בלאט 2 פון 2
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 9:38 am
דורך צפור בודד
אישתישבי האט געשריבן:כאילו איינער גיבט א פארץ צו ער נעמט יא אדער נישט. נעם יא נעם נישט, געדענק נאר נעקסטע מאל פרעג דער שטיינער אויב ווארפען א בענקעל אויף א גוי הייסט התגרות באומות אדער נישט.
לאמיר לייגן די זאך אין קאנטעקסט, א איד האט זיך באשיצט, און אנדערע זענען געראטעוועט געווארן, דורך דעם וואס ער האט זיך נישט געלאזט פירען כצאן לטבח, נאר געווארפען א בענקעל אין קאפ פין דער גוי, און געלאפען ווארענען נישט צו עפענען דער טיר, און איז נאך געלאפען דער גוי אויך. ד.ה. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א כך'ניק, א מזרחי'ניק, אדער ווייס איך וואס, נישט א גלות איד וואס זיצט און ווארט מען זאל אים קומען פירען צו די גאז קאמערן. ווילען אים די סארט אידן געבן א אות הכרה דערפאר.
ער קען יא נעמען אדער נישט נעמען, מאכט נישט אויס, זיין התנהגות איז נישט שלש שבועות'דיג.
ער האט זיך אויך נישט אויפגעפירט ווי א רבי און אנטלאפן דורך א זייטיגע טירל און זאל דער עולם גיין צום טייוול.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 1:47 pm
דורך מרדכי מרדכי
באמת האט ער געוואלט נעמען די געלט אבער ווען די קנאים האבן געמאכט א שטינק האט ער געזאגט פאר יעדעם אז ער נעמט עס נישט און עס גענימען אונטערן טיש און אויך גענימען די 20k פטן די סאטמארע
כך אומר ליבי
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
זאג פאר דיין הארץ אז עס רעדט שטותים.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 6:50 pm
דורך הקטן
מרדכי מרדכי האט געשריבן:באמת האט ער געוואלט נעמען די געלט אבער ווען די קנאים האבן געמאכט א שטינק האט ער געזאגט פאר יעדעם אז ער נעמט עס נישט און עס גענימען אונטערן טיש און אויך גענימען די 20k פטן די סאטמארע
כך אומר ליבי
דו האלסט די ADL געט עפעס אינטערען טיש?
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 7:28 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:מרדכי מרדכי האט געשריבן:באמת האט ער געוואלט נעמען די געלט אבער ווען די קנאים האבן געמאכט א שטינק האט ער געזאגט פאר יעדעם אז ער נעמט עס נישט און עס גענימען אונטערן טיש און אויך גענימען די 20k פטן די סאטמארע
כך אומר ליבי
דו האלסט די ADL געט עפעס אינטערען טיש?
נישט ער, זיין הארץ.
נשלח: זונטאג פעברואר 16, 2020 11:42 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט הערט מען אז די 20 אלפים פון הערשעל קלאר איז געוועהן א סקעם. נאך די צערימאניע האט ער געקאלט גליק אז ער זאל נישט דעפאזיטן די טשעק ווייל עס האט נישט קיין דעקונג....
נשלח: מאנטאג פעברואר 17, 2020 9:15 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חתם סופר האט געשריבן:יעצט הערט מען אז די 20 אלפים פון הערשעל קלאר איז געוועהן א סקעם. נאך די צערימאניע האט ער געקאלט גליק אז ער זאל נישט דעפאזיטן די טשעק ווייל עס האט נישט קיין דעקונג....
אי געגעסן פארפוילטע פיש, אי ארויס געווארפן פון שטאט.
דער אמת איז, ווען ער נעמט נישט די געלט און עס ווערט נתפרסם, וואלט עס געווען א שיינע זאך, אז דער וועלט זעט אז די שיטות זענען נישט צום פארקויפן. די רגע וואס ער באקומט די געלט פון ערגעץ אנדערש, איז עס סתם א פאווער געראנגל, ווער גייט געבן די געלט, קיינער לאזט זיך נישט קאסטן פאר דער שיטה"ק. די נדבנים שלאגן זיך מיט די ADL און מ'צאלט מענטשן זיי צו שטיין ביים זייט. אבער פארט איז עס 20.000 אין קעשענע פון מר גליק. יעצט האט ער נישט די געלט און אויך נישט די קידוש ה'. סתם זיך געלאזט פאר שטותים.