאג יאנואר 02, 2023 9:19 am
דורך רביה''ק זי''ע
yesiknow האט געשריבן:פוטין אליינס האט דאס געזאגט ברבים עטליכע מאל ביי שטייעדיגע תורה
מקור?