בלאט 2 פון 5
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 1:23 am
דורך בורו פארק
צו מעורר זיין דער ציבור וועגען דער סכנה פון תועבה פון אינטערנעט אן קיין פילטער איז א מורא'דיגע זאך. צו רעדען וועגען עדיקשאן פון אינטערנעט אפי' ס'איז געפילטערט איז אויך מורא'דיג.
דער פארבלעם הייבט זיך אן ווען מ'הייבט אן רעדען וועגען אנדערע איינגערעדטע פראבלעמען, ווי למשל טעקסט, אדער אז דער פרויען זאל'ן אכטונג געבען אויף זייערע מענער.
איך האף אז מ'גייט נאר רעדען וועגען דער ערשטע צוויי פראבלעמען.
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 10:25 am
דורך פרנס החודש
עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם ווען מען רעדט אדער מען איז מעורר סיי וואס, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען מען צווינגט ארויף זאכן אויף די מענטשהייט.
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 12:44 pm
דורך תפארת
איך ווייס נישט צו די כינוס וועט אויפטוען, איין זאך איז זיכער אז די קולות פון אלפי נשים וואס וועלן שרייען שמע ישראל און ד' מלך וועט זיכער ברענגן משיח'ן.
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 2:30 pm
דורך פרנס החודש
תפארת האט געשריבן:איך ווייס נישט צו די כינוס וועט אויפטוען, איין זאך איז זיכער אז די קולות פון אלפי נשים וואס וועלן שרייען שמע ישראל און ד' מלך וועט זיכער ברענגן משיח'ן.
חוץ אויב ס׳וועט קומען א רשע און צערייסן די פרוכת[emoji49][emoji48][emoji3517][emoji89][emoji75][emoji74][emoji316]
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 5:11 pm
דורך [NAMELESS]
די אלע וואס זארגען זיך וואס דו קינדער וועלן טראכטען אדער זאגען, להוי ידוע,
די איסורים אויף א קעמערע, און די איסורים אויף דער שטערן אד"ג, האבן שוין אזויפיל אויפגעטיען אז דו קינדער וועלן רח"ל אויפוואקסן קליגער און מער אויפגעקלערט ווי מען קען זיך אליינס פארשטעלן,
קינדער זענענן נישט משוגע אדער נעריש, זיי זענען נאך טאקע קליין, זייער שכל איז נאך נישט אזוי רייף, אבער זיי זענענן גענוג קליג צו פארשטייען א עסק, { א נערמאלער ביה"ב איז בד"כ געווען א נערמאלער אינגעל נאר ווייניגער רייף, און א נערישער בעה"ב איז געווען אזוי ווען ער איז נאך געווען א אינגל,}
די 10 11 12 13 יעריגע קינדער לערנערן אפ די טייטש און חדר אויף בל יראה ובל ימצא אז דאס גייט ארויף אויף חמץ און פסח און דאס איז די הארבסטע איסור וואס איז נאר שייך, דערנאך קימט ער און שול און ער זעט אז די זעלבע איסור ווי עס איז דא אויף חמץ בפסח איז אויך דא אויף א קעמערע וואס זיין טאטע און מאמע האבן און דערהיים, דערנאך זעט ער אז די זעלבע איסור ווי חמץ און פסח איז אויך דא אויף דער שטערן וואס דער גראסערי פארקויפט, און זיין טאטע מאמע ליינען עס, וואס טראכט אזא אינגעל?? וואס פארא החלטות מאכט ער?? ער איז דען משוגע ער זעט דען נישט וואס עס גייט פאר??
רבותי!! זארגט אייך נישט פאר די קינדער, ווייל די עסקנים וואס גיבען ארויס די אלע איסורים האבן שוין סיי ווי אריינגעשטאכן א מעסער און זייער ריינעם מוח, און די קינדער נאכען זען די אלע זאכען ווייסען שוין אליינס ווי אזוי מען קיקט אויף א איסור! לדעתי, יעדן טאג וואס מען לאזט הענגן און ביהמ"ד איסורים קעגן קעמערע'ס טוט עס אפ א אמוגעהויערע שאדן פאר די עתיד פון אונזערע קינדער! ווען מען שרייבט בל יראה ובל ימצא אויף א אויסגעהאלטענע זאך הרג'ט מען אפ די יוגענט, די קינדער וואקסן שוין אויף אינטערן באוויסטזיין אז א איסור מיינט נישט קיין איסור,
הש"י ירחם על עמו
נשלח: דינסטאג מאי 31, 2022 5:34 pm
דורך שמן למאור
berlbalaguleh האט געשריבן:פרנס החודש האט געשריבן:זיי בעטן די מענער צו בעיביסיטן….. no chance
און ווער וועט בעיביסיטן הרב טויבער'ס קינדער?!
מיינסט אז זיין ווייב גייט? זי ווייסט דאך יא וואספארא שטיתים איר מאן רעדט אלס צאם
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 12:59 am
דורך שמעון וואלף
אויף אייוועלט רייסט מען פעסט אראפ די כינוס. אזוי צווישן די שירות מאכט מען ליצי ליצנות פון די גאנצע עסק.
למעשה זעה איך אז מ'איז שוין ביזי מיט א נייע מערכה - חיטוטי שכבי אין באפעלא אזוי אז די היימישע צייטונגען זאלן האבן וואס צו לייגן אויפ'ן העדליין און קענען באשרייבן די כינוס אויפ'ן דריטן פעיזש
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: מאנטאג יוני 13, 2022 9:55 am
דורך [NAMELESS]
.
Sent from my Qin 1s+ using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:17 am
דורך קידוש
שמעון וואלף האט געשריבן:אויף אייוועלט רייסט מען פעסט אראפ די כינוס. אזוי צווישן די שירות מאכט מען ליצי ליצנות פון די גאנצע עסק
.
די צענזור ארבעט איבערמידלעך דארטען
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 12:42 am
דורך טמיר
וואס איז ראונג מיט די כינוס? מ'האט נישט געגעבן שבת געלט פאר סאכדעס?
סארי, איך בין נישט געהעריג בתוך הענינים
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:20 am
דורך שמעון וואלף
טמיר האט געשריבן:וואס איז ראונג מיט די כינוס? מ'האט נישט געגעבן שבת געלט פאר סאכדעס?
סארי, איך בין נישט געהעריג בתוך הענינים
אזוי נישט זייענדיג בתוך הענינים וואלסטי אבער געדארפט וויסן די כלל אז מ'פרעגט נישט וואס איז ראונג, מ'פרעגט וואס וועל איך פארדינען פון דעם. טאמער פארדין איך נישט דערפון קומט אויטאמאטיש מ'זאל עס ארינטעררייסן.
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:21 am
דורך שמעון וואלף
קידוש האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:אויף אייוועלט רייסט מען פעסט אראפ די כינוס. אזוי צווישן די שירות מאכט מען ליצי ליצנות פון די גאנצע עסק.
די צענזור ארבעט איבערמידלעך דארטען
יא. ס'מיר א חידוש אז די אשכול דארט איז נאך אפן
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 1:48 am
דורך קהל'ס נער
די אייוועלט הנהלה האט מורא אז מען וועט זיי נאך אסר'ן ביי די מעמד, מילא לאזן זיי צי די ליצנות דארטן, האפנדיג אז ס'זאל אריינברענגען א קאלטקייט אינעם עולם.
אבער אינז אנשי ק"ש גייען זיך נישט לאזן קאלט ווערן פון די אייוועלט-אשר-קרך'ניקעס, מיר שרייען הויעך נעשה ונשמע, מיר וועלן קיין אייוועלט נישט גיין, מען מאכט דארט ליצנות פון רבנים, מען באניצט זיך מיט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה, פוי פעך פאכי.
עולם געטס מיר אפאר גרינע.
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 7:28 pm
דורך פרנס החודש
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יוני 15, 2022 8:08 pm
דורך כלבאשבוע
ערנסטע שאלה אויב ממעג בכלל דארט גיין
נשלח: דאנערשטאג יוני 16, 2022 10:01 pm
דורך שאלתיאל
כלבאשבוע האט געשריבן:ערנסטע שאלה אויב ממעג בכלל דארט גיין
ס'פאלט מיר יעצט ביי אזא געדאנק אין קאפ , בעצם אזא שטיקל חידוש, אז אפשר מיינען די חברה גארנישט מיטן ווארט 'ציונות'. זיי וויסן אפילו נישט וואס דאס איז! נאר ס'איז ביי זיי ענדערש אזא 'סלענג' ווארט וואס סימבאליזירט ס'מערסט שרעקוועדיגסטע, ערגסטע און טונקעלסטע זאכן אויפן וועלט. 'ציונות' איז די סטרא אחרא, די מלאך המוות, די שדים און רוחות, דער טייוול, די 'יעניגער', און די ''נישט גוטע'', די סארטן וואס קומען נאר אין בייזע חלומות. צום ביישפיל, ווען דער טאטע איז נערוועז אויף דער מאמע און ער וויל שעלטן שרייט ער 'ציונות', ווען ער פאלט אראפ אנשטאט Fu** שרייט ער 'ציונים' און לייגט צו דערביי א זאפטיגן 'מאחשעמאם' . ווען איינער באגנב'ט אים אין ביזנעס וועט ער רעדן איבער דער 'ציוני דער רשע מרושע' און ווען ער פארציילט א שרעקעדיגע מעשה פון די נאציס וועט ער זאגן ''די רשעים האבן פארגאזט אידישע קינדער, ממש ווי עכטע ציונים''.. בקיצור עטס כאפטס די פוינט? ס'גארנישט אזוי ערנסט ווי מ'מיינט. מ'דארף עס לייגן אין די ריכטיגע פארפארציע.
נשלח: זונטאג יוני 19, 2022 10:16 pm
דורך תרמב
אין בעפארגרייטונג צו די גרויסע נשים אסיפה האב איך געהערט עטליכע קאמישע אבזערוואציעס.
עס גייט זיין א אוונט ווי מ'גייט רעדן ענגליש און א אוונט ווי מ'גייט רעדן אידיש, האב איך געהערט אז פאר די נאכט פון ענגליש וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע און ביי די ענגלישע אוונט וועט מען צושטעלן פארקינג....
ר' יצחק שלמה דרעזנער האט אנגעמערקט אויף קול מבשר פאר דעם עסקן מארקאוויטש וואס האט פארציילט אז עס וועט זיין אנגעגרייט א זעקל מיט א פלעשל וואסער און א דעניש ביי יעדן'ס פלאץ, האט ער געזאגט אז ביי די פרויען וועט א סאלאט ארבעטן בעסער ווי א דעניש....
איינער האט זיך זייער אפגערעדט אויפן כינוס, זאגנדיג אז ס'איז זייער נישט אחריות'דיג ארויסצושיקן צוואנציג טויזנט פרויען פון די הייזער בשעת עס איז דא אזא שארטעזש אין בעבי פארמולא.....
=========
איך זעה אז די מעסעזש פארט שוין ארום אויף וואטסעפפ, אויפן לשון נאכגעקאפיט פון דא אן געבן קרעדיט, כאטש א לייק זאל יענער פארגינען......
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:22 am
דורך תוהו ובוהו
באמערק איך יעצט, אז זיי האבן געטוישט די נאמען פון "כינוס נשי כלל ישראל" צו "כינוס כלל ישראל לנשים".
כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן געטוישט, מעגליך קלינגט 'נשי' צו "קיל" פאר אונזערע ווארימע אידן.. אבער מיר האט געאיבלט דעם נאמען 'נשי כלל ישראל' מלכתחילה, ווייל ס'טראגט א קאנאטאציע פון 'די ווייבער פון כלל ישראל' דהיינו כלל ישראל איז מאסקולאר, זיי האבן ווייבער, וואס זענען דעריבער די ווייבער פון כלל ישראל.. (כאטש ס'קען מעגליך אויך באדייטן 'די פרויען וואס זענען אין כלל ישראל')
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:27 am
דורך שמעון וואלף
תוהו ובוהו האט געשריבן:באמערק איך יעצט, אז זיי האבן געטוישט די נאמען פון "כינוס נשי כלל ישראל" צו "כינוס כלל ישראל לנשים".
כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן געטוישט, מעגליך קלינגט 'נשי' צו "קיל" פאר אונזערע ווארימע אידן.. אבער מיר האט געאיבלט דעם נאמען 'נשי כלל ישראל' מלכתחילה, ווייל ס'טראגט א קאנאטאציע פון 'די ווייבער פון כלל ישראל' דהיינו כלל ישראל איז מאסקולאר, זיי האבן ווייבער, וואס זענען דעריבער די ווייבער פון כלל ישראל.. (כאטש ס'קען מעגליך אויך באדייטן 'די פרויען וואס זענען אין כלל ישראל')
די סיבה פאר'ן טויש איז אז מ'זאל קענען שרייבן אויפ'ן רעזומעי פון אדמו"ר אלמוני אז איינע פון זיינע אויפטיען להצלת הדור איז געווען צו טוישן פון די טמה'נע נאמען נשי כלל ישראל צו די הייליגע נאמען כינוס כלל ישראל לנשים
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 12:28 am
דורך מונטסורי
למעשה הערט מען דא דארט פון פרויען אז זיי זענען בכלל נישט connected צום מעמד. ס׳איז עפעס גאר מענעריש אלע צעטלעך מארקעטינג וכו׳. אויף imamother איז אויך פארהאן א שנירל וואו א לעיקוואודע ווייבל זאגט אז אירע ארומיגע ווייסן קוים וואס צו זאגן פונם כינוס. זיי וואלטען געדארפט געבן א פראנט סיט פאר די רעביצין׳ס מנהלת׳ער וכדו׳ מען זעט באשיינפערליך ווי העברת פי ה׳ היא לא תצלח
Re: לך כנוס כל הנשים
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 1:48 am
דורך פרנס החודש
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 3:17 am
דורך דוד שריפטליך
תוהו ובוהו האט געשריבן:באמערק איך יעצט, אז זיי האבן געטוישט די נאמען פון "כינוס נשי כלל ישראל" צו "כינוס כלל ישראל לנשים".
כ'ווייס נישט פארוואס זיי האבן געטוישט, מעגליך קלינגט 'נשי' צו "קיל" פאר אונזערע ווארימע אידן.. אבער מיר האט געאיבלט דעם נאמען 'נשי כלל ישראל' מלכתחילה, ווייל ס'טראגט א קאנאטאציע פון 'די ווייבער פון כלל ישראל' דהיינו כלל ישראל איז מאסקולאר, זיי האבן ווייבער, וואס זענען דעריבער די ווייבער פון כלל ישראל.. (כאטש ס'קען מעגליך אויך באדייטן 'די פרויען וואס זענען אין כלל ישראל')
איך פרוביר צו קלערן וואס דו ווילסט דא אנמערקן..........
למשל די וואס זענען ביזי אז מען ברויך מאכן gender equality הייסן אז מען טאר נישט אויסרופן לעדי'ס ענד דזשענטלמען ווייל מיט דעם ווייזטו אז עס איז דא א חילוק וכ'ו און וואס איז מיט די אלע וואס פארופן זיך מיט אנדערע ארינטיאציעס.........
נשלח: מאנטאג יוני 20, 2022 3:20 am
דורך דוד שריפטליך
תרמב האט געשריבן:אין בעפארגרייטונג צו די גרויסע נשים אסיפה האב איך געהערט עטליכע קאמישע אבזערוואציעס.
עס גייט זיין א אוונט ווי מ'גייט רעדן ענגליש און א אוונט ווי מ'גייט רעדן אידיש, האב איך געהערט אז פאר די נאכט פון ענגליש וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטאציע און ביי די ענגלישע אוונט וועט מען צושטעלן פארקינג....
ר' יצחק שלמה דרעזנער האט אנגעמערקט אויף קול מבשר פאר דעם עסקן מארקאוויטש וואס האט פארציילט אז עס וועט זיין אנגעגרייט א זעקל מיט א פלעשל וואסער און א דעניש ביי יעדן'ס פלאץ, האט ער געזאגט אז ביי די פרויען וועט א סאלאט ארבעטן בעסער ווי א דעניש....
וויאזוי פלעגט מען דאס רופן............? אה...... פאליגאריזם.......(!).............
איינער האט זיך זייער אפגערעדט אויפן כינוס, זאגנדיג אז ס'איז זייער נישט אחריות'דיג ארויסצושיקן צוואנציג טויזנט פרויען פון די הייזער בשעת עס איז דא אזא שארטעזש אין בעבי פארמולא.....
=========
איך זעה אז די מעסעזש פארט שוין ארום אויף וואטסעפפ, אויפן לשון נאכגעקאפיט פון דא אן געבן קרעדיט, כאטש א לייק זאל יענער פארגינען......
וויאזוי פלעגט מען דאס רופן.........? אה.............. פאליגאריזם........................(!)..........