בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:17 pm
דורך חכמת שלמה
יאפ....
ליידער, אבער ווייניגער ווי מען האט זיך געראכטן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 1:47 pm
דורך חכמת שלמה
מ'הויבט יעצט אן מיט ר' מאיר יששכר.
דער רבי האט באקומען 12 יאר, פון וואס ס'גייט אראפ 3 און א האלב וואס ער איז שוין געזעצן, און נאך א דריטל פאר גוטע בעהעוויע. דאס מיינט אז נאך פיר יאר בערך, קען ער זיין אינדרויסן.
אסאך שענער פון וואס מען האט זיך געראכטן...
Re: לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:07 pm
דורך ריפארטער
וואו איז די קאורט? וואו אין ניו יארק?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:11 pm
דורך יין שרף
חכמת שלמה האט געשריבן:מ'הויבט יעצט אן מיט ר' מאיר יששכר.
דער רבי האט באקומען 12 יאר, פון וואס ס'גייט אראפ 3 און א האלב וואס ער איז שוין געזעצן, און נאך א דריטל פאר גוטע בעהעוויע. דאס מיינט אז נאך פיר יאר בערך, קען ער זיין אינדרויסן.
אסאך שענער פון וואס מען האט זיך געראכטן...
ממש א שאד, אזוי איז קלענער די קידוש השם און זכיה צו זיצן ווייל ער איז א איד... אפשר האט ער נאר זיך אונטער געמורמעלט נעשה ונשמע און נישט ארויסגעשריגן הויעך?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:20 pm
דורך חכמת שלמה
ר' מאיר יששכר גייט יעצט רעדן.
Re: לב טהור - מחר יהיה האות הזה - סענטענסינג פונעם רבי'ן תמ"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:42 pm
דורך ריפארטער
מאיר ראזנער סענטענסינג:
144 חדשים + 96 חדשים + 36 חדשים + 36 חדשים + 5 יאר סופערווייזד רעליעס
Also, register as a sex offender
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:45 pm
דורך וויליאמסבורגער
לאמיר האפן אז די חברה וועלן באקומען זייער פארדינטע שטראף, נישט קיין טאג מער און נישט קיין טאג ווייניגער,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 2:56 pm
דורך שאלתיאל
חכמת שלמה, ס'איז זייער פארדעכטיגט אז דו האסט צוטריט צום אינטערנעט און דערצו נאך צו קאווע שטיבל, אז איך וועל דאס מסר'ן פאר דיין רבי'ן שליט"א אדער זיין פארגייער וועט ער דיר געבן מלקות כמניין קאוו"ע שטיב"ל, אריינגליין אין חרם, געבן פסיכיאטערישע מעדעצינען און אלץ דעזערט צונעמען דיינע קינדער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 3:11 pm
דורך וויליאמסבורגער
און מיר ווייסן אז איינער פון לב טהור איז שוין קאליע געווארן דורך קאווע שטיבל - געוועהן באשריבן אינעם וועקער.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 3:53 pm
דורך בת קול
ריפארטער האט געשריבן:
מאיר ראזנער סענטענסינג:
144 חדשים + 96 חדשים + 36 חדשים + 36 חדשים + 5 יאר סופערווייזד רעליעס
Also, register as a s
ex offender
26 יאר טאטאל?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 4:45 pm
דורך יעקב מעקסוועל
זיי ביידע האבן די זעלבע פסק. די אלע נאמבערס זאגט פשוט די שופט וויפיל ער געט פאר יעדע קאונט, למעשה רעכנט מען יעדע יאר וואס מען זיצט פאר אלע עבירות צוזאמען. דאס מיינט מען דארף זיצן אזוי לאנג ווי די לענגסטע סענטענס, אין די פאל 12 יאר.
זיי זענען שוין דארט איבער 3 יאר, א דריטל קען אראפגיין. קענען זיי זיין אינדרויסן אונטער 5 יאר. און דערנאך נאך 5 יאר סופערווישזען.
זייער א לייכטע שטראף לפי הערך.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 6:12 pm
דורך פאלאצ'ינטא
קודם כל, נישט גענוג אפי' 1000 יאהר איז אויך נישט גענוג.
אבער יעצט גייט מען אנפאנגען מיט די פדיון שבויים אקציאס און מען גייט שנארען געלט אין גרויסען פון אלע זייטען. דינגען זאלען מאכען אסיפות.
און מען גייט אויך אריין שלעפען דער (ענדע) צדיק וועליכע איז ביזי מיט ארויסנעמען "צדיקים" פון תפיסה. (איך האב פארגעסען זיין נאמען אויף די מינוט) און ער וועט נישט קענען זאגען ניין און וועט זיך דארפען אריין ווארפען ראשו ורובו און איהם ליידער ארויס שלעפען
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:01 pm
דורך מיליאנער
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
און מען גייט אויך אריינשלעפן דעם (ענדע) צדיק וועלכער איז ביזי מיט ארויסנעמען "צדיקים" פון תפיסה. (איך האב פארגעסען זיין נאמען אויף די מינוט)
דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:43 pm
דורך פאר'ן דאווענען
וואס מיינט תמ"ל?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:01 pm
דורך חד גדיא
פאר'ן דאווענען האט געשריבן:וואס מיינט תמ"ל?
חכמת שלמה'ס ערפינדונג אז אזוי רופט מען דעם רבי'ן אין לב טהור. ס'איז ר"ת "תורתו מגן לנו"..... (נאך פון די צייטן ווען חכמת שלמה האט געוואלט אונז זאלן גלייבן אז ער איז שלמה העלבראנץ אליין) - כאטש אין קיין שום פון לב טהור'ס צעטלעך קונטרסים און ספרים זעהט מען נישט דעם טיטול.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 8:49 pm
דורך בת קול
מיליאנער האט געשריבן:דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?
נע, ער רירט נישט אן די זאכן. ער טוהט נאר אין געלט פארלעצונגען.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 9:06 pm
דורך שמן למאור
חד גדיא האט געשריבן:פאר'ן דאווענען האט געשריבן:וואס מיינט תמ"ל?
חכמת שלמה'ס ערפינדונג אז אזוי רופט מען דעם רבי'ן אין לב טהור. ס'איז ר"ת "תורתו מגן לנו"..... (נאך פון די צייטן ווען חכמת שלמה האט געוואלט אונז זאלן גלייבן אז ער איז שלמה העלבראנץ אליין) - כאטש אין קיין שום פון לב טהור'ס צעטלעך קונטרסים און ספרים זעהט מען נישט דעם טיטול.
איך מיין נאכאלץ אז ער איז עס,
וויאזוי דען האט א לב טהור מיטגליד עקסעס צו קאווע שטיבל, נאר ער איז טאקע שלמה אליינס, וואס כידוע מעגן די קולט פירערס טון דאס וואס די מיטגלידער זענען פארבאטן צו אפילו טראכטן פון טון
איי ער איז געשטארבן? שוין... און דו גלייבסט עס נאך, ער לעבט און לאכט ערגעץ צוזאמען מיט JFK מיט יצחק ראבין...
קאנספיראציע טעאריע אלערט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 10:26 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מיליאנער האט געשריבן:דו מיינסט ר' משה מארגארעטן?
יא יא
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:05 pm
דורך berlbalaguleh
פאלאצ'ינטא: איך בין נישט מסכים מיט דיר. אמת, די לב טהור קולט איז זייער א שלעכטע זאך. און מ'דארף עס מעביר זיין מן העולם. אבער ווען ס'קומט צו דארפן זיצן לאנגע יארן אין תפיסה קען א איד נישט פועל'ן ביי זיך אז א צווייטער איד זאלל עס דארפן אדורכגיין. ספעציעל צו דארפן זיצן אין א חברותא פון לאנגיעריגע געפערליכע פארברעכער און מערדערס. איז א גוטע זאך אז ס'איז דא א איד וואס ער נוצט אויס אלע זיינע כשרונות און פארבידונגען צו באפרייען אידן וועלכע זענען פארמשפט' צו לאנגע יארן אין תפיסה. די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים. נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצויושב'ן אין תפיסה...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 11:21 pm
דורך בת קול
berlbalaguleh האט געשריבן:די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים, נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצו'יושב'ן אין תפיסה...!
ס'איז נישט נוגע דא פארדינען. ער איז א סכנה פאר די מענטשהייט.
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2022 12:15 am
דורך שמעון וואלף
פלאנט מען צו אפיעלן?
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2022 12:55 am
דורך יין שרף
berlbalaguleh האט געשריבן:פאלאצ'ינטא: איך בין נישט מסכים מיט דיר. אמת, די לב טהור קולט איז זייער א שלעכטע זאך. און מ'דארף עס מעביר זיין מן העולם. אבער ווען ס'קומט צו דארפן זיצן לאנגע יארן אין תפיסה קען א איד נישט פועל'ן ביי זיך אז א צווייטער איד זאלל עס דארפן אדורכגיין. ספעציעל צו דארפן זיצן אין א חברותא פון לאנגיעריגע געפערליכע פארברעכער און מערדערס. איז א גוטע זאך אז ס'איז דא א איד וואס ער נוצט אויס אלע זיינע כשרונות און פארבידונגען צו באפרייען אידן וועלכע זענען פארמשפט' צו לאנגע יארן אין תפיסה. די מצווה פון פדיון שבויים איז נישט געזאגט געווארן פאר ל"ו צדיקים. נאר אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך פארדינט אפצויושב'ן אין תפיסה...!
ווען אונז קענען ווען אים אפשטעלן סיי וועלכע אנדערע וועג וואלט מען טאקע געדארפט. אבער אונז קענען אים נישט אליינס האלטן איינגעשפארט הויז ארעסט וכדו' אדער אוועקנעמען זיין השפעה על אחרים פון זנות, אונס ומפתה ושאר מראין בישין, ער איז א רודף וניתן להצילם בנפשו או בשאר איבריו. נישטא קיין ברירה זאל ער שמאכטן...
ואין הכא נמי, אז מען קען אים פארגרינגערן אין תפיסה זאל מען, אבער ח"ו נישט באפרייען ווילאנג ער איז א סכנה גשמי אדער רוחני.
נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2022 1:17 am
דורך שמעקעדיג
שמעון וואלף האט געשריבן:פלאנט מען צו אפיעלן?
איינער געדענקט אויב אן אפיעל האט שוין אמאל געהאלפן? אויב יא וויפיל פראצענט?