בלאט 2 פון 8
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:33 pm
דורך תרמב
תרומה האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:תרומה האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:נעבעך יעצט האט ער זיך דערמאנט צו נעמען דאס לעבן, ער וואלט עס געדארפט טון פאר מ’האט געכאפט ביי די מעשה, וואלט ער אוועקגעגאנגען מיט סאך א שענערע נאמען, שוין, נישט באשערט געווען.
אז דו פארשטייסט יא א עסק, נו, טו דו עס אליינס, שוין!
פארוואס זאל איך עס אליינס טון? איך טוה דאך נישט דאס וואס משי זהב האט געטון ביז יעצט, דארף איך נישט טוהן דאס וואס ער האט געטון היינט ר"ל.
מ'איז דאך עהם נאר חושד, קען מען דיר אויך חושד זיין, אבער וואס איז כמעט זיכער, אז דו ביסט נאך א ניק פון דער טראללער 'מנשה'.
אינטערסאנט אז דו ביזט מיר חושד, מ'האט שוין חושד געווען כמעט יעדע אקטיווע ניק אין זיין מנשה און מיר האט מען נאך נישט חושד געווען ביז יעצט, און ביי דע וועי איך האב ערנסטע חשדות אויף דיר און איך בין לכאורה נישט דער איינציגסטער, אבער איך וויל נישט צולייגן צו די מצב זאג איך עס נישט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:35 pm
דורך תרמב
מפיל קינד האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
אלעס איז אמת ויציב, דאס איז זאכן וואס איז באקאנט פאר יעדן היימישן איד אין ירושלים שוין פאר יארן.
אז זיי האבן געוויסט פארוואס האט מען נישט געטוהן עפעס דערצו?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:38 pm
דורך מפיל קינד
ווייל מ'האט געציטערט פון אים. ער איז פון די מאכטפולסטע חרדים געווען.
מ'האט אים שוין גע'מסר'ט 20 יאר צוריק, און די פאליציי האט גארנישט געטון דערציט. ניטאמאל געעפנט א פייל אויף אים. ער האט יעדעם געהאט אין זאק.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 2:38 pm
דורך תרמב
מפיל קינד האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:ווייסט איינער זיך היסטאריע, ער פלעגט פירען די פראטעסטן קעגן די מדינה, און עס פלעגן הענגן בילדער אין ווילי און ב"פ ווי ער שלאגט זיך מיט די פאליציי. פארוואס האט ער געטוישט זייטען און געווארען א ציוניסט?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער איז געווארן א קנאי. ער פייגערט פאר אטענשען, (איינס פון זיינע תאוות...) און וואו ער קען עס באקומען דארט גייט ער.
ער האט איין יאר געצינדן די פאקל אויפן הר הרצל יום העצמאות, בזכות פון זיין א מגשר ציווישן די חרדים און חילונים, ער איז אלץ געווען ביזי מסביר זיין פאר די מידיא אז ער האט חרטה פאר די ווילדע קנאישע מעשים וואס ער האט געטוהן ווען ער איז געווען יונג.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 3:08 pm
דורך אלע צוזאמען
מפיל קינד האט געשריבן:ווייל מ'האט געציטערט פון אים. ער איז פון די מאכטפולסטע חרדים געווען.
מ'האט אים שוין גע'מסר'ט 20 יאר צוריק, און די פאליציי האט גארנישט געטון דערציט. ניטאמאל געעפנט א פייל אויף אים. ער האט יעדעם געהאט אין זאק.
איך ווייס נישט צו די מיינסט די מעשה, אבער אין 10' איז געווען אן אויספארשונג קעגן אים פאר די זעלבע באשולדיגונגען, ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט ווייל די מיט וועם די מעשה איז אנגעבליך געשען האט נישט געוואלט פיילן קיין טשארדזשעס.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 3:21 pm
דורך קאך_לעפל
א איד אן עסקן (קנאקער בלע''ז) איז אריינגעקומען צום ברך משה זי''ע, און ער האט זיך זייער אפגערעדט אז מ'איז אים חושד אז ער לויפט נאך קינדער. דער רבי האט אים שטארק מחזק געווען, און דאן האט ער איז געזאגט: דו זעה נאר אז מ'זאל דיר נישט חושד זיין...
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 4:38 pm
דורך [NAMELESS]
תרמב האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
אלעס איז אמת ויציב, דאס איז זאכן וואס איז באקאנט פאר יעדן היימישן איד אין ירושלים שוין פאר יארן.
אז זיי האבן געוויסט פארוואס האט מען נישט געטוהן עפעס דערצו?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען טוט נישט גארנישט צו אונזערע מאלעסטערס וואס דרייען זיך ביי אונז, און יעדער וויסט שוין יארן פון דעהם און מען לאזט קיינעם גארנישט טוהן צו דעם. דארטן איז אויך דא וואוילע רבנים מיט עסקנים וכ"ו וואס זארגן זיך פאר יעדעמס שידוכים, כבוד, געלט.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 8:59 pm
דורך ליב צו וויסן
תרמב האט געשריבן:תרומה האט געשריבן:תרמב האט געשריבן:תרומה האט געשריבן:אז דו פארשטייסט יא א עסק, נו, טו דו עס אליינס, שוין!
פארוואס זאל איך עס אליינס טון? איך טוה דאך נישט דאס וואס משי זהב האט געטון ביז יעצט, דארף איך נישט טוהן דאס וואס ער האט געטון היינט ר"ל.
מ'איז דאך עהם נאר חושד, קען מען דיר אויך חושד זיין, אבער וואס איז כמעט זיכער, אז דו ביסט נאך א ניק פון דער טראללער 'מנשה'.
אינטערסאנט אז דו ביזט מיר חושד, מ'האט שוין חושד געווען כמעט יעדע אקטיווע ניק אין זיין מנשה און מיר האט מען נאך נישט חושד געווען ביז יעצט, און ביי דע וועי איך האב ערנסטע חשדות אויף דיר און איך בין לכאורה נישט דער איינציגסטער, אבער איך וויל נישט צולייגן צו די מצב זאג איך עס נישט.
שוין איך זעה אז יעדער גייט דא ליידן... לאמיר איין מאל פאר אלע מאל קלאר מאכן..
איך בין מנשה!!ביטע סטאפטס ארויפצוקלעבן יענעמ'ס שמוץ אויף מיין נאמען!
נשלח: דאנערשטאג אפריל 22, 2021 9:15 pm
דורך קורקלענד
איך אויך....
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:27 am
דורך אישתישבי
מנשה איז נישט א פראבלעם דא, טאמער א ניק טראלט ווערט ער א מנשה ניק.
מנשה איז א ניק פין אלע טראלס.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:34 am
דורך שושן פורים
אישתישבי האט געשריבן:מנשה איז נישט א פראבלעם דא, טאמער א ניק טראלט ווערט ער א מנשה ניק.
מנשה איז א ניק פין אלע טראלס.
עקזעקטלי, מנשה איז נישט קיין נאמען, מנשה איז א פענאמענאן.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 6:34 am
דורך אישתישבי
שושן פורים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:מנשה איז נישט א פראבלעם דא, טאמער א ניק טראלט ווערט ער א מנשה ניק.
מנשה איז א ניק פין אלע טראלס.
עקזעקטלי, מנשה איז נישט קיין נאמען, מנשה איז א פענאמענאן.
ממילא פיר אויס, ווען איינער טראלט איז גערעכט אים אנצורופען אז ער איז מנשה.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 8:32 am
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:שושן פורים האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:מנשה איז נישט א פראבלעם דא, טאמער א ניק טראלט ווערט ער א מנשה ניק.
מנשה איז א ניק פין אלע טראלס.
עקזעקטלי, מנשה איז נישט קיין נאמען, מנשה איז א פענאמענאן.
ממילא פיר אויס, ווען איינער טראלט איז גערעכט אים אנצורופען אז ער איז מנשה.
אקעי... ס'מיינט אבער נישט אז יעדער וואס טראללט (וואס איז די גדר פון טראללען??) אמאל, דארף מען אויסשפארן.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 9:55 am
דורך זופ מיט מאנדלען
אלע צוזאמען האט געשריבן:ליין איך יעצט אז די אלע באשולדיגונגען האבן זיך אנגעהויבן נאך וואס 'הארץ' האט עס באריכטעט, סאו ס'קען נאך זייער מעגליך זיין אז די מעשה איז לא דובים ולא יער, 'הארץ' איז באקאנט אלס א לינקע אנטי חרדי אנטי דת צייטונג, און ער איז געפאלן א קרבן.
יהודה משי זהב איז געווען פון די גרעסטע אנטי חרדים אין די מדינה, אויב הארץ האט געהאט א אנטי חרדים אגענדע וואלט ער געווען דער לעצטער טארגעט.
אין יעדע אגענדע ווי סאיז געקומען צו קאנפליקט צווישן חרדים און חילונים א שטייגער ווי גיוס בני הישיבות, ניתחי מתים, הפגנות, קאראנא רעאקציע, און נאך האט ער גענומען די חילונישע זייט ארויסרעדנדיג קעגן איעדן גדול בישראל ווי מהאט אים געגעבן א מייק, הארץ איז פיל מיט באשרייבונגען איבער די אויפטוען פון משי זהב סאיז שווער צו זאגן אז זיי האבן סתם געבאקן א מעשה, פון די אנדערע זייט איז מעגליך אז סאיז די ארבעט פון די היימישע מאפיאס וועלכע קענען די עבודה און ווילן אים זען מיטן קאפ אראפ.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:19 am
דורך זופ מיט מאנדלען
קען איינער ברענגען א כשרן לינק פונעם דאקומענטאציע פון "עובדה"?
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:47 am
דורך מפיל קינד
די פאקט אז ס'איז דא עטליכע, נישט איינס נאר אפאר, פרויען און מענער וואס זאגן עדות קעגן אים, מאכט עס פאר א שטארקע קעיס. איך זע נישט קיין וועג דאס זאל נישט זיין אמת, בפרט ווען ער אליין האט נישט רעאגירט געהעריג דאס אפצושלאגן.
גענוג און נאך פאפולערע מענטשן האבן געשריבן אין די לעצטע פאר וואכן אז זיי האבן אלץ געואוסט אז ער איז מסוכן, נאר קיינער האט זיך נישט געוואגט צו עפענען דאס מויל. ער האט געסטראשעט זיינע קרבנות מיט זק"א בעגס... אויב זיי דערציילן עפעס.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 10:53 am
דורך זופ מיט מאנדלען
וואס מיינט נישט רעאגירט? ווי כהאב אים געזען רעדן דערפון האט ער עס שארף אפגעלייקנט, די קעיס איז טאקע שטארק אבער וויבאלד סאיז דא מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט אפצוטון אזא ארבעט און האבן גענוג מאטיוון אים צו מסדר זיין וואלט איך נישט געווארן שאקד צו הערן אז סאיז סתם א בלבול.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:21 pm
דורך ליב צו וויסן
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:וואס מיינט נישט רעאגירט? ווי כהאב אים געזען רעדן דערפון האט ער עס שארף אפגעלייקנט, די קעיס איז טאקע שטארק אבער וויבאלד סאיז דא מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט אפצוטון אזא ארבעט און האבן גענוג מאטיוון אים צו מסדר זיין וואלט איך נישט געווארן שאקד צו הערן אז סאיז סתם א בלבול.
דער בארדיטשיווער (בוימל) זאגט אז ווען ער האט גערעדט מיט אים האט ער עס נישט אפגעלייקנט, פארקערט ער האט זיך אפילו פארענטפערט (נישט האבן קיין שליטה וכו).
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 12:44 pm
דורך אישתישבי
ליב צו וויסן האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:וואס מיינט נישט רעאגירט? ווי כהאב אים געזען רעדן דערפון האט ער עס שארף אפגעלייקנט, די קעיס איז טאקע שטארק אבער וויבאלד סאיז דא מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט אפצוטון אזא ארבעט און האבן גענוג מאטיוון אים צו מסדר זיין וואלט איך נישט געווארן שאקד צו הערן אז סאיז סתם א בלבול.
דער בארדיטשיווער (בוימל) זאגט אז ווען ער האט גערעדט מיט אים האט ער עס נישט אפגעלייקנט, פארקערט ער האט זיך אפילו פארענטפערט (נישט האבן קיין שליטה וכו).
וועלכע בארדיטשוב'ר איז דאס? דער פין טוויטער?
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 1:25 pm
דורך תרמב
נעכטן האב איך געהערט פון א טשאלמער וואס איז געגאנגען נאך געלט אין בית מדרש אז די אלע שמועות ווייסט מען שוין יארן, איך לייג נישט צו דא קיין חידושים, אבער איך זאג עס איבער ווייל ס'איז מיר געווען אינטערסאנט צו הערן פערזענליך פון א טשאלמער.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 3:38 pm
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:וואס מיינט נישט רעאגירט? ווי כהאב אים געזען רעדן דערפון האט ער עס שארף אפגעלייקנט, די קעיס איז טאקע שטארק אבער וויבאלד סאיז דא מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט אפצוטון אזא ארבעט און האבן גענוג מאטיוון אים צו מסדר זיין וואלט איך נישט געווארן שאקד צו הערן אז סאיז סתם א בלבול.
דער בארדיטשיווער (בוימל) זאגט אז ווען ער האט גערעדט מיט אים האט ער עס נישט אפגעלייקנט, פארקערט ער האט זיך אפילו פארענטפערט (נישט האבן קיין שליטה וכו).
וועלכע בארדיטשוב'ר איז דאס? דער פין טוויטער?
יא ס'איז דער וואס מאכט זיך נער'יש פון צייט צו צייט (אזש כ'האב נישט געוואוסט ער קען זיין ערנסט אויך....).
ער זאגט דאס אין אן אינטירוויאו מיט איינס פון די איזראעלישע סטאנציעס.
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 5:57 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:ווייסט איינער זיך היסטאריע, ער פלעגט פירען די פראטעסטן קעגן די מדינה, און עס פלעגן הענגן בילדער אין ווילי און ב"פ ווי ער שלאגט זיך מיט די פאליציי. פארוואס האט ער געטוישט זייטען און געווארען א ציוניסט?
אישתישבי: ווייל ער האטציך אוןיסגעטשוכעט פון די אלע שטותים מיט וואס ר'איז איפגעוואקסן. און ער האט איינגעזעהן אז די אזוי גערופענע ציונים זענען נישט אזוי געפערליך. זיכער זענען פארהאן רשעים און בייזוויליגע ברואים. אבער די עוורידזש מענטשן זענען נארמאל. זיי שיסן נישט קיין חרדים אין די גאסן...!
זיינע אויפטוען ביים גרינדן און אנפיהרן מיט זק"א זענען זייער א סאך. דאס קענמען נישט אוועקנעמען פון איהם...!
איך פערזענליך דארף דאנקען און לויבן דעם באשעפער אז איך בין נישט אריינגעפאללן צו די בארעלעך און אנדערע קולטן למיניהם. ווייל אנישט וואלט איך היינט אויכעט געווען פון די הויפט פארפיהרערס, וואס דער איד און דער בלאט רופן זיי אן ...."עסקנים"... און איך וואלט אנגעצינדן גארבידזש קאנטעינערס, צובראכן טרעפיק לייטס (מיט שטעינער) און געשפיגן אויף שיקסעס וואס גייען אדורך די גאס. די פרטים 'עמער לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!
נשלח: פרייטאג אפריל 23, 2021 6:32 pm
דורך berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:ווער איז דאס דער משי זהב און וואס איז די מעשה מיט אים?
ער איז געבוירן ביי אן אלטע ירושלימ'ער משפחה. ר'האט באלאנגט צו די בארעלעך. ער פלעגט אנפיהרן אלע ווילדע הפגנות און זיך שלאגן מיט פאליציי. ער איז עטליכע מאל געווארן ארעסטירט. ער האט אפילו געהאט א צונאמען ביי די איזראעלי (פרייע) מידיא. ..."קמב"ץ"... קצין מבצעים. דער קאמאנדיר פון קאמפיינס. ווייל אויב ער האט עפעס געוואלט אויספיהרן און מ'האט איהם נישט געוואלט נאכגעבן האט ער געסטראשעט אז ער וועט ארויסברענגען זיינע כוליגאנעס און זיי וועללן אנמאכן א חורבן...!
ער איז געווען א מענטש מיט ..."גאטס"...אפילו אן אוואנטוריסט (פאר ווער ס'ווייסט וואס דאס מיינט.) ער האטציך נישט דערשראקן פאר גארנישט. ר'איז אפילו געקראכן אויף די שיעפע בערג אין מדבר יהודה.
ביי א געוויסן פונקט האט ער איינגעזעהן אז ער האט געגרייזט (מסתמא נאכדעם וואס די רעגירונג'ס רעסקיו (הצלה) סקוואד האט איהם געראטעוועט ווען ער איז געבליבן סטאק אויף איינס פון די שיעפע בערג אין מדבר יהודה... און ער איז געווארן א נארמאלער מענטש. ר'האטציך צוגעלערנט רעדן נארמאל עברית (וואס ר'האט זיכער נישט געלערנט אין מאה שערים). און ער האט אויך געגרינדעט די ארגאניזאציע זק"א. וועלכע האבן גרויסע זכותים...!