בלאט 2 פון 5

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:38 am
דורך שבת אחים
וואס???? פארוואס איז אבאמא געוועהן שולדיג? ער האט אויפגערייצט די מאסן קעגן פאליציאנטן אזוי ווי טראמפ טוט רייצן די סטופיד רעדנעקס ביי זיינע קינדערישע ראליס???

וואס האט ער געטוהן? פארוואס איז ער שולדיג אין די שיסערייען, ער שטיצט געוואלדטאטן? ער שטיצט געוועהר???

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:40 am
דורך קל וחומר
יעפ, ער האט אלעמאל פארטיידיגט די שווארצע אפילו ווען ס'איז געווען קלאר אז זיי זענען שולדיג. די זעלבע האט ער געטוהן מיט די פאלעסטינער און מיט די איראנער טעראריסטן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:44 am
דורך איסר האטלקי
פערצופאל איז דער שיסער געווען א שונא פאר טראמפ און האט גע'רצח'ט אידן פארדעם וואס טראמפ העלפט צופיל די אידן.

כ'טראכט אפשר איז שבת גערעכט אז מ'דארף צוליב דעם א פרעזידענט א שווארצער דעמאקראטישער בלוטיגער שונא ישראל ווי איידער א אידן פריינט ווי טראמפ, פון וועמען די אידן האבן יעצט געליטן פון זיינע דעמאקראטישע שונאים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:45 am
דורך שבת אחים
קל וחומר האט געשריבן:יעפ, ער האט אלעמאל פארטיידיגט די שווארצע אפילו ווען ס'איז געווען קלאר אז זיי זענען שולדיג. די זעלבע האט ער געטוהן מיט די פאלעסטינער און מיט די איראנער טעראריסטן.


ממש אזוי??? ער האט פארטיידיגט שווארצע וואס האבן געשאסן אויף די פאליציי??? ווען האט ער פארטיידיגט איראנער טעראריסטן???

נישט וואס איך האב אמאל געהערט. אפשר דארף איך וואטשען ״פאקס ניוז״ צוהערן אזעלכע שטותים...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:52 am
דורך שבת אחים
איסר האטלקי האט געשריבן:פערצופאל איז דער שיסער געווען א שונא פאר טראמפ און האט גע'רצח'ט אידן פארדעם וואס טראמפ העלפט צופיל די אידן.

כ'טראכט אפשר איז שבת גערעכט אז מ'דארף צוליב דעם א פרעזידענט א שווארצער דעמאקראטישער בלוטיגער שונא ישראל ווי איידער א אידן פריינט ווי טראמפ, פון וועמען די אידן האבן יעצט געליטן פון זיינע דעמאקראטישע שונאים.


אידן ליידן פון דעמאקראטישע שונאים... :?

דער שיסער איז טאקע נישט געוועהן "אינגאנצן" קיין טראמפ שטיצער, אבער נאכאלץ א רעכטער. ער האט געשטיצט די רשעות וואס טראמפ טוט מיט די מינאריטיס. און באשולדיגט די אידן פארן העלפן ספאנישע אימיגראנטן...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:59 am
דורך איסר האטלקי
ער איז גראדע גערעכט מיט דעם, ווייל א איד שטייט ליידער דערינטער. דער לינקער אידישער נדיב רייצט אויף די רוצחים און אדאנק דעם ווערן ליידער אידן גע'הרג'ט.

שבת, ווען דו האסט ווען אזויפיל געלט וואלסטו מסתמא געטון די זעלבע.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 11:30 am
דורך שבת אחים
Those killed were Daniel Stein, 71, Joyce Fienberg, 75, Richard Gottfried, 65, Rose Mallinger, 97, Jerry Rabinowitz, 66, brothers Cecil Rosenthal, 59 and David Rosenthal, 54, husband and wife Bernice Simon, 84 and Sylvan Simon, 86, Melvin Wax, 88 and Irving Younger, 69.

השם ינקם את דמם ואת דם כל אחינו הנרצחים ע״י אויביו הרעדנעקס ימש״ו...

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 12:01 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: און וואס איז מיט די אידן וועלכע ווערן געהרג'עט, פארווואונדעט און צושלאגן טעגליך אין פראנקרייך, אין דייטשלאנד און אין שוועדן דורך די לינקע פאלעסטינער סימפאטיקער...?! אויף זיי ביסטו נישט מתפלל אז דער אייבישטער זאלל זיך נוקם זיין פאר זייער אומשולדיג פארגאסן בלוט....?! יא. פארגעסן...בעלגיע אויך...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:34 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די סארט רייד. פארוואס זאל דער נידריגע שיכור מחליט זיין וויאזוי איך זאל פילן? פארוואס בין איך מער א חבר מיט דער רעפארמער ווייל ער וויל אונז ביידע שיסן? די אונטערשיידן צווישן אונז זענען פלוצלונג פארשוואונדען געווארן? פארוואס? וויאזוי?


דער רוצח איז נישט מחליט ווער דיין שונא איז, ער דערמאנט דיר ווער דיין שונא איז.

בנוגע דער טראמפ/אבאמא שמועס, מען האט גע'הרג'ט אכט אידן און דריי פאליציי, און א נארק ל"ע זעהט גארנישט נאר זיינע פוסטע אגענדעס. שעם דיר.

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 1:37 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
@שבת אחים; איינע פון דיינע געווענליכע טענות וואס דו ניצט קעגן די וואס טענה'נן מיט דיר דא אין שטיבל, צו לגבי פרעזידענט טראמפ צו לגבי די רעדנעקס, אזוי ווי דו האסט געטענה'ט פאר קורקלענד,
"גיי ארויס פון דיין לאך און פאהר ארום אין גאנץ אמעריקע וועסטו זיך אליינס איבערצייגן"
כ'האב פאר דיר נייעס אז כ'בין שוין אסאך ארום געפארן אין די צפון שטעיט אין אמעריקע און כ'האב מיך נאך דערווייל נישט אנגעטראפן מיט אנטיסעמיטיזם. און אויך האב איך שוין פארברענגט מיט רעדנעקס, און נישט פאר ביזנעס נאר סתם צו פארברענגן, און כ'האב נישט קיין אהנונג וואס דו רעדסט, לויט ווי ס'קוקט אויס ביזטו נאכנישט געווען אין די דרום שטאטן און זיכער נישט פארברענגט מיט די רעדנעקס, נאר אויסגעהערט NPR

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 2:05 pm
דורך קורקלענד
איך בין אויך שוין פלענטי ארום געפארן אונזער לאנד אין די לענג און אין די ברייט, און כסדר געכאפט שמועסן מיט אלע סארטן מענטשן. און קיינמאל זיך נישט באגעגנט מיט שבת'ס עקספיריענס. אין ביזנעס קומט מיר אויס אסאך צו האנדלען מיט די רעדנעקס, אסאך פון זיי זענען עקלהאפטיג אבער זיי האבן גארנישט קעגן אידן, זיי דיסקרימינירן יעדן אייניג. איך האב זיך אבער נישט ליעב צו דינגען אויף אזעלכע פאקטן, ווייל די גאנצע ויכוח ווערט א געשריי פון 'הי סעד שי סעד' און ווער ס'שרייט העכער זעהט אויס ווי די געווינער. דעריבער ווען ער קומט מיט 'זיינע' פאקטן איגנאריר איך עס און א גוטן טאג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 2:16 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שבת אחים,
דו שרייבסט:
יעדער ווייסט אז אידן וואוינען 99 פראצענט נאר אין ליבעראלע דעמקאראטישע שטעט, און ס'איז נישטא קיין איין אידישע ישוב אין רויטע אמעריקע!

שקר! די רויטע שטעט זענען פול מיט אידישע ישובים.
טעקסעס, אריזאנא, אלאבאמא, דזארדזשיע, טענעסי, און נאך, זענען דא פול מיט אידישע קהילות אויסגעשפרייט אין מערערע שטעטלעך.


שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט אז ביז פופציג יאהר צוריק האבן די רעדנעקס ניטאמאל אריינגעלאזט א איד!

שקר! אדרבה גיי זוך נאך וועסטו זעהן אז די אלע ישובים אין די רעד סטעיטס וואוינען שוין אידן אסאך מער ווי פופציג יאר. און נאך מער פון דעם, גיי ארום און קוק נאך אלטע רעקארדס און דידס פון אונזערע פיינע דעמאקראטישע ניו יארקע הייזער אין אפסטעיט וועסטו זעהן דארט נישט מער און נישט ווייניגער ווי "נא ניגראוס ענד נא היבס.


שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט אז קוקרלענד און די אידן וואלטן ניטאמאל געקענט ווערן אמעריקאנער ווען נישט די דעמאקראטן....

שקר! וועלעכע פארטיי האט נישט אריינגעלאזט די אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה?? און אויך נאכדעם, און צוריק געשיקט די סעינט לואיס שיף צו א זיכערע טויט???


שבת שרייבט ווייטער:
יעדער ווייסט ווער די רוצחים מיט די הונדערט רעוואלווערס זענען!!!

וואס האט רעוואלווערס מיט רוצחים, אראבישע מוסעלמענער זענען נישט קיין רוצחים לויט דיר ווייל זיי פארמאגן נאר מעסערס?? יא, געווענליכע רוצחים היינטצוטאגס פארמאגן כלי משחית, אבער אויב איך פארמאג א רעוואלווער הייס איך א רוצח וועגן דעם?? אדרבה זאל יעדע רעכטדענקיגע מענטש אידן און גוים צוגלייך האבן גאנס אין זייער באזיס, אריינגערעכנט @שבת אחים, דאן וועלן זיין ווייניגער מענטשן פארלוסט.


שבת אחים זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דיינע פאקטן זענען פאנטאזיעס צום בעסטן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 5:08 pm
דורך דאכצעכמער
דאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:41 pm
דורך אישתישבי
איז צוריק צום ענין, עס זעהט אויס פין די נייעס אז די בנין האט געהאט א קהילה מיט דער נאמען אור חדש, זעהט אויס זיי זענען די פרומע. עס שטייט אויך וועגן א מנין דור חדש, זעהט רוב פאר קינדער אדער יונגע.

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:42 pm
דורך קל וחומר

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 8:55 pm
דורך איסר האטלקי
אישתישבי האט געשריבן:איז צוריק צום ענין, עס זעהט אויס פין די נייעס אז די בנין האט געהאט א קהילה מיט דער נאמען אור חדש, זעהט אויס זיי זענען די פרומע. עס שטייט אויך וועגן א מנין דור חדש, זעהט רוב פאר קינדער אדער יונגע.

אין דעם בנין זענען געווען 3 קאנסערוואטיווע מנינים און איין רעפארמער מנין.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 9:03 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר:אינמיטן דעם צער און טרויער איבער די שרעקליכע טראגעדיע, האביך מיך שטארק צושמייכלט. ווען כ'האב מיך דערמאנט אז אין יארע 2018 דארף מען צו לייגן נאך א ברכה ביי די ברכות השחר. שלא עשני געי קאפל. ווייל אויב איך וואלט (ח"ו) געווען אין א געי מערידזש, וואלט איך מיר בשום אין אופן נישט געקענט אן עצה געבן מיט טשענדזשן די פעמפערס פאר די בעיביס. ווייל איך דערמאן מיך צוריק ווען מיינע אייגענע קינדער זענען געווען קליין. און מיין ווייב איז געגאנגען, אום שב"ק נאכמיטאג באזוכן איהרע עלטערן. (ס'איז נאך דאמאלס נישט געווען קיין חלום פון אן עירוב אין בארא פארק). און איך האב געדארפט טוישן די פעמפערס פאר א בעיבי, איז עס ביי מיר געווען אזוי ווי ביי א גרויסן דאקטאר אן ערנסטע הארץ אפעראציע. מיט אלע הכנות און צוגרייטונגען. און ס'האט אויך גענומען בערך א 15 מינוט...! און ס'איז געווען א גרויס אפקומעניש...! נאך א מזל אז מיין ווייב האט עס געטון נאטירליך די גאנצע צייט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 10:03 pm
דורך יתרו
דאכצעכמער האט געשריבן:דאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך

און דאס איז איינע פון דיין לעצטיגע אנדערע פערדישע תגובות. קאווע שטיבל איז נישט קיין נייעס סייט, און נישט קיין לדעת סייט, עס איז א דיסקוסיע סייט. אז די ווילסט דעטאלען פונעם הורג, און די יחוס פון די הרוגים, גיי קיין אייוועלט אדער קיין לדעת מיט שש. דא וועט יעדע זאך פארוואנדעלט ווערן און א טענה'ריי און א דין ודברים, נישט פון די פרטים נאר פון די געדאנק אונטער דעם, אמאל מער צו די זאך אמאל ווייניגער.
אז עס געפעלט דיר נישט הולך פון דאנעט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 28, 2018 11:06 pm
דורך קורקלענד
יתרו האט געשריבן:
דאכצעכמער האט געשריבן:דאס איז איינע פון די פערדישע סיבות פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגן גאגא
מען עפענט א אשכול וועגען א שוידערליכע נייעס איז אנשטאט צו דיסקאסירן די נייעס (לכל הפחות קודם ברענגן די נייעס און דערנאך אריינגיין אין דעטאלן) ווערט דער אשכול פארפירט דורך די זעלבע 2 טעמע'ס טראמפ אהרן אין זלמן, גארנישט מער, און מען טענה'ט זיך ווי קינדערלך

און דאס איז איינע פון דיין לעצטיגע אנדערע פערדישע תגובות. קאווע שטיבל איז נישט קיין נייעס סייט, און נישט קיין לדעת סייט, עס איז א דיסקוסיע סייט. אז די ווילסט דעטאלען פונעם הורג, און די יחוס פון די הרוגים, גיי קיין אייוועלט אדער קיין לדעת מיט שש. דא וועט יעדע זאך פארוואנדעלט ווערן און א טענה'ריי און א דין ודברים, נישט פון די פרטים נאר פון די געדאנק אונטער דעם, אמאל מער צו די זאך אמאל ווייניגער.
אז עס געפעלט דיר נישט הולך פון דאנעט.

און אמאל קען מען דיסקאסירן פארוואס קאווע שטיבל איז געגאנגען גאגא, און וואס ליגט דערורנטער, אמאל קומט עס יא אריין און אמאל נישט. יעדע אשכול וואס מען עפענט אויפן דריטע בלעטל איז אייביג אראפ פון די רעלסן, ממש אזוי ווי 'בראוקן טעלעפאן'. אטאקירן פערזענליך און דערנידערן יענעם איז כמעט קיינמאל נישט ריכטיג.

Re: שרעקליכע שיסעריי אטאקע ביהמ"ד עץ חיים פיטסבורג

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 12:07 am
דורך החוקר
קורקלענד האט געשריבן:יעדע אשכול וואס מען עפענט אויפן דריטע בלעטל איז אייביג אראפ פון די רעלסן,

דאס האט גראדע זייער א פשוטע סיבה. די נאטור פונעם מענטש איז צו פארן מענין לענין באותו ענין. אז עס איז דא א צענזור, מעקן זיי צו מאכן זיכער אז מען בלייבט 'אן טאפיק'. אבער אז מען וואוינט אויף א פריי פלאץ, דארף מען זיך אליין האלט אין די ראמען (לדוגמא, אפילו איך און דו מיינען ביידע גוט, איז די אשכול געפארן פון די שיסעריי צו צענזור).

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 1:14 am
דורך לבי ובשרי
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:דאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.

א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין,.

וואס ליגט דארט אין די רעכטע הויזן קעשענע?... בערזל, פישקע ציגארן, סעלפאון אדער אויסגעבלאזענע טישו פאפיר?...
זינגטס אלע: לכבוד שבת קודש...

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 3:49 am
דורך וואלווי
לבי ובשרי האט געשריבן:
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:דאס בילד רעדט טויזענט ווערטער.

א איד האלט נאכן זעהן זיין נאנטע חבירים טויט צובליטיגט, קוילן פליען העכער די קעפ, באוואפענטע פאלציי שטורעמען אריין,.

וואס ליגט דארט אין די רעכטע הויזן קעשענע?... בערזל, פישקע ציגארן, סעלפאון אדער אויסגעבלאזענע טישו פאפיר?...
זינגטס אלע: לכבוד שבת קודש...


זאג, דו ביסט גאט ב"ה אליינס?!

ווען די וואלסט געלעבט אין פולין תש"ג וואלסטו אריין געקראכען אין די קרעמיטאריום בודק צו זיין די ציצית?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2018 4:37 am
דורך berlbalaguleh
כ'וואלווי ועוד: אדרעסירט צו דעם גרויסן צדיק און ריינע נשמה לבי ובשרי: א יעדער איד וואס ווערט געהרג'עט ווייל ער איז א איד, הייסט א קדוש.ס'ווערט גערעכנט אז ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם. און ער/זי גייט גלייך אויפ'ן העכסטן ארט אין גן עדן...!