בלאט 2 פון 4
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 7:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אונז קענען גארנישט טוהן אוועקצונעמען אנטיסעמיטיזם.
חוץ, פארען וואוינען אין אייגענע ײדישע מדינה.
ועוד עי' ערך מדינת ישראל וואס האט אנגעמאכט מער אנטיסעמיטיזם
וועם גייט אן אז ס'דא אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע ווען אונז וואוינען זיך אין אונזער אייגענע מדינה און פייפן אויף די גאנצע וועלט?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 8:48 pm
דורך מייןמהלך
על ראשון ראשון, איך האב עס דייקא געשריבן אזוי טאקע עס זאל נישט אויסזעהן ווי סתם א שמועס, איך בין גאר ערענסט באזארגט, און דא קום איך צום צווייטען נקודה, פארוואס ביסטו נישט באזארגט?
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 8:56 pm
דורך איסר האטלקי
על ראשון ראשון, כ'האב פרובירט דיך צו בארואיגן אביסל, זעענדיג דיין טראומע.
פארוואס איך בין נישט באזארגט? איך בין יא, אבער נישט אזוי שטארק, ווייל ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 3:41 am
דורך [NAMELESS]
צום פותח האשכול:
עס וואלט געווען וויכטיג איר זאלט וויסן אז עס איז נישט אזוי געפערליך די מצב אז אי זאלט מוזן באפירקלען סיי אייוועלט און סיי קאווע שטיבל מיטן זעלבן ארטיקל...
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:03 am
דורך זאפטיג
מייןמהלך האט געשריבן:על ראשון ראשון, איך האב עס דייקא געשריבן אזוי טאקע עס זאל נישט אויסזעהן ווי סתם א שמועס, איך בין גאר ערענסט באזארגט, און דא קום איך צום צווייטען נקודה, פארוואס ביסטו נישט באזארגט?
ווייל זיין באזארגט גייט מיך זייער אסאך העלפן
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:44 pm
דורך או אינו
וואס טראכט דער אמעריקאנער ווען ער הערט "עם ישראל חי" אין אידן וועלן נישט פאלן םאר טעראר? איז דאס נישט ווערטער וואס שרייט מיר זענען א פאלק וואס גלידערט זיך נישט אריין אין אמערקאנעם סיסטעם? עס לאזט זיך קלערן אז די מאדעל צ'י סרווייווען פאר חסידים איז די "עמיש". וואס זאגט איר?
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:49 pm
דורך מייןמהלך
מאךזיכער, קענסט מיך פליז זאגן ווי אויך אייוועלט.עס געפינט זיך טאקע, איך קען עס נישט טרעפן די חברה זענען ביזי רוקן.
און זאפטיג, כ'מיין ס'איס א נארישער ווארט, ווייל באזארגט איז מען, צו מען וויל יא אדער נישט, עס איז כמעט נישט בידך.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 3:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מייןמהלך האט געשריבן:פארוואס ביסטו נישט באזארגט?
ווייל איך בין נישט באזארגט, צו איך וויל צו איך וויל נישט, ס'איז כמעט נישט בידי...
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 6:27 pm
דורך זאפטיג
מייןמהלך האט געשריבן:מאךזיכער, קענסט מיך פליז זאגן ווי אויך אייוועלט.עס געפינט זיך טאקע, איך קען עס נישט טרעפן די חברה זענען ביזי רוקן.
און זאפטיג, כ'מיין ס'איס א נארישער ווארט, ווייל באזארגט איז מען, צו מען וויל יא אדער נישט, עס איז כמעט נישט בידך.
ליידער בין איך נישט באזארגט
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 7:38 pm
דורך מייןמהלך
https://www.boropark24.com/day-after-ap ... tic-image/כ'מיין דאס איז גענוג א גוטע סיבה צו זיין נערוועז, אויב זיי ערלויבן זיך שוין מיינט אז דאס איז די מצב אין גאס 578 דאס דארף צו דערשרעקן יעדעם איינעם.(חוץ איסר ווייל ער האט בטחון...)
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 7:39 pm
דורך מייןמהלך
https://www.boropark24.com/day-after-ap ... tic-image/כ'מיין דאס איז גענוג א גוטע סיבה צו זיין נערוועז, אויב זיי ערלויבן זיך שוין מיינט אז דאס איז די מצב אין גאס און דאס דארף צו דערשרעקן יעדעם איינעם.(חוץ איסר ווייל ער האט בטחון...)
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 7:52 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב אונז דארפן זיין נערוועז, דארפן די מוסולמענער צו זיין טויט דערשראקן, אוי די קארטונס...
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 8:03 pm
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעקב מענטש האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:אונז קענען גארנישט טוהן אוועקצונעמען אנטיסעמיטיזם.
חוץ, פארען וואוינען אין אייגענע ײדישע מדינה.
ועוד עי' ערך מדינת ישראל וואס האט אנגעמאכט מער אנטיסעמיטיזם
וועם גייט אן אז ס'דא אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע ווען אונז וואוינען זיך אין אונזער אייגענע מדינה און פייפן אויף די גאנצע וועלט?
אפשר רעדט ער פון די מיליאנען אנטיסעמיטן וואס וואוינען אין ישראל.
און אפילו אויב מען וועט מאכן א מדינה ווי מאיר כהנא האט געוואלט , בלייבט מען נאך אלץ אין א כסדרדיגע קריגס צושטאנד מיט עטליכע מדינות ארום און ארום
Sent from my XT1526 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 8:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די כסדרדיגע קריג צושטאנד איז נאר א פראבלעם אויב פייפט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, עיין ערך צפון קאריא.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 6:38 am
דורך זאפטיג
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די כסדרדיגע קריג צושטאנד איז נאר א פראבלעם אויב פייפט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, עיין ערך צפון קאריא.
ועי' גם ערך פוטינ'ן וטראמפ'ן
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:45 pm
דורך מייןמהלך
רבותי, נאך אן אנטיסעמיטעשע אטאקע ליידער אין קראן הייטס היינט, אין בית אשר אין שם מת!
אזוי אויך האט a.d.l. היינט פארעפענטליך א שאקירענדער באריכט איבער אנטיסעמיטיזעם דא.
און צום לעצט, איך בעהט ברחמים מאכטס נישט סתם חוזק, אדער דינגט זיך שכל'דיג (וואס קיינער האט נאכנישט געטהון!) אדער נעמט עס גאר ערענסט.
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2019 11:59 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די כסדרדיגע קריג צושטאנד איז נאר א פראבלעם אויב פייפט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, עיין ערך צפון קאריא.
צפון קאריע פייפט טאקע , אבער די בירגער האבן נישט וואס צו עסן און נישט די מינימאלע געברויכן וואס מ'דארף צום לעבן , מדינת ישראל מיט'ן נישט פייפן איז דא קעגן איר די bds
און ווען נישט אמעריקא וואס בחסדי השם שטייט צו איר זייט וואלט שוין געוועהן אסאך אנדערע פראבלעמען פון די un
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 1:10 am
דורך [NAMELESS]
מייןמהלך האט געשריבן:טייערע אידן, אויף וואס ווארט מען??? ווען וועט מען זיך אויפוועקן??? אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט ליידער אין אמעריקע!!! פעיס די פעקט!! ווען וועט מען שוין עפעס טהון דערוועגן??....
אבער דער עיקר איז, לא עת לחשות מען מוז זיך אראפזעצן און טרעפן א לעזונג!
טאקע שרעקעדיג!
לאמיר זיך שוין אראפזעצן טרעפן א לעזונג.
ביטע לאזט מיר וויסן וויפל די אזייגער די מיטינג גייט פארקומען, איך רוף גלייך א טעקסי
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 1:17 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אונז דארפן זיין נערוועז, דארפן די מוסולמענער צו זיין טויט דערשראקן, אוי די קארטונס...
רביה"ק זי"ע. ניין. די מוסולמענער דארפן נישט צו זיין באזארגט. ווייל א שוועדישע צייטונג האט געמאכט א קארטון ווי דער טורבאן אויפ'ן קאפ פון זייער נביא שקר מוהאממאד שיסט ארויס מיסילס און ס'גייט א רויעך. האבן זיי אויף דעם חשבון געהרג'עט עטליכע מענטשן אין פאריז...!
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2019 8:00 am
דורך זאפטיג
קומזיץ האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די כסדרדיגע קריג צושטאנד איז נאר א פראבלעם אויב פייפט מען נישט אויף די גאנצע וועלט, עיין ערך צפון קאריא.
צפון קאריע פייפט טאקע , אבער די בירגער האבן נישט וואס צו עסן און נישט די מינימאלע געברויכן וואס מ'דארף צום לעבן , מדינת ישראל מיט'ן נישט פייפן איז דא קעגן איר די bds
און ווען נישט אמעריקא וואס בחסדי השם שטייט צו איר זייט וואלט שוין געוועהן אסאך אנדערע פראבלעמען פון די un
פוטין פייפט ואין פוצה פה ומצפצף. קיין וואדקע פעלט דארט נישט
אינזער בנימינ'ן איז אויך גאנץ א גיטע פייפער עכ''פ בעסער ווי די ארבעה מצורעים אשר ישבו בשער
צי דיר [tag]מייןמהלך[/tag] אפשר זאגסטו מיר פאר א גיט יאר וואס די טיסט עקספעקטן פון מיר צו טוהן אויסער דאווענען???? די זאגסט מען האט דיר נישט גענטפערט צי דער זאך. וואס זאל מען דיך זאגן??? יא אמת נישט אמת יא באזארגט נישט באזארגט ??? וואט דא יא וואנט פאר העבנס סעיק??
איין זאך איז זייער קלאר אין היסטוריה.. אלע צרות האט זיך אנגעהויבן ווען אידן זענען געווען על הגובה געהאט קאנעקשענס געווען רייך.. די נישט אידן האבן דאס קיינמאל נישט געקענט עסן אז אידן געוועלטיגן איז אדער האבן זיי געשאלטן און גערצח'ט אדער האבן זיי געמאכט א מסחרישע חשבון אז עס בעסער צי זיין גיט מיט זיי. דעטס אל! הערטס אויף מיט די ארומגעפראכץ
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:12 pm
דורך קאצקע ציקער
כאפט א מיסן פחד . ס'איז דא א טעלגעראם טשענעל מיט 18 k מענטשן דערויף וואס גיסן פעך און שוועבל אויף א נאצישע אויפן אויף יודן . יודן וועקטס ענק אויף די שנאת ישראל וואקסט אין גרויסן אין אמעריקא , לכאורה דאנאלד טראמפ איז שילדיג דערויף , ער איז צו גיט פאר ישראל און לעקט זיך צו ביבי מער ווי אנדערע פרעזידענטען. לכאורה וועט די זיכערסטע פלאץ פאר יודן זיין טאקע אין ישראל פאקטס פעק ווי לאנג ס'איז נישט שפעט יודן!
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2019 9:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די אורזאך פאר די לעצטיגע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם,
דברים נוקבים.
#למהתתראו
#זייקלוגאוןנישטגערעכט
Re: רבותי וועקטס ענק אויף!! אנטיסעמיטיזם בוזשעוועט!
נשלח: פרייטאג מאי 03, 2019 10:30 am
דורך מי אני