בלאט 2 פון 2

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 6:39 pm
דורך מנחם ציון
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
Capture.PNG
2 טעותים אין די בריוו
1) שלום באלאנגט צו זיין קהלה
2) ער האט די גרעסטע ארטאדאקסישע קהילה אין די וועלט
אבער טעות גוי מותר, איבערהויפט אז עס האט אויפגעטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

איך מוז דיר זאגן, ביסט א בעיבי

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 8:50 pm
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!

טראמפ איז צאנזער רב.

קושנער איז באבא סאלי און איוואנקא איז שרה סאשא אם הקדושת לוי.

מפיל קינד: דו רעדסט שוין באלד אזעלכע שטותים ווי הרב קוק ז"ל. ווען מ'איז איהם געקומען פארציילן אז די פרייע קיבוצ'ניקס שפילן פוטבאלל אום שבת קודש. האט ער זיך אנגערופן אז זיי היצן אן זייערע ..."הייליגע"... גופים צו קעמפן פאר קדושת הארץ...!"

אויף ענגליש זאגט מען...Let's not get carried away...! דאנאלד טראמפ איז נאכנישט צאנזער רב. און איוואנקא איז נאכנישט שרה סאשא...!

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:03 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
מנחם ציון האט געשריבן:איך מוז דיר זאגן, ביסט א בעיבי

און איך מוז דיר זאגן אז דו ביסט א גרויסער לוזער.

נשלח: מיטוואך יאנואר 20, 2021 11:25 pm
דורך אישתישבי
סאטמאר קומט אריין אין יעדעס אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:41 am
דורך זופ מיט מאנדלען
אז סקומט איבעראל אריין איז א סימן אז דער עולם וויל דאס.....

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 9:32 am
דורך מפיל קינד
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:בחדרי חרדים קלעימט אז דאס האט געמאכט די זאך
#גיי ווייס
Capture.PNG
2 טעותים אין די בריוו
1) שלום באלאנגט צו זיין קהלה
2) ער האט די גרעסטע ארטאדאקסישע קהילה אין די וועלט
אבער טעות גוי מותר, איבערהויפט אז עס האט אויפגעטון

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

אויב ער באלאנגט נישט צו זיין קהילה, איז עס אסאך א חשוב'ערע זאך. האט ר' אהרן אויך געשריבן?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:30 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך מיין אז ניין, זיינע אינסטוטוציעס האבן געשריבן.

אה"נ א שיינע זאך צו שרייבן א בריוו, ווי מער מ'שרייבט אזעלכע בריוון פארלירט עס די וועליו און עס קומט זיך קרעדיט

ד"א, ווען ער האט געגעבן די בנין מבצר הכוללים פאר קר"י האט מען געשמועסט אז ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה און די וויליאמסבורגער מוסדות האבן נישט געוואלט נעמען פון אים, (נאך געווען פאר די טיילונג)

איז ער דאך טאקע נישט פון די וויליאמסבורגער קהלה.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 6:30 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
כפול

נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 1:29 am
דורך שלמה המלך
היכי דמי האט געשריבן:ברוך מתיר אסורים!

חסדי השם!

דרייט זיך ארום א מעשה אז אדמו"ר מטאהש זצוק"ל האט געזאגט יארן צוריק אז טראמפ גייט אים באפרייען, דא פארשידענע טעאריעס ארום די מעשה וואס איך האב געזעהן ארומפארן.

אויף איי וועלט דערציילט איינער די מעשה בשם א רב, אבער נאכדעם לייקענט עס איינער אפ און טענהט אז ער האט עס געהערט ממקור ראשון, און טאהש רבי האט נישט דערמאנט טראמפ. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=300

די מעשה איז מוראדיג און קלאר געשעהן
ארגינעל האט די מעשה מפרסם געוועהן דעלאטינער רבי פון מאנסי בשם זיין חבר די סאטמארע דומ"ץ פון מאנסי וואס האט דאס געהערט פון זיין באבע וואס איז געוועהן א שוועסטער מיט טאשע רבי, און די ווערסיע גייט אזוי:
טאשע רבי האט געזאגט פאר די משפחה וואס איז אראפגעפארן קיין טאהש ווען ר' שלום איז געווארען פארטורטיילט אויף 835 יאר רח"ל אין תפיסה - האט טאשע רבי געזאגט "ווען טראמפ וועט זיין פרעזידענט וועט ער אים ארויסנעמען" ניין טראמפ איז נישט דעמאלטס געלאפען אין ערגעץ (חוץ אין בית הכבוד), אבער זיין נאמען איז שוין געוועהן ברייט באקאנט מיט זיינע טראמפ טאוערס און זיין טראמפ פליגער וכדו', זעהט זיך אויס אז טאשע רבי אלץ ריזיגער עסקן (אדער אפשר געזעהן זיין נאמען אין הימל) האט געקענט רואיג הרן נאך דעמאלטס דעם נאמען.
דעלאטינער רבי האט די ווערסיע פארציילט ברבים ווען טראמפ איז געלאפען פאר פרעזידענט! און איעדער מיט אלע אנקעטעס האבן געזאגן בימים ההם 'נוי טשענס' פאר טראמפ!
למעשה איז ער געווארן פרעזידענט און למעשה האטער ארויסגענומען ר' שלום פון תפיסה - די מעשה שטימט מורא'דיג און דאס איז געזאגט געווארן ברבים 4 יאר צירוק, נישט לאחר המעשה

ווערסיע 2:
טאשע רבי זצ"ל האט געזאגט דעמאלטס פאר די משפחה אז די מיסעס וועט אים ארויסנעמען - מיינענדיג מיט דעם קלינטען - און נישט געזאגט טראמפס נאמען
צו אזוי צו אזוי וואס פארשטייט א .... די רבי האט קלאר געזאגט פאר 20 יאר צירוק אז מ'גייט אים פארדענען און מ'וועט אים נישט ארויסנעמען פון תפיסה מיט א קאסטן ווי עס האט קלאר אויסגעקוקט אזוי ביז נישט לאנג צירוק
זכותו יגן עלינו

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 10:02 am
דורך זופ מיט מאנדלען
אויף אייוועלט טענהט איינער אז ביז ווי לאנג סזענען נישט דא קיין עדים וואס זענען געווען אגאנצן צייט מיט טאהשער רבי, וואס זאגן אז סאיז נישט אמת, קען מען אננעמען אז סאיז אמת ויציב.......

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 11:00 am
דורך [NAMELESS]
וואו איז די טאהשע מופע געווען באגראבן ביז איצט? פארוואס האט מען נישט געוואוסט דערפון פאראיאר?

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 12:03 pm
דורך אישתישבי
איך פארשטיי נישט וואס די ביג דיל מיט דער מעשה איז, אונז אלע ווייסן אז דער טאהשער רבי איז געוועהן א נביא און געזעהן ווייטער ווי דער חוזה פין לובלין, וואס איז די חידוש בכלל?

ווען ער זעהט פאר מארגרעטען וואלט עס געוועהן א עכטער מופת.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 1:31 pm
דורך שלמה המלך
מאך זיכער האט געשריבן:וואו איז די טאהשע מופע געווען באגראבן ביז איצט? פארוואס האט מען נישט געוואוסט דערפון פאראיאר?

באגראבען ביי ועם?
איך האב עס געהערט פון דעלאטינער רבי וואס האט דאס געזאג ברבים 4 יאר צירוק ווען טראמפ איז געלאפען!! און אלע אנקעטעס האבן געצייגט אז ער פארלירט!
די פאקט איז אז איך האב עס אליין געהערט פון אים, די פאקט איז אז ער איז געווארן פרעזידענט, די פאקט איז אז ער האט אים ארויסגענומען פון תפיסה!
ממילא יא די מופת איז געלונגען!
פאר וועם עס שמעקט נישט זאל זיך קראצען!
אין א"וו איז דא א ניק פיטא וואס פרובירט עס צו פארווישן אויף אלע פראנטען - ער איז א משפחה מיט ר' שלום וואס האט בכלל נישט ליב טאהש צילוב פארשטענדליכע סיבות.
אבער מיר פרובירן נישט דא צו פארקויפן טאהשע מופתים - איך בין פשוט געוועהן דערביי ווען דעלאטינער רבי האט עס געזאגט ברבים ביי אים אין בית מדרש!
עס האט זיך דעמאלטס געהערט זייער אינטערעסאנט!
אבער יעצט אז עס האט ווירקליכט פאסירט איז עס זייער פלא'דיג.
ווער עס וויל אידזשויען די טענהנען אהין און צירוק קען גיין אוין אייערוועלט און אידשזויען די רייד.
איך האב עס נישט געהערט פון טאהשע רבי, און סתם צו האקן סברות - יא געזעהן נישט געזעהן יא געזאגט נישט געזאגט - איז נישט אינטערעסאנט! מיר איז אינטערעסאנט וואס איך האב אליין געהערט, און שפעטער געזעהן!
וזה הוא

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 4:39 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
א פרישע מופת גייט יעצט ארום אז רבי שלוםס משפחה זענען געווען איבערבעטן רבי שמואל קרויס ביי זיין קבר, עפעס א פאליטיק איז געווען וועגן א בית המדרש אין סיגעיט און אלע וואס זענען געווען פארמישט האבן שלעכט אפגעשניטן ביניהם רבי שלום וואס איז געגאנגען יושבן, אפאר וואכן צוריק איז די משפחה געגאנגען איבערבעטן ביי ר שמואל אדער זיין רעביצינס קבר און יעצט קלעימען די קרויסלעך קרעדיט פאר זיך.....

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 4:45 pm
דורך תרמב
מסתם האט ער געהאט א מעמבערשיפ אין תהלים כולל אויך, און מ’האט אים אינזין געהאט ביים ריבניצער אויף די קערעסטירע יארצייט.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 4:51 pm
דורך [NAMELESS]
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:א פרישע מופת גייט יעצט ארום אז רבי שלוםס משפחה זענען געווען איבערבעטן רבי שמואל קרויס ביי זיין קבר, עפעס א פאליטיק איז געווען וועגן א בית המדרש אין סיגעיט און אלע וואס זענען געווען פארמישט האבן שלעכט אפגעשניטן ביניהם רבי שלום וואס איז געגאנגען יושבן, אפאר וואכן צוריק איז די משפחה געגאנגען איבערבעטן ביי ר שמואל אדער זיין רעביצינס קבר און יעצט קלעימען די קרויסלעך קרעדיט פאר זיך.....

נישט אזוי פריש... ר' אהרן קרויס איז לעצטענס געווען זאגן א שיעור אין כולל אהל יהושע און געזעהן די צעטל מתפלל צו זיין פאר שלום ווייס האט ער געזאגט אז ער ער מיינט עס איז גענוג געווען

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 1:34 am
דורך אישתישבי
כל שחברו נענש על ידו אין מכניסין אותו במחצתו של הקדוש ברוך הוא.

איז ב"ה אז ר' שמואל איז אריין אין אויבערשטערס מחיצה.

נשלח: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:39 am
דורך מאן דאמר
פאליטיקאנט האט געשריבן:אויך האט טראמפ פארדאנירט אלי וויינשטיין וועלכע האט באקומען א אורטייל פון 22 יאר.

ר'משה מארגארעטן איז ווי ר' משה לייב סאסובער!
ער איז שוין ווידער ארעסטירט געווארן , די באאמטע באשולדינגען אז ער האט נישט איינגעהאלטן די תנאים פון די באפרייאונג וואס זענען געווען אז ער טאר נישט מאכן געשעפטן פאר א געוויסע צייט , און ער האט געפירט א פּאָנזיִ פון פינעף און דרייסיק מיליאן טאלער אינטערן נאמען Mike Konig וואוסענדיג אז פאר וויינשטיין וועט קיינער נישט גיבן קיין געלט


https://www.cnbc.com/amp/2023/07/19/pon ... fraud.html