בלאט 2 פון 2

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 2:54 pm
דורך אברך משי
די אלע וואס לעכצן אזוי שטארק פאר די רעכטן פון יחידים, און ווילן מ'זאל אנערקענען די אייגענארטיגקייט פון יעדן אינדיווידיואל, נישט אלעמאל זיין סתם א נאמבער, סתם א חלק פונ'ם גרויסן שטראם און כללות הציבור מיט די פארשריפטן פון די מנהיגים... דעמאלטס מוז מען אויך מודה זיין צו העשי טישלערס התנהגות. ענדליך האט זיך אויפגעשטעלט א יחיד, ער גייט לויט די רוח פון אסאך יחידים, ער איז דא צו שרייען די וויי-געשריי פון די קליינע מענטשעלך. יא ער טוט טאקע ככל העולה על רוחו, ער רעכנט זיך נישט מיט די אנגענומענע עסקנים און פירער, אבער דאס שרייט דאך שוין יעדער דא אזוי לאנג אז דער יחיד ביי אונז האט נישט קיין voice און קיין מיינונג. יעצט האסטו, איז געקומען דער יחיד וואס האט גענומען קוראזש צו נעמען שריט, מיר אינטערסירט נישט וואס רעכניץ האט צו זאגן אויף עם און לאו-דווקא וואס די אגודה האלט, איך האב הנאה ווען א מענטש טוט צו די זאך (עכ"פ לשיטתו) און אז דו האלטס נישט ווי עם, אדרבא טו דו פארקערט, שטעל דיך אויף און לאז דיך הערן

Re: ווער איז הערשי טישלער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 4:29 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כלבאשבוע האט געשריבן:POWERFUL Op-Ed By Shlomo Yehuda Rechnitz, Calls Out Tischler As RODEF, Slams Protests In Boro Park
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... -park.html
מיין טאכטער האט מיך מעורר געווען אז
The yeshiva world news headlines should rather be

Op-Ed By powerful Shlomo Yehuda Rechnitz

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 4:39 pm
דורך כלבאשבוע
אגודה קומט ענדליך ארויס אפען קעגן העשי טעשלער

Rabbi Chaim Dovid Zwiebel, executive vice president of Agudath Israel of America, an Orthodox umbrella group, said Mr. Tischler was a fringe figure who had “made an idiot of himself.”

“I don’t think anybody really knew him or had heard of him until he decided to turn himself into the wonderful spokesman he thinks he is,” Rabbi Zwiebel said. “This guy is supposed to be a community leader? Please. It is an embarrassment.”

https://www.nytimes.com/2020/10/15/nyre ... -park.html

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:24 pm
דורך קורקלענד
כלל ישראל די טעג האט נאר איין פראבלעם, ס'הייסט טישלער! חוץ פון דעם איז נישטא קיין פראבלעמען. אלע אונזערע מנהיגים און פארזארגערס זעהן נאר איין פראבלעם טישלער! פאר אלע אנדערע געשעפטן לאזן זיי זיך נישט הערן, נאר וועגן טישלער!

כלומרשט מיינען זיי אונזער טובה דא! כאילו קארנבלי האט געמאכט א גרעסערע קידוש השם און דערפאר איז ער בכלל נישט א נושא צו וויסן וואו אונזערע ווארטראגערס שטייען אויף איהם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:35 pm
דורך ליפא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:POWERFUL Op-Ed By Shlomo Yehuda Rechnitz, Calls Out Tischler As RODEF, Slams Protests In Boro Park
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... -park.html
Powerful Op-Ed???
אדער זיין געלט איז Powerful!!

''זיינע'' ניגונים זענען פאוערפול....

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 5:39 pm
דורך אישתישבי
האט אונז דער אויבערשטער באשאנקן מיט נאך ענטערטעינמענט, רעכניץ וו"ס טישלער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן שלמה יודא רעכניץ. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם מחלוקת ווער ס'איז גערעכט ער אדער טישלער. אבער ער איז , חוץ א גרויסער נדבן, א מענטש וואס איז מקיים דעם לא תגורו. וואס מ'רופט גאטס. ער זאגט ארויס זיין מיינונג פאר וועם מ'דארף עס צו זאגן. אפילו ווען יענער האלט זיך פאר א בכבוד'יגן איד. און אין די צייט וואס מ'האנארט יענעם. אזוי ווי ער האט עס געטון ביי דעם דינער וואס מ'האט געמאכט לכבודו פון איינעם פון די שיינע אידן אין לעיקוואוד. וועלכער איז געשטאנען אונטער די פאלשע מערכה פון פארשעמען און מצער זיין אידישע קינדער. אט ביי דעם דינער האט ער זיך אויפגעשטעלט און אריינגעזאגט פאר דעם אורח הכבוד. וועלכער איז געווארן אלע קאלירן. און ער (ש. רעכניץ) האט זיי געווארנט אז אויב זיי גייען נישט פאררעכטן דעם מצב, וועט ער אויפמאכן אייגענע ת"ת'ס און מיידל סקולס וואו מ'וועט נישט דיסקרימינירן אקעגן אידישע קינדער...! ממילא האט ער א רעכט צו זאגן א מיינונג איבער טישלער. און דעם מצב אין בארא פארק...!

Re: ווער איז הערשי טישלער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן שלמה יודא רעכניץ. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם מחלוקת ווער ס'איז גערעכט ער אדער טישלער. אבער ער איז , חוץ א גרויסער נדבן, א מענטש וואס איז מקיים דעם לא תגורו. וואס מ'רופט גאטס. ער זאגט ארויס זיין מיינונג פאר וועם מ'דארף עס צו זאגן. אפילו ווען יענער האלט זיך פאר א בכבוד'יגן איד. און אין די צייט וואס מ'האנארט יענעם. אזוי ווי ער האט עס געטון ביי דעם דינער וואס מ'האט געמאכט לכבודו פון איינעם פון די שיינע אידן אין לעיקוואוד. וועלכער איז געשטאנען אונטער די פאלשע מערכה פון פארשעמען און מצער זיין אידישע קינדער. אט ביי דעם דינער האט ער זיך אויפגעשטעלט און אריינגעזאגט פאר דעם אורח הכבוד. וועלכער איז געווארן אלע קאלירן. און ער (ש. רעכניץ) האט זיי געווארנט אז אויב זיי גייען נישט פאררעכטן דעם מצב, וועט ער אויפמאכן אייגענע ת"ת'ס און מיידל סקולס וואו מ'וועט נישט דיסקרימינירן אקעגן אידישע קינדער...! ממילא האט ער א רעכט צו זאגן א מיינונג איבער טישלער. און דעם מצב אין בארא פארק...!
ר' בערל: וואסי געווארן צום סןף? ער האט געעפענט נייע ת"ת'ס מיט מיידלעך סקולס?? ווייל כפי ידיעתי דרייען זיך נאך אלץ ארום אינגלעך, בחורים, מיידלעך ווייל מ'נעמט זיי נישט אריין אין סקולס!

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:36 pm
דורך אישתישבי
אישתישבי האט געשריבן:האט אונז דער אויבערשטער באשאנקן מיט נאך ענטערטעינמענט, רעכניץ וו"ס טישלער.



https://twitter.com/hasidic1/status/131 ... 65984?s=19

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2020 11:42 pm
דורך אישתישבי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן שלמה יודא רעכניץ. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם מחלוקת ווער ס'איז גערעכט ער אדער טישלער. אבער ער איז , חוץ א גרויסער נדבן, א מענטש וואס איז מקיים דעם לא תגורו. וואס מ'רופט גאטס. ער זאגט ארויס זיין מיינונג פאר וועם מ'דארף עס צו זאגן. אפילו ווען יענער האלט זיך פאר א בכבוד'יגן איד. און אין די צייט וואס מ'האנארט יענעם. אזוי ווי ער האט עס געטון ביי דעם דינער וואס מ'האט געמאכט לכבודו פון איינעם פון די שיינע אידן אין לעיקוואוד. וועלכער איז געשטאנען אונטער די פאלשע מערכה פון פארשעמען און מצער זיין אידישע קינדער. אט ביי דעם דינער האט ער זיך אויפגעשטעלט און אריינגעזאגט פאר דעם אורח הכבוד. וועלכער איז געווארן אלע קאלירן. און ער (ש. רעכניץ) האט זיי געווארנט אז אויב זיי גייען נישט פאררעכטן דעם מצב, וועט ער אויפמאכן אייגענע ת"ת'ס און מיידל סקולס וואו מ'וועט נישט דיסקרימינירן אקעגן אידישע קינדער...! ממילא האט ער א רעכט צו זאגן א מיינונג איבער טישלער. און דעם מצב אין בארא פארק...!
ר' בערל: וואסי געווארן צום סןף? ער האט געעפענט נייע ת"ת'ס מיט מיידלעך סקולס?? ווייל כפי ידיעתי דרייען זיך נאך אלץ ארום אינגלעך, בחורים, מיידלעך ווייל מ'נעמט זיי נישט אריין אין סקולס!


איך מיין אז עפעס אין לעיקוואד איז דא א תקנה אז קיינער קען נישט עפענען זייער מיידל סקול ביז אלע מיידלעך זענען פלאצירט.

לעיקר הדבר, רעכניץ קען זאגען וואס ער וויל, הגם צו זאגן אז טישלער איז א רודף איז איבער דער דאך, א שטארקע גוזמא, טישלער איז זיכער נישט פין אונזערע מנהיגים, הגם ער קען יעצט ווערען א ערוועלטער מנהיג צוליב זיין גאטס. און דא קומט דער פונקט, מענטשען ווי טישלער און רעכניץ זענען אייניג, זיי זענען סתם צוויי מענטשן מיט אביסעל מער גאטס ווי דער עוורעדזש מענטש, וואס קענען זיך שטעלן און זאגען דרשות און באקומען אטענשאן, ביידע זענען נישט קיין גרויסע תנא קמא'ס, און יכה יוסי את יוסי און קיינער פארלירט נישט.

Re: ווער איז הערשי טישלער?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 3:55 pm
דורך דער גאלדענער אדלער

Re: ווער איז הערשי טישלער?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 27, 2020 12:33 pm
דורך עוקר הרים

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 1:39 am
דורך כלבאשבוע
סקומט אריין די גיטע נייעס אז טישלער האט ב״ה מיאוס פארלוירן אין זיין פארזוך איבערצונעמען חיים דייטשס סיטי קאונסיל אמט אין דיסטריקט 48, ער איז אריינגעקומען לעצט און האט סה״כ באקומען אפאר נישטיגע שטימעס

חסדי ד׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 8:45 am
דורך berlbalaguleh
כלבא שבוע: איך וואלט דיר געגעבן א לייק פאר דיין יעצטיגע תגובה. ווייל איך האלט אויך אזוי. אבער איך קען דיר נישט געבן קיין ..."לייק"...ווייל דו געסט אויכעט נישט קיין לייקס פאר קיינעם. און דו ביסט נאך שטאלץ דערמיט...!

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 1:33 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:אישתישבי: לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן שלמה יודא רעכניץ. איך גיי יעצט נישט אריין אין די עצם מחלוקת ווער ס'איז גערעכט ער אדער טישלער. אבער ער איז , חוץ א גרויסער נדבן, א מענטש וואס איז מקיים דעם לא תגורו. וואס מ'רופט גאטס. ער זאגט ארויס זיין מיינונג פאר וועם מ'דארף עס צו זאגן. אפילו ווען יענער האלט זיך פאר א בכבוד'יגן איד. און אין די צייט וואס מ'האנארט יענעם. אזוי ווי ער האט עס געטון ביי דעם דינער וואס מ'האט געמאכט לכבודו פון איינעם פון די שיינע אידן אין לעיקוואוד. וועלכער איז געשטאנען אונטער די פאלשע מערכה פון פארשעמען און מצער זיין אידישע קינדער. אט ביי דעם דינער האט ער זיך אויפגעשטעלט און אריינגעזאגט פאר דעם אורח הכבוד. וועלכער איז געווארן אלע קאלירן. און ער (ש. רעכניץ) האט זיי געווארנט אז אויב זיי גייען נישט פאררעכטן דעם מצב, וועט ער אויפמאכן אייגענע ת"ת'ס און מיידל סקולס וואו מ'וועט נישט דיסקרימינירן אקעגן אידישע קינדער...! ממילא האט ער א רעכט צו זאגן א מיינונג איבער טישלער. און דעם מצב אין בארא פארק...!
ר' בערל: וואסי געווארן צום סןף? ער האט געעפענט נייע ת"ת'ס מיט מיידלעך סקולס?? ווייל כפי ידיעתי דרייען זיך נאך אלץ ארום אינגלעך, בחורים, מיידלעך ווייל מ'נעמט זיי נישט אריין אין סקולס!

איך בין פערזענליך נאנט מיט א באקאנטער עסקן וואס לייגט אריין קינדער אין מוסדות, נאך רעכניצנס מכלומרשט מסירות נפשדיגן רעדע האבן עטליכע עלטערן פונעם ליטווישן חדר אריינגעשיקט אימעילס צו רעכניץ אז פלוני האט זיי ארויסגעהאלפן און ער מוטשעט זיך מיט פאנדינג אויב רעכניץ קען העלפן.

דער ענטפער איז געווען ניין! מיטן אמתלא אז ער קאמפיינט נאר פאר די ליטווישע קינדער נישט קיין אלגעמיינע, כאטש יענער העלפט אויך ליטאים איז ער פסול וויבאלד ער איז נישט אויסשליסליך...און די זאגסט מיר אז ער איז דא צו בויען אייגענע תלמוד תורהס....

דער איד איז דא פאר אויפמערקזאמקייט, סאיז אים ענדערש צו גיבן פרישטיג פאר סאלדאטן אין ווערט פון צענדליגע טויזנטער דאללארן פאר אביסל טעלעוויזיאנישע דעקונג ווי צו צאלן א נאכטמאל פאר א הונגעריגער משולח.

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 3:10 pm
דורך berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען: אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט ביסטו גערעכט. אבער איך בין נישט זיכער...! ווייל לפי ידיעתי העלפט ער (שלמה רעכניץ) יא ארויס א סאך היימישע אידן...!

דארט ביים דינער אין לעיקוואוד האט ער אויפגעטון א געוואלדיגע זאך. צי ער האט יא אדער נישט אויפגעמאכט אייגענע ת"ת'ס און סקול'ס איז יעצט נישט נוגע. ער האט פאר יענעם ..."אורח הכבוד"... פיין אריינגעזאגט. און ער האט א ביסל אויפגעשאקלט דעם דעת הקהל!

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 3:23 pm
דורך גאלד
כלבאשבוע האט געשריבן:סקומט אריין די גיטע נייעס אז טישלער האט ב״ה מיאוס פארלוירן אין זיין פארזוך איבערצונעמען חיים דייטשס סיטי קאונסיל אמט אין דיסטריקט 48, ער איז אריינגעקומען לעצט און האט סה״כ באקומען אפאר נישטיגע שטימעס

חסדי ד׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!


יא יא. ב"ה תושבי ב"פ האבן פארמאכט דעם מטורף'ס פיסק. ער'ט נישט געהאט קיין פינף פראצענט. ער איז פארטיג. בארא פארק האט אויסגעשריגן: קיינער איז נישט נייגעריג אויף דיר.

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 3:32 pm
דורך נחמד
גאלד האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:סקומט אריין די גיטע נייעס אז טישלער האט ב״ה מיאוס פארלוירן אין זיין פארזוך איבערצונעמען חיים דייטשס סיטי קאונסיל אמט אין דיסטריקט 48, ער איז אריינגעקומען לעצט און האט סה״כ באקומען אפאר נישטיגע שטימעס

חסדי ד׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!


יא יא. ב"ה תושבי ב"פ האבן פארמאכט דעם מטורף'ס פיסק. ער'ט נישט געהאט קיין פינף פראצענט. ער איז פארטיג. בארא פארק האט אויסגעשריגן: קיינער איז נישט נייגעריג אויף דיר.

תושבי ב''פ האבן נישט געהאט א ווארט דא ווייל ב''פ איז בכלל נישט אינעם 48'טן דיסטריקט. וואלט ער געלאפן אין בפ וואלט ער זיכער שיין אנגעצויגן.

נשלח: מיטוואך יוני 23, 2021 9:11 pm
דורך תרמב
גאלד האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:סקומט אריין די גיטע נייעס אז טישלער האט ב״ה מיאוס פארלוירן אין זיין פארזוך איבערצונעמען חיים דייטשס סיטי קאונסיל אמט אין דיסטריקט 48, ער איז אריינגעקומען לעצט און האט סה״כ באקומען אפאר נישטיגע שטימעס

חסדי ד׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!


יא יא. ב"ה תושבי ב"פ האבן פארמאכט דעם מטורף'ס פיסק. ער'ט נישט געהאט קיין פינף פראצענט. ער איז פארטיג. בארא פארק האט אויסגעשריגן: קיינער איז נישט נייגעריג אויף דיר.

איך כאפ נישט וואס ס’גייט זיך יעצט טוישן, די ווידיאוס וועלן אנגיין פונקט ווי פארדעם, און ער כאפט נישט קיין מעסעזשעס וואס בארא פארק שיקט אים.

נשלח: דאנערשטאג יוני 24, 2021 7:48 am
דורך זופ מיט מאנדלען
berlbalaguleh האט געשריבן:זופ מיט מאנדלען: אויב די פאקטן זענען אזוי ווי דו זאגסט ביסטו גערעכט. אבער איך בין נישט זיכער...! ווייל לפי ידיעתי העלפט ער (שלמה רעכניץ) יא ארויס א סאך היימישע אידן...!

דארט ביים דינער אין לעיקוואוד האט ער אויפגעטון א געוואלדיגע זאך. צי ער האט יא אדער נישט אויפגעמאכט אייגענע ת"ת'ס און סקול'ס איז יעצט נישט נוגע. ער האט פאר יענעם ..."אורח הכבוד"... פיין אריינגעזאגט. און ער האט א ביסל אויפגעשאקלט דעם דעת הקהל!

דאס וואס איך האב געשריבן זענען זאכן וואס איך האב מיטגעהאלטן.

פונעם מסירות נפשדיגן דרשה איז ער ארויס א געווינער און העראו, ער האט געמאכט א סענזאציע. אויף למעשה האב איך נישט געהערט ער זאל אריינלייגן א פינגער אין לוילעך וואסער צו לינדערן דעם מצב.

קען זיין ער העלפט היימישע מענטשן, אבער נישט אין דעם נושא ווי ער האט זיך מכלומרשט מוסר נפש געווען....

נשלח: דאנערשטאג יוני 24, 2021 3:49 pm
דורך מרדכי מרדכי
נחמד האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:
כלבאשבוע האט געשריבן:סקומט אריין די גיטע נייעס אז טישלער האט ב״ה מיאוס פארלוירן אין זיין פארזוך איבערצונעמען חיים דייטשס סיטי קאונסיל אמט אין דיסטריקט 48, ער איז אריינגעקומען לעצט און האט סה״כ באקומען אפאר נישטיגע שטימעס

חסדי ד׳ כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!


יא יא. ב"ה תושבי ב"פ האבן פארמאכט דעם מטורף'ס פיסק. ער'ט נישט געהאט קיין פינף פראצענט. ער איז פארטיג. בארא פארק האט אויסגעשריגן: קיינער איז נישט נייגעריג אויף דיר.

תושבי ב''פ האבן נישט געהאט א ווארט דא ווייל ב''פ איז בכלל נישט אינעם 48'טן דיסטריקט. וואלט ער געלאפן אין בפ וואלט ער זיכער שיין אנגעצויגן.

ווען די קינדער קענען וואוטען וואלט ער שיין אנגעצויגן

נשלח: דאנערשטאג יוני 24, 2021 10:36 pm
דורך וויליאמסבורגער
די שונאי ישראל האבן זיך שוין געריבן די בויך אז מ'גייט ווייזן אז חרדישע אידן זענען שטיצערס פון אזא משוגענער ווי הערשי טישלער. ב"ה מ'האט געוויזן אז מיר האבן נאך שכל אין קאפ, און ער איז א יחיד משונה וואס ארבייט נאר פאר זיך אליין, און קיינער שטיצט אים נישט.