בלאט 2 פון 3
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 1:19 pm
דורך צפור בודד
ווי א דריי פערטעלדיגער געוועזענער בעלזער ווייס איך וויאזוי בעלזער וועלן עס לייענען. אז דער רב איז מלך ישראל, אז יעדער אנערקענט עס היינט און יעדער קומט אים מפייס זיין. זיי וועלן זיך מתעלם זיין פון דעם רב'ס בקשת מחילה דורך צען דיינים נישט נאר פון דעם ויואל משה נאר אפילו פון דעם ברך משה. איז אויב דער ב"מ איז דערפון געווארן א רשכבה"ג איז ווערט דער רב אויך פון דער בריוו ומכלל הן אתה שומע לאו.
פון דער אנדערע זייט קומט רב מאשקאוויץ אויך נישט ארויס דערפון מיט גרויס כבוד. ווען ער זאל זאגן איך בין געווען יינגער, די צייטן זענען געוווען אנדערש און איך האב געמאכט א טעות ממילא. נאר זיין תירוץ אז ער האט עס נישט אונטערגעשריבן איז בערך ווי ביל קלינטאנ'ס תירוץ אז ער האט נישט אריינגעצויגן. און זיין מסירת מודעה מיט א ראיה פון דער רב ז"ל מביא לידי גיחוך.
א פערטל בעלזער בין איך נאך געבליבן און אזא פנים האבן אלע חתימות. קנאפע חכמים און סתם פיצעלעך רבי'לעך וואס מאכן א רושם ווייל זיי קענען מוסיף זיין צו זייער נאמען עפעס א חזיר שטעטל וואו דער האן האט געגרוסט גוט מארגן. און ווי רב [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] האט מבאר געווען בטו"ט דורך א משל אז פון אן ארעמע בונדל קען מען מאכן א טשולנט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 2:49 pm
דורך סמבטיון
יישר כח ליטוואק פארן מיר מסביר זיין מיין פערזענליכן קשר צווישן מיר און מיין רבין, סיריעסלי, איך ווינדער מיך צו דו אליינס פארשטייסט וואס דו שרייבסט.
בנוגע די איבערבעטונג בריוון, סע דא אסאך מער ווי עטס מיינטס, ועוד חזון למועד, גראדע האט דער קארלסבורגער איבערגעבטן דעם רב בפניו ווען ער איז געווען ביי אים אפאר יאהר צורק.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 3:24 pm
דורך כלבאשבוע
כאבטולמוס ועוד
כבודו פונעם נפטר במקומו מונח אבער די בריוו ווייזט נישט אויף קוראזש נאר פארקערט, פחדנות ביים ערשטן בריוו און פחדנות ביים צווייטן
אגב, האט ער שטארק געהאסט דעם ב״מ און די גאנצע סאטמערע קאמפעני, ער פלעגט פון פענסטער אביסל צוזען דעם הלוך ילך דארט און שימפן צו זיינע נאנטע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 4:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סמבטיון ביסט גערעכט. דער בעלזער קען דאך ליינען מחשבות. אלזא, האט עס זיכער אים נישט פארדראסען די אלע חתימות ווייל ער האט פונקט געוואוסט וואס ליגט אונטער דעם.
#שוואנצאנות
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 4:41 pm
דורך גדליה
קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:10 pm
דורך שלום על ישראל
גדליה האט געשריבן:קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.
מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.
איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארטפאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע, און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האסטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נארישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.
איך בין מעיד אויף יעדע איינציגסטע פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.
אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:16 pm
דורך גדליה
שלום על ישראל האט געשריבן:מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.
איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארטפאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע, און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האסטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נארישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.
איך בין מעיד אויף יעדע איינציגסטע פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.
אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!
זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גדליה האט געשריבן:זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש
וואס פרובירט נישט קיינם אייצורעדן אז זיין דעת בעה"ב איז 'דעת תורא'.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:19 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'מעג מורא האבן. די שאלה איז וואס מ'טוט ווען אנדערע ווירדען קומען אן.
ועוד, ווי קען ער זיך פארטיידיגען מיט'ן אויסרייד אז מיר פשוט'ע פלעבען קענען נישט פארשטייען זיינע נסיונות, ווען ער קען זאגן די זעלבע צו זיך זעלבסט ווען ער איז דן יענעמ'ס נסיונות?
ביזדערווייל אבער האבן קיינער פון די עכטע קנאים קעגען סמארטפאונס זיך נישט פארטיידיגט מיט די סארט אויסרייד. עס איז אלס 'אילו לא נאמר'.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:22 pm
דורך גדליה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש
וואס פרובירט נישט קיינם אייצורעדן אז זיין דעת בעה"ב איז 'דעת תורא'.
אויב איר זענט נאך סטאק אין א וועלט ווי דעת תורה דארף עפעס מיינען זענט איר טאקע גערעכט
די רעאליטעט איז אז יעדע מענטש דארף א זשאב, א דיין פינקט ווי א בעל הבית, אויב זאגט מען אפ א דיין פון זיין פאסטען קען ער נישט גיין אין בי ענד עיטש ארבעטען, ער וועט הונגערען, און צום הונדערטסטן מאל, שטיינער אין די פענסטער איז א סכנה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:28 pm
דורך אייז קריעם
גדליה האט געשריבן:קיינער קען נישט דן זיין יעצט וואס איז געשען פערציג יאר צוריק, אין קיינער קען נישט משיג זיין וואס דאס באדייט צו דארפן ציטערן ביינאכט אין בעט מיט פחד אויב א שטיינדל וועט אריינפליען פון פענסטער און שעדיגן דאס פיצעלס, ס'איז נאריש און אומריכטיג צו פארמשפטן א מענטש דערפאר.
ווען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:37 pm
דורך שלום על ישראל
גדליה האט געשריבן:שלום על ישראל האט געשריבן:מיר איז געפערליך צו הערן אזא פארטיידיגונג. ענליך האב איך געהערט איבער מערסטענס דיינים פון די סאטמארע אייגענע קעמפ, אז זיי זענען געווען קעגן געוויסע מערכות, אבער האבן נישט געקענט ארויסזאגן זייער מיינונג צוליב די געפערליכע דרוק, וואס מיר - פשוט'ע מענטשן - קענען נישט פארשטיין.
איז הער אויס מר. דיין, וואס האט נישט די מינדעסטע יראת שמים פון א טיפישע סמארט פאון אייגענטומער! האסט געהאט דרוק?! וואספארא דרוק האסטו געהאט? האסט בסך הכל מורא געהאט צו פארלירן דיין פאזיציע. מיין קאלקולעטאר זאגט, אז דאס איז געלד און כבוד. האסט געהאט די ברירה זיך אויפצוהייבן און איבערלאזן דיין פאזיציע און דו מיט דיין פאמיליע וואלטן געווען זיכער פון די "שטיינער". האבטו געוואלט האבן די דעת תורה פאזיציע, אבער - אין די זעלבע צייט - האסטו געוואלט פארקויפן די תורה און אירע מצוות פאר די נער'ישע 70-90 טויזענט דאלער א יאהר. די קאָנסעקווענצן פון דיינע פאלשטע פסקים זענען חילול השם (יעדע טריט), מאכלות טריפות (קאטשקע), ברכות לבטלה דורך הונדערטער (עירוב), עבודה זרה (פובליק סקול), בזיון התורה (ווער לייענט נאך היינט א קול קורא?) א.א.וו.
איך בין מעייד אויף יעדע איינציגסטער פשוט'ער איד וואס דאווענט אין מיין שוהל, אז זיי וואלטן קיינמאל נישט מכשיל געווען אזויפיהל אידן ווי די שיעפע טאשן, אפילו פאר אסאך מער געלד און דרוק. מיר אלע האבן נסיונות.
אז דו ווילסט זיין א דעת תורה, מוזטו ערשט פאלגן די תורה! א באנדע קארופטירטע שקצים! פה!
זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש
צו א צווייטן וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש...
למען האמת, ווי קום איך דא אריין? האב איך דען פארגליכן דעם דיין צו מיר? איך זאג אז אידן מתפללי בית מדרשי וואלטן נישט אזוי אדורכגעפאלן, מסתמא קענסטו אויך מערסטנס אזעלכע אידן. און וואס איז אויב איך קום היינט אריבער צו דיר מיט מיין נאמען, פנים, און בלוט טיפ? וועסטו מיך יא אננעמען? קבל האמת ממי שאמרה.
סיי וויאזוי, זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט געבן פאר א רב אומו"ץ די זעלבע בענעפיט און פארשטענדעניש ווי א פשוט'ע איד, אבער ליידער זעה מיר זיך אין א עולם הפוך.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:38 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אייז קריעם האט געשריבן:ווען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?
בקום ועשה, נישט בשב ואל תעשה, עפ"י המבואר בתוס'.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אייז קריעם האט געשריבן:וען איז געזאגט געווארן, מוטב שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו?
אין ישיבה איז געווען א גוי א דשעניטאר וואס פלעגט פארציילן אז ער פלעגט אמאל זיין א דשעניטאר נישט מער און נישט ווייניגער ווי אינעם וואטיקאן אליינס. איין טאג - פלעגט ער פארציילן - איז געווען א גרויסע הייליגע פאסט-טאג, אינמיטן וואשן די פלארס צו וואס הערט ער לעבעדיגע מוזיק. "ווער וואגט זיך צו הוליען אזוי אין אזא הייליגן טאג?" טראכט ער צו זיך מיט גרויס וואונדער, גייט ער נאך די קול פון די מוזיק ביז ער קומט אן צו א געוויסע צימער, ער גיבט אן עפן אויף דעם טיר, און וואס זעט ער דארט? די גרעסטע קארדינאלן האקן שטיקער און שיכורן ארום!!! "וואס גייט דא פאר?" רופט ער אויס מיט גרויס וואונדער, "איז דען נישט היינט די הייליגע פאסט-טאג?! ווי קענען ענק שיכורן אין אז הייליגן טאג?!". "נע, דו פארשטייסט נישט" זאגן זיי איהם, "דאס איז אלץ געזאגט געווארן פאר זיי, ס'מיינט נישט אונז..." ודפח"ח.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 5:53 pm
דורך גדליה
שלום על ישראל האט געשריבן:צו א צווייטן וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש...
למען האמת, ווי קום איך דא אריין? האב איך דען פארגליכן דעם דיין צו מיר? איך זאג אז אידן מתפללי בית מדרשי וואלטן נישט אזוי אדורכגעפאלן, מסתמא קענסטו אויך מערסטנס אזעלכע אידן. און וואס איז אויב איך קום היינט אריבער צו דיר מיט מיין נאמען, פנים, און בלוט טיפ? וועסטו מיך יא אננעמען? קבל האמת ממי שאמרה.
סיי וויאזוי, זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט געבן פאר א רב אומו"ץ די זעלבע בענעפיט און פארשטענדעניש ווי א פשוט'ע איד, אבער ליידער זעה מיר זיך אין א עולם הפוך.
מיין נקודה איז אז פונקט ווי איר קענט נישט מוחה זיין אין פאבליק קעגן רב הערשקאוויטש ווייל ער קענט זיך נישט שלאגען מיט סאסייעטי אזוי אויך האט רב הערשקאוויטש נישט געקענט זיך שלאגען מיט סאסייעטי,
און יא, א רב איז פונקט ווי א אנדערע מענטש, דעת תורה עקזיסטירט נישט, און גרויסע רביים מיט ווייסע בערד און קאלערדיגע בעקיטשעס האבען אויך מורא פון חרמים. אויב דאס איז נייעס פאר אייך, זאלט איר כאטשיג וויסן פון היינט ווייטער.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:01 pm
דורך שלום על ישראל
גדליה האט געשריבן:מיין נקודה איז אז פונקט ווי איר קענט נישט מוחה זיין אין פאבליק קעגען רב הערשקאוויטש ווייל ער קענט זיך נישט שלאגען מיט סאסייעטי אזוי אויך האט רב הערשקאוויטש נישט געקענט זיך שלאגען מיט סאסייעטי
און יא, א רב איז פונקט ווי א אנדערע מענטש, דעת תורה עקזיסטירט נישט, און גרויסע רביים מיט ווייסע בערד און קאלארדיגע בעקיטשעס האבען אויך מורא פון חרמים. אויב דאס איז נייעס פאר אייך, זאלט איר כאטשיג וויסען פון היינט ווייטער.
עפעס איז דא פארדרייט געווארן מיט די ציטיראציעס, כאילו דברך כדברי ודברי כברך, אדער ווי דו ענטפערס זיך אליינס... יעדענפאלס, ווילסט ביטע איבערזאגן דיין נקודה איבער הערשקאוויטש?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:07 pm
דורך גדליה
שלום על ישראל האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:מיין נקודה איז אז פונקט ווי איר קענט נישט מוחה זיין אין פאבליק קעגען רב הערשקאוויטש ווייל ער קענט זיך נישט שלאגען מיט סאסייעטי אזוי אויך האט רב הערשקאוויטש נישט געקענט זיך שלאגען מיט סאסייעטי
און יא, א רב איז פונקט ווי א אנדערע מענטש, דעת תורה עקזיסטירט נישט, און גרויסע רביים מיט ווייסע בערד און קאלארדיגע בעקיטשעס האבען אויך מורא פון חרמים. אויב דאס איז נייעס פאר אייך, זאלט איר כאטשיג וויסען פון היינט ווייטער.
עפעס איז דא פארדרייט געווארן מיט די ציטיראציעס, כאילו דברך כדברי ודברי כברך, אדער ווי דו ענטפערס זיך אליינס... יעדענפאלס, ווילסט ביטע איבערזאגן דיין נקודה איבער הערשקאוויטש?
מיין נקודה איז אז מקען נישט דן זיין א מענטש וואס געט זיך אונטער פאר טעראר, ווייל די טבע איז אז מהאט מורא פון טעראר, פארדעם ארבעט עס דאך אזוי גוט.
אבטולמוס האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גדליה האט געשריבן:זאגט איינער וואס האט מורא צו שרייבן אונטער זיין אייגענע נאמען אויף ק"ש
וואס פרובירט נישט קיינם אייצורעדן אז זיין דעת בעה"ב איז 'דעת תורא'.
אויב איר זענט נאך סטאק אין א וועלט ווי דעת תורה דארף עפעס מיינען זענט איר טאקע גערעכט
די רעאליטעט איז אז יעדע מענטש דארף א זשאב, א דיין פינקט ווי א בעל הבית, אויב זאגט מען אפ א דיין פון זיין פאסטען קען ער נישט גיין אין בי ענד עיטש ארבעטען, ער וועט הונגערען, און צום הונדערטסטן מאל, שטיינער אין די פענסטער איז א סכנה.
הייסט עס פרויען מיט קינדער-געבענטשטע שטיבער וואס האבן געשפירט דערשטיקט שבת, און האבן געוואלט ארויסגיין מיט א קערידזש אין דער גאס מיט'ן עירוב צו קענען אביסל אטעמען, זענען געווען שיקסעס אדער אנדערע לשונות של גנאי וועמען מ'האט געדארפט רודפ'ן, אבער ווען עס איז געקומען צו זיין לעבן האט ער געמעגט פייניגן אומשולדיגע קרבנות כדי ער זאל נישט ווערן גע'רודפ'ט. סארי, דאס איז א חרפה.
מיט דעם חלק זענט איר הייליג גערעכט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:09 pm
דורך ימים ידברו
לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:14 pm
דורך יין שרף
דו האסט זיך שוין ג'פסל'ט מיט דיין פריעדיגן אשכול אריינצורעדן דא. האסט נישט קיין שום נאמנות צום נושא.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:30 pm
דורך דאכצעכמער
איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 6:32 pm
דורך גדליה
דאכצעכמער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?
סאיז בערך אזא יהרג ואל יעבור ווי די בחירות
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 7:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאכצעכמער האט געשריבן:איין זאך איז זיכער אז דער נייטרא רב האט נישט גע'חתמ'עט ער האט נאר נישט מוחה געווען אז מהאט געניצט זיין חתימה
איז דאס ביהרג ואל יעבור?
ווי איך האב געברענגט אויבן, עס איז א תוס' אין אנהייב פרק הבא על יבמתו להיתר.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 25, 2018 8:35 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
ימים ידברו האט געשריבן:לפי הבירור שבררתו אצל תלמידיו, ער האט געהאלטען אזוי ביז די לעצטע טאג פון זיין לעבען, אז בעלזא רב שליט"א איז געווען א מחוצף פאר רבינו יואל זי"ע, און ער איז נישט דער וואס דארף זיך מישען אינדעם, ער האט אויך געהאלטען מ'טאר נישט איבערטרייבען, און ארויסגעבען אזא צעטיל וואס איז נישט ארויסגעקומען די לעצטע הינדרעט יאר וממילא האט ער זיך צוגשטעלט מפני המציק אבער ער האט נישט געוואלט זאל בלייבען מיט דעם, אבער קלאר איז ער געווען א זעלטענע חסיד פון רבינו יואל און א קליינע חסיד פון מהרי"ד השני,
אבער צו חסידי בעלזא זאל נישט מיינען איין מיניט ער האט געהאלטען א סעקאנד אז מהרי"ד איז גערעכט עטוואס! ער האט נישט זיך געמישט און פאליטיק,
אבער לאמיר שוין זעהן די צעטיל פון מהרי"ד אדער א מנין ביי די ציונים פון הגאונים הקדושים מקאשוי מאנטיוודעאו ועוד עשרות וואס האבען זיכער נישט חרטה געהאט, און ער האט געזאגט מקען זיי פארקויפען מיט א פאר דאלער אפען מארק! ווער רבי הערשלע ספינקער? פאר וויפול געלט האט מען אים אינטערגעקויפט? דער מנחת יצחק מיט רמ"א פריינד האט מען ממש אינטערגעקויפט, אבער ער זאגט זיין דעת תורה בחינם אין כסף? הא הא איר געדענקט נאך ווען ער האט מיט זיינע שוואכע כוחות געשריגען אויף לפיד ביי די שטייענדיגע תורה הינט! נישט וועגען געלט א וודאי וועגען גיוס! הא הא הא
איך ווייס נישט וואס איהר רעדט..
ווייל פונקט היינט בין איך געוועהן ביי די ניחום אבלים אין נייטרא וויליאמסבורג, האב איך גערעדט מיט איינער פין די נאנטע מענטשן.
האט ער מיר קלאר געזאגט אז דער נייטרא רב הרב מאשקאוויטש האט יא גאר שטארק מעריך געוועזן די בעלזער רבי, אין עס האט איהם דאר שטארק באנג געטוהן פין די ערשטע מינוט, אין ער האט די מסירת מודעה געטוהן טאקע בשעתו אין די בצוק העיתים, אין ער פלעגט אלס זאגן אז ער ווייסט נישט וואס איז געקומען פאר די בעלזער רב אזא זאך, ער האט איהם נישט געהאלטן פאר א מחוצף...
אזוי האט מיר יענע נאנטע מענטש געזאגט..