בלאט 2 פון 2

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 10:26 pm
דורך כרם זית
און אפשר אויב דער רבי וואלט נישט געווען קינדערלאז, וואלט ער נישט געהאט אזעלכע עמביציעס?

נשלח: מאנטאג מאי 10, 2021 11:52 am
דורך מי אני
740D84AE-E015-4DE9-90A5-33521BFC4E78.jpeg
ווי דר. אלפרעד עברי לערענט אפ דער רמב״ם.

נשלח: דינסטאג יוני 15, 2021 7:26 pm
דורך מי אני
261FA2C8-5A04-4AD7-A3A9-6595BC32E8A7.jpeg
מענין לענין באותו ענין האבן מוּאַמאַר אבּן-אַבּאַד אַל-דזשוּבּאַי און אחמד אבּן-חאַיאַט פון די מדברים/מעתזילה געהאלטן אז עס איז מוכרח מחמת מציאותו אז די וועלט זאל אנגיין בב״ת לאחר הבריאה און אנדערש איז נמנע אף ממנו ית׳. און ענליך צו דעם איז דר. סימאָר פעלדמאן מסביר דעם מלחמות ה׳ (מאמר ו ח״א פט״ז).

נשלח: זונטאג אקטאבער 03, 2021 4:37 pm
דורך מי אני
ומענין לענין באותו ענין שרייבט דער רמב"ם אין מו"נ ח"ב פ"כ אז לפי דעת אריסטו:
כי הקבוץ בין המציאות על צד החיוב [מצד סיבותיהן כדעת אריסטו] ובין החידוש ע״צ הכוונה והרצון, עד שיהיו שני הענינים אחד קרוב אצלי לקבוץ בין שני ההפכים.

Re: העפי ענעווערסערי, רבי!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 6:25 pm
דורך יהודי פשוט
ונבנתה העיר האט געשריבן:היינט, י"ד כסלו, איז דעם ליובאוויטשער רבי ז"ל חתונה יאר-טאג.

לחיים, רבי! העפי ענעווערסערי! מעי יו ליוו העפעלי עווער עפטער.

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 3:32 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:ומענין לענין באותו ענין שרייבט דער רמב"ם אין מו"נ ח"ב פ"כ אז לפי דעת אריסטו:
כי הקבוץ בין המציאות על צד החיוב [מצד סיבותיהן כדעת אריסטו] ובין החידוש ע״צ הכוונה והרצון, עד שיהיו שני הענינים אחד קרוב אצלי לקבוץ בין שני ההפכים.

וז״ל הרמב״ם להלן שם בפכ״א:
אבל נרצה בזה שהוא, רצוני לומר העולם, אינו מחויב מאתו ית' חיוב העלול לעילתו אשר אי אפשר הפרדו ממנה ולא השתנותו אלא אם תשתנה עילתו או ישתנה ענין מעניניה. וכשתבין הענין כן יודע כי מן השקר המאמר בהיות העולם מחויב ממציאות האלוה התחיבות העלול לעילתו ושהוא מפועל האלוה או ביחודו.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2022 7:33 am
דורך מי אני
ולגבי דעם אז הקב״ה איז ״מקומו של עולם״ שרייבט הרב יעקב רייפמאן אין זיין פשר דבר:
F887FAC6-703A-4D0C-BE0B-EFCA7D3D83C1.jpeg

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 10:07 am
דורך מי אני
פילון האלכסנדרוני האט געשריבן:
[left]For God never ceases to create, but as it is the property of fire to burn and snow to chill, so it is the property of God to make. Indeed, this property belongs to him more than it does to others, in as much as he is the source of action of all other beings[/left]

נשלח: מאנטאג אפריל 11, 2022 4:16 pm
דורך מי אני
און דאס איז ווי אזוי אברהם קראכמאל, אין זיין דעת אלקים בארץ, איז מסביר שיטת פילון/ידידיה בזה:
Philo.jpg

נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 11:08 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן: א מציאות מוז 'פראדזשעקטען', אז נישט איז ער א טויטער. ער מוז האבן פנים ואחור; דעם אחור באהאלט ער אינעם עבר, ער מאכט אן אשר יצר, דעקט עס איבער מיט א רעקל, און שטעלט א פנים פאר'ן עתיד כאילו ס'איז גארנישט געשען.

גאט האט באשאפען דעם זכר. נו, ער האט זיך באנארישט, ס'מאכט זיך. א ברירה האט ער דען געהאט? טבע הטוב להטיב, ער מוז זיך פארשפרייטען, אלס דער אלטימעט מציאות 'מוז' ער פראדזשקעטן ווייטער.


און אז ער מוז זיין, מוז ער זיך מתפשט זיין.

אבער דאס איז טאקע די נקודה: 'ער' מוז זיך מתפשט זיין. מיר זענען 'אים', זיין התפשטות, און צום אייגענעם מציאות קען מען נישט זאגן מוחל טובות.
דאס רירט אביסל אן אין די מחלוקת צווישן אל-גאזאלי און אבן סינה [אביסעננא]. דהיינו, אבן סינה האט געהאלטן אז דאס ווי אזוי די וועלט איז האט ״געמוזט״ זיין און פאסירן מכח דאס עמענעישן פון ג-ט. משא״כ אל-גאזאלי האט זיך געקריגט דערויף און געזאגט אז לגבי ג-ט כביכול אליין איז יא דא א בחינה פון בחירה וממילא האט עס נישט ״געמוזט״ זיין אזוי ווי ס׳איז.

דאס גייט צוזאמען מיט דעם וואס זיי האבן ביידע געהאלטן אז לגבי מענטשן איז טאקע נישט דא קיין בחירה חופשית; טאקע מכח די ידיעה פון ג-ט און זיין היותו סיבה ראשונה וואס דעטערמינט דאס.
דער אפודי במו"נ ריש ח"ב על הקדמה יט:
4.jpg
וע"ש בשם טוב ובקרשקש, דאבן סינא סובר שכל דבר מחוייב המציאות מצד סיבתו מחוצה לו, ויצדק עליו שם ה"אפשר" רק מצד עצמו.