בלאט 2 פון 5

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:01 pm
דורך ים רויבער
שבת אחים האט געשריבן:
ים רויבער האט געשריבן:@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין נדה י"ג עמוד א.

טוה מיר א טובה! א מאמר חז"ל פון רבי יוחנן. מ'האט נישט גע'פסק'נט אזוי!

@הרב שבת אחים זייטס מיר מוחל און כאפטס א בליק אין אבן העזר סימן כ"ג.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:02 pm
דורך ברוינשטיין
@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:13 pm
דורך שבת אחים
ברוינשטיין האט געשריבן:@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה


קוק איבער מיינע תגובות נאכמאל.

מיין עיקר טענה איז אז מ'האט איינגעפירט א נייע מנהג - פון גענצליך אפטיילן די סעקסעס - נישט נאר יואלי ראטה נאר וויזניץ אליינס און אלע אנדערע חסידות אויך.

א זאך וואס מ'האט נישט געטוהן אינדעהיים און פאר דורי דורות ביי אידן. און נישט גענוג מ'טוט דאס. האקט מען זיי אין קאפ אז זרע לבטלה איז די גרעסטע עבירה, בשעת די תורה דערמאנט עס בכלל נישט, און אין חז”ל אויך ממש גארנישט, חוץ די מימרא פון רבי יוחנן אין נדה.

דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?

און לאמיר זאגן ביסט גערעכט שכבת זרע איז א עבירה. פארוואס זאגט נישט יואלי ראטה פאר די בחורים, רבותי ס'איז א מורא'דיגע עבירה - זרע לבטלה. אלזא גייטס היינט נאכט ביי מתמידים אויפזוכן א שידוך...

ער זאגט זיי ליגענט, און בויעט א גאנצע בנין דערויף - טוה מיר א טובה!

די אמת'דיגע סיבה לדעתי פארוואס זיי אלע מאכן חתונה יונג די קינדער - איז נאר ווייל זיי ווייסן אז אזוי איז יעדער איינגעשפארט אין די סיסטעם. יונגערהייט נאך פאר יענער האט א טשאנס צו פארגליטשן נארן זיי אריין צוויי קליינע קינדער חתונה האבן, און נאך דריי יאהר איז דא פיר קינדערלעך קע”ה און זענען אויטאמאטיש סטאק אין די סיסטעם. וואו גייט ער יעצט לויפן???

דאס איז די סיבה! זאל ער זאגן דעם אמת - דאס שטייט אויך אין די תורה!

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:43 pm
דורך שמן למאור
.

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 10:44 pm
דורך ברוינשטיין
איך וואלט נישט געווען שאקירט

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 11:04 pm
דורך petrishke
איך פארגין עס נישט פאר זיינע שונאים

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 12:45 am
דורך שמעון וואלף
ברוינשטיין האט געשריבן:אגב, הער איך לעצטענס שמאלציגע גאסאפ אויף (ר') יואל ראטא (שליט"א)

אז דו האסט וואס צו דערציילן ביטע שרייב. סתם א סטעיטמענט אז ס'דא גאסיפ און אנרייצן דעם עולם איז רשעות.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 12:47 am
דורך שמעון וואלף
שבת אחים האט געשריבן:פרעגט און שטודירט אייך אליינס נאך. די רומעניער אידן זענען געהעריג ארויס מיט מיידלעך נאך מעהר ווי די היינטיגע ליטווישע און מאדערנע קרייזן. די אהבת ישראל האט קיינמאל נישט געפרעגט “פארוואס דרייסטו זיך מיט מיידלעך?” ס'איז געוועהן א נארמאלע זאך - פארקערט ער האט געפרעגט צו זיי האלטן “קדושה וטהרה” נאך פאר די חתונה. פארשטייט זיך נישט אלע אידן זענען געוועהן אזוי. סאיז געוועהן פרומע אויך. אבער רוב רומעניער פרומע אידן זענען ארויס מיט מיידלעך פאר די חתונה פונקט ווי די גאנצע וועלט טוט היינט.
די אהבת ישראל רעדט טאקע אסאך פון קדושה אין זיינע תורות, אבער נישט אז בחורים זאלן נישט דעיטן מיידלעך. דאס איז געוועהן נארמאל!

זיינע קינדער האט ער געהייסן גיין דעיטן מיידלעך?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 4:42 am
דורך טאמבל סאס
ווארטס נאר, עס וועט נאך פון דער יואלי ראטה סקול אויסוואקסן איין טאג א שבתי צבי ושרה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 5:59 am
דורך ים רויבער
שבת אחים האט געשריבן:א זאך וואס מהאט נישט געטוהן אינדעהיים און פאר דורי דורות ביי אידן. און נישט גענוג מ׳טוט דאס. האקט מען זיי אין קאפ אז זרע לבטלה איז די גרעסטע עבירה, בשעת די תורה דערמאנט עס בכלל נישט, און אין חז”ל אויך ממש גארנישט, חוץ די ממרא פון רבי יוחנן אין נדה.

אבן העזר סימן כ"ג סעיף א': ועון זה חמור מכל עבירות שבתורה
און יא, מיר אידען מאמינים בתורת משה גלייבן אין תורה שבעל פה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 6:16 am
דורך שמעקעדיג
ברוינשטיין האט געשריבן:@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה

עקזעקטלי.
מען רעדט דא פון עניני קדושה, און הקדוש וטהור שבת אחים רעדט פון אן אנדערן ענין לגמרי, פון ארויסגיין מיט מיידלעך.

שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.

איך ווייס נישט וועגן דעם אהבת ישראל, אבער נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, דארפסטו וויסן אז נישט דארט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך די תורה!

כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 6:17 am
דורך ים רויבער
שבת אחים האט געשריבן:דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?

דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 7:46 am
דורך petrishke
לפי שיטת שבת אחים איז א תירוץ
און לפי ווער ס'פרעגט אפ שבת אחים, וואס ענטפערט איר אויף מיין פראגע?

מ'האט חתונה ביי 18 און די הארמאנען קומען שוין ביי 13, מה יעשה הבן ולא יחטא?
וואס ווילסטו פונעם בחור? ער האט דאך ניט קיין ברירה, און ער שפירט זיך שולדיג...
שטעל דיך פאר ס'איז א עבירה צו קראצן די קאפ ווען ס'קיצעלט???

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 8:25 am
דורך שמעקעדיג
עס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 9:02 am
דורך נקודה
אגב הלכות שחיטה און טריפות ווערט נישט בכלל דערמאנט אין תורה, די מערסטע וואס שטייט איז אז די בהמה דארף זיין טויט פארן עסן (אבר מן החי).
סתם פארדרייטע יודישקייט און א וועג פאר די רע-בנים צו האבען א מאני מעקינג ביזנעס.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:20 pm
דורך נחמד
תורה האט אויך פארגעסן צו שרייבן אז מ'זאל נעמען אן אתרוג סוכות

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:39 pm
דורך petrishke
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.

לא די בזה, ווייל ס'איז א פאקט אז יעדער בחור ספעציעל היינטיגע צייטן, פאלט איבער דעם ניסיון זייער אפט, אנגעהויבן פון דרייצן ביז אכצן - פינעף יאר - צו זאגן אז ער איז א מזיד נאכאנאנד?
וואס איז די פשט אויף עפעס וואס איז נישטא קיין אויסוועג?
ס'בלויז דא איין תירוץ, אז ס'מיינט בכלל נישט איינער וואס איז נישט מעגליך צו זיין חתונה געהאט - פאר סיי וועלכע סיבה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:45 pm
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה

עקזעקטלי.
מען רעדט דא פון עניני קדושה, און הקדוש וטהור שבת אחים רעדט פון אן אנדערן ענין לגמרי, פון ארויסגיין מיט מיידלעך.

שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.

איך ווייס נישט וועגן דעם אהבת ישראל, אבער נניח אפילו אז דו ביסט גערעכט, דארפסטו וויסן אז נישט דארט הייבט זיך אן און ענדיגט זיך די תורה!

כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.


האלד מיי הארסעס?

מיר זענען א פאלק פון מסורה? נא? זיי האבן געטוישט די מסורה און שרייען אז דאס איז די יסוד. חסידישע אידן אין רומעניע, טשעכיי, אוקריינא, אונגארן, רוסלאנד זענען ארויס מיט מיידלעך נישט ווי היינט.

זיי האבן פארדרייט די מסורה. נישט איך!

ענק זענען שוין אזוי פארדרייט. אז ענק האבן ניטאמאל קיין אהנונג וואס די אמתע תורה איז... און ווען איינער זאגט דעם ריינעם אמת ווי איך שרייט מען אויף מיר...

דיין מאמע האלד יור הורסעס!

יואלי ראטה זאל האלטן זיינע הורסעס ער קען נישט קיין הלכה, קיין אידישע היסטאריע, רעדט ווי א בהמה גסה, פארדרייט בחורים א קאפ.

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 2:56 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:@שבת אחים איך האב זיך באצויגן צו ז' לבטלה

שבת'ל, ביטע האלד יור הארסעס! מיר זענען א פאלק מיט מסורה מיט הונדערטער צדיקים קדושים וטהורים במשך די יארן, צדיקים בעלי מופתים, בעלי מסירות נפש ובעלי רוח הקודש, אלע פון זיי האבן זיך אכטונג געגעבן און געריסן שטיקער פון זיך, אינטערסאנט ווי פלוצלינג שטייען אויף היינט פוסטע יונגען וואס זענען קלוגער פון זיי אלע און זיי ווייסן בעסער.

כאטש א מענטש אדער א בחור פאלט צומאל אדורך אין וואס מען דארף נישט, איז נישט דער מהלך אוועקצומאכן אלעס וואס מיר האבן מקובל אין אן א שיעור מקומות, פון גמרא, שו"ע, רמב"ם, ספרי חסידות ומוסר נאר ווייל איינער וויל נישט פילן גילטי!... טו תשובה און פארטיג.

די קריסטן האבן אויך א מסורה און הונדערטער גייסטליכע און גלחים האבן געריסן שטיקער פון זיך און בכלל נישט חתונה געהאט. און די בודהיסטן האבן אויך מסורות פון כל מיני פייניגונגען און מעדיטאציעס. פארוואס אז עמיצער האט ליב זיין גוף, האט ליב אנדערע מענטשנ'ס גופים, האט א געשמאק אין עסן, שלאפן און זיך מהנה זיין באיברו איז ער א פוסטער אינג? פארוואס איז נישט דער וואס טוט אדוואקאטירן אויף דאס פארקערטע אן אינקוויזיטאר, א מענטשן און א לעבן פיינט-האבער און א סעלף רייטשעס בעסטערד?

זאג, די אלע אן א שיעור מקורות פון די פיזישע און ביאלאגישע סייענסעס, פיליזאפיע, סאושעל און סאסייעטל סייענסעס וואס ווייזן אז לויפן אויף ריינע אדרענעלין און קארטיזול קען א מענטשן פירן צו פרוסטרעישן, אנוועהרונג פון אפעקשן און אפילו אגרעסיוונעס און דעפרעסיע; ס'איז איז נישט גוט פאר אים און פאר זיינע ארומיגע. דאס האבן מיר אויך מקבל געווען?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:01 pm
דורך טאמבל סאס
ים רויבער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?

דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?

דאס איז נישט קיין ראיה. מען האט שוין דעמאלטס געוואוסט בקבלה און אין פראקטיס ווי אזוי מען מאכט עס. אין פאקט, אין די תורה הייסט הייסט אפילו נישט גאט אברהם'ן מאכן א ברית מילה. סך הכול זאגט ער פאר אברהם, איך גלייך וואס דו טוטסט, טוה עס ווייטער, פאר דיינע קינדער און עבדים עד סוף כל הדורות. אבער בנוגע ז"ל מאכט סענס אז די תורה האט דוקא נישט גערעדט פון דעם ווייל דאס איז נאר פאר יחודי סגולה. פאר רוב הציבור שאדט דאס!

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:07 pm
דורך שבת אחים
ים רויבער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:דאס איז די יסוד פון אידשקייט? דער אייבישטער האט עס פשוט פארגעסן צו שרייבן אין די תורה? פלגשים פון עשיו און ישמעאל האט מען געשריבן אין די תורה און די יסוד נישט?

דער אייבערשטער האט אויך כביכול (ח"ו) פארגעסן צו שרייבן אין די תורה ווי אזוי מען מאכט א ברית מילה, עס שטייט סך הכל אז מען דארף מל'ן די "ערלה" עס שטייט נישט וואס דאס איז, אפשר קענסטו מיך מסביר זיין פארוואס אונז מאכן א ברית מילה באבר המין?


ס׳שטייט אויך נישט קיין פרטים פון תפילין, אתרוג, בשר בחלב וכו׳

אבער כאטש איז דא א מקור אין די תורה וועגן דעם. חז”ל האט אראפגעשריבן און אראפגעלייגט די מסורה- וואס מיינט א פרי עץ הדר וכו׳ ביטע ווייז מיר וואו ס׳שטייט אין די תורה אז מ׳טאר זיך נישט אנרירן אין דעם אותו מקום? וואו פונקטליך שטייט אין די תורה אז א בחור טאר נישט ארויסגיין מיט א מיידל?

און אין די היסטאריע פון אידן איז די זאכן בכלל נישט געוועהן קיין עבירה... ביז ממש לעצטענס!

וואס פארא פארגלייך?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:09 pm
דורך טאמבל סאס
שמעקעדיג האט געשריבן:עס איז נישט דא קיין פשוט'ע תירוץ אויף דעם אויסער עבודת המדות, דער ענין איז שוין געווארן אויסגעשמועסט באריכות אין מאחורי. ודי בזה.

די עשים און לאווים וואס שטייט אין די תורה איז נישט גענוג אויף אויסצוארבעטן די מידות אז מען דארף אדאפטירן פרעמדע און איינגערעדטע, זאראסטרישע, באבילאנישע און קריסטליכע פרומקייטן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 03, 2022 3:22 pm
דורך שבת אחים
א נייע Authority ביי אידן- יואלי ראטה בעבעלט נאך די מוהראש, די מוהראש בעבעלט נאך עפעס אפאר אומגעזונטע אחרונים וואס האבן געהאט א אבסעסיע פון ****, און נאכגעמאכט די קריסטן. און מיר האבן א נייע תורה... און ווער ס׳זאגט די אמת- שטאטס אים ווייזן וואו ס׳שטייט, און וואו די מקור איז שרייט מען האלד יור הורסעס...