גענומען פון דא:
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4233029#p4233029
דורך וואו אזוי שפירסטו » פרייטאג אפריל 14, 2023 1:40 pm
received in email.
נאך 4 יאר אין געריכט, איז איין שטאפל מעגליך אריבער:
גינסטיגע נייעס פאר תושבי קרית יואל ווען אפעלאט ריכטער באפעלט "טאון אוו מאנרא" אויפצונעמען די אפליקאציע פאר א מעגליכע "סעווען ספרינגס ווילעדזש"
אפליקאציע אריינגעגעבן 4 יאר צוריק אין נאמען פון אלע וואס זענען ארויסגעפאלן פונעם "קרית יואל אנעקסעישן" צוליב די קעגנערשאפט פון די גוי'אישע "יונייטעד מאנרא"
סעווען ספרינגס אפליקאציע לייגט דאן צו נאך פרישע שטחים ביז א פאנטאסטישע "1200 עיקער", אריינגערעכנט 70 עיקער פון הנהלת קרית יואל מיט עקזיסטירנדע קוועלער און פאטענציאלע סוער-פלענט ועוד, מיט'ן הויפט ציל פונעם אפליקאנט אריינצונעמען 2 וויכטיגע איינקונפט שטחים: א שטח פון 95 עיקער וואס געהער פאר א נגיד וואס גרייט זיך אויסצוצאלן די לעגאלע געפעכטן לאורך הדרך, און א שטח פון נאך 103 עיקער צו ארייננעמען די "האום דעפאט", "טארגעט", "בי דזשעי" און "וואלמארט" געשעפטן, גערופן אינאיינעם "מאנרא קאמאנס", צו געניסן פון ברייטע שטייער איינקונפט
"טאון אוו מאנרא" וואס איז ליידער – אבער נאטורליך – אויסגעשפראכן קעגן דעם ווילעדזש-פארמירונג, האלט זיך דערווייל אפ פון פובליצירן אויב זי גייט אפעלירן דעם אורטייל, אדער טאקע אנהייבן די פראצעדור פון אויפנעמען דעם אפליקציע, ווען זי קען מעגליך פארשלעפן די פארשריט ביי ווייטערדיגע פארצויגענע שטאפלען
תושבי קרית יואל קוקן ארויס אויף שנעלערע און גינסטיגע פארמירונג, דורך איינע פון די פון-לאנג-פארגעשלאגענע הצעות לטובת כל הציבור
נאכדעם וואס דער סעווען ספרינגס אפליקאציע האט בדוקא אריינגענומען שטחים וואס געהערן פאר הנהלת קרית יואל און זענען שליסל-פונקטן פאר צוקונפטיגע צורכי העיר, האט דער "קרית יואל ווילעדזש" פארגעשלאגן דריי הצעות נאכאנאנד, וועלכע קענען ברענגען א שנעלע אנעקסירונג בס"ד און דערביי פארזיכערן די אמת'ע מציאות'דיגע צוקונפט לטובת כל הקהל:
1) אנעקסירן די ארגינעל-ארויסגעפאלענע 300 עיקער צום "ווילעדזש קרית יואל"
דורכ'ן אויפווייזן פאר'ן טאון אז דאס לוינט זיי ענדערשט ווי אנהייבן א קריג מיט א פרישע ריזן ווילעדזש-אפליקאציע
2) פארמירן א "ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס" פון 565 אדער 900 עיקער (אנשטאט 1200)
דורכ'ן ארויסלאזן די שטחים אויף לארקין דר. וואס געהערן פאר הנהלת קרית יואל, און אטאמאטיש אלע שטחים פון די צווייטע האלב לארקין דר., כדי צו ערמעגליכן קרית יואל צו געניסן פון די פובליק געברויכן אויף זייערע אייגענע שטחים (טראץ דאס מיינט פארלירן די אזוי-געזוכטע שטייער-איינקונפט פון די נישט-אידישע געשעפטן, אבער דאס טוט מצד שני אטאמאטיש אביסל נידערן די טאון'ס ווידערשטאנד)
3) לאזן די אפליקאציע בשלימות, אבער פארזיכערן שריפטליך אז קרית יואל'ס געברויכן וועלן אלס קענען פרעזערווירט ווערן אויף די שטחים אן קיין עיכובים
דאס הייסט אז דער פאטענציאלער ס"ס ווילעדזש וועט לאזן הנהלת קרית יואל אנגיין מיט אירע ארטיגע קוועלער אקטיוויטעטן, און בויען דעם סוער פלענט און אנדערע צורכי רבים וואס זענען געפלאנט אויף די לארקין שטחים
טראץ וואס דער לעצטער אפציע וועט נישט העלפן מצד די טאון, וועלכע וועט ווייטער באקעמפן אזעלכע ווילעדזש פלענער און לכה"פ פארציען איר פראצעדור מיט פילע יארן, וועט אבער "קרית יואל ווילעדזש" ארויסציען איר טייל פונעם קעגנערשאפט אין געריכט, אויב דער אפליקאציע וועט לכה"פ נישט שטערן די נויטיגע געברויכן פון די צענמדליגער טויזנטער נפשות אינעם בליענדן קרית יואל
קרית יואל יצ"ו – אינעם זמן חירותינו, מיטוואך אום שביעי של פסח, איז ארויסגעקומען א פסק פון אן אפעלאט ריכטער וואס האט ווידער אריינגעבלאזן כוואליעס פון האפענונג אז א פרישע דערלייכטערונג דערנענטערט זיך מעגליך, ווען דער אפעלאט געריכט, 2'טע דיוויזיע, האט באשטעטיגט דעם פריערדיגן פסק פון א נידריגערן געריכט, אנצונעמען די קלאגע פון די אפליקאנטן פאר א "סעווען ספרינגס ווילעדזש" וועלכע האבן געקלאגט די "טאון אוו מאנרא" פאר'ן נישט פראצעסירן און אויפנעמען זייער אפליקאציע.
דער אפליקאציע איז ארגינעל אריינגעגעבן געווארן נאכדעם וואס "קרית יואל" האט לאנגע יארן געקעמפט פאר א גרויסע אנעקסירונג פון 507 עיקער, אבער האט זיך אנגעשטויסן אין א ביטער-שווערע קאמף דורכ'ן "יונייטעד מאנרא" וועלכע האט ליידער אויך געהאט די אומגלויבליכע-אבער-פאקטישע שטיצע – סיי מאראליש און סיי פיזיש ביי די טאון וואלן – פון די א"ג "אלייענס" אינערהאלב קרית יואל.
דער קאמף האט ליידער געקאסט א שווערע פרייז פאר תושבי קרית יואל, ווען דער אנעקסירונג האט זיך פארשלעפט לאנגע יארן און האט אינצווישן-צייט געברענגט אן אפשטעל אויפ'ן פלוס פון דירות ווען דער סופליי האט פשוט נישט געדעקט דעם געברויך, די מעגליכקייטן פאר פרישע גרויסע דעוועלאפמענטס זענען געווען ממש ווי דערשטיקט, און די נאטורליכע שאדן שפירט זיך נאך העכסט ווארשיינליך ביז היינט.
כדי יא צו קענען פאראויסגיין מיט אן אנעקסירונג און בארואיגן די געמיטער פון די גוי'אישע שכנים וועלכע האבן בעיקר פארפירט אז "מיר רויבן זיי אוועק" זייערע געגנטער, האט קרית יואל בלית ברירה געמוזט איינגיין אויף א שלום-פלאן, וואס טייל דערפון איז געווען צו פארמירן אן אייגענעם טאון און מער נישט אריינרעדן אין זייערע לאקאלע וואלן און סקול דיסטריקט, אבער א הויפט טייל דערפון איז לבסוף געווען אז אנשטאט אנעקסירן די פולע 507 עיקער, וועט מען יעצט אנעקסירן נאר 226 עיקער, און ביז 10 יאר וועט מען נישט מאכן מער אנעקסירונגען פון "מאנרא" צו "קרית יואל".
מצד אחד איז דאס געווען א געוואלדיגע דערגרייכונג, זינט די 226 עיקער זענען גענוג אויפ'ן מינוט פאר אזויפיל ווי העכער 7,000 דירות, און פילפאכיג ערגער וואלט דער דירות קריזיס געקענט זיין ח"ו אויב זאל די גאנצע אנעקסירונג זיך נאך ציען אין געריכט פאר ווער ווייסט ווי לאנג. אזוי ארום האט קרית יואל בלויז פארדינט א ריזן דערגרייכונג בס"ד, און ב"ה מען שניידט שוין היינט די פירות פון דעם גרויסן אנעקסירונג, ווען די הויפט פלוס איז ערווארטעט אנצוקומען בקרוב מיט'ן ענדיגן מערערע פרישע פראיעקטן וואס בויען זיך יעצט.
אבער מצד שני איז געווען א שטארקע ווייטאג אז מ'האט געמוזט אויף דערווייל אראפציפן פונעם ארגינעלן אנעקסירונג פלאן, און ספעציעל האט קרית יואל געהאט אן אמת'ע מיטגעפיל מיט אזויפיל היימישע אידן וואס שטייען מיט שטחים וועלכע זענען געווען אינעם ארגינעלן אנעקסירונג אפליקאציע, און האבן אזוי ארויסגעקוקט – און זאגאר מיטגעארבעט מיט'ן פראצעדור – צו ווערן אנעקסירט צום קרית יואל ווילעדזש, און דא וועלן זיי מוזן ווארטן נאך פילע יארן.
אייגנטליך, בעת די שלום פארהאנדלונגען מיט יונייטעד מאנרא, האט דער קרית יואל ווילעדזש פרובירט מערערע מאל זיך איינצובעטן נישט ארויסצולאזן די סעווען ספרינגס לאנד-אייגנטומער, אבער ליידער האט עס נישט מצליח געווען. (זע פאטאסטאט פון איין אימעיל-בקשה צו די פארהאנדלער).
אינצווישן איז אויפגעברענגט געווארן דורך איינער פון די שטחים אייגנטומער, אז אנשטאט ווארטן אויף אן אנעקסירונג, וועט מען אריינגעבן אן אייגענעם אפליקאציע פאר א "וויליעדזש אוו סעווען ספרינגס", און איה"נ עס וועט אויפפלאקערן די אלטע העסליכע שנאה אינערהאלב די טאון אוו מאנרא, אבער מען וועט אלעס אויסקעמפן אין די געריכטן. (צום באצייכענען: בעת קרית יואל איז געזיצן מיט די פארהאנדלער פון יונייטעד מאנרא, האט קרית יואל זיי געווארנט אז דאס ארויסלאזן סעווען ספרינגס פונעם אנעקסירונג קען זיי קאסטן א פרייז פון א באזונדערע אפליקאציע. און דאס האט טאקע פאסירט).
צוערשט האבן די אפליקאנטן אריינגעגעבן עטוואס א קלענערע אפליקאציע, אבער שפעטער – הויפזעכטליך נאכדעם וואס "ווילעדזש אוו מאנרא" האט אריינגעגעבן א ביטע צו אנעקסירן טייל פון די זעלבע שטחים פונעם טאון צו זייער ווילעדזש, וויבאלד יענע שטחים האבן באלאנגט צו זיי אבער זענען נישט געווען אין זייערע ווילעדזש גרעניצן – האבן די סעווען ספרינגס אפליקאנטן עטליכע מאל געטוישט די פארמירונג פון דעם אפליקאציע.
אינדערצווישן האט אויך "ווילעדזש אוו קרית יואל" געטון די זעלבע לגבי זייערע שטחים, און אריינגעגעבן אן אייגענע אפליקאציע צום טאון אוו מאנרא צו אנעקסירן די 70 עיקער אויף לארקין רד. וועלכע איז געווארן אריינגעשטעלט אינעם סעווען ספרינגס אפליקאציע שלא ברשות ושלא ביושר, זינט דער געזעץ לויטעט אז נישט אלע לאנד אייגנטומער מוזן מסכים זיין צום אפליקאציע.
אבער דער אפליקאנט פון "ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס" האט בדוקא יא געוואלט האלטן דעם שטח אין זיין אפליקאציע, כדי צו קענען ארייננעמען 2 ווייטערדישע שטחים נאך קרית יואל'ס שטח, איינס וואס געהער פאר א נגיד וועלכע האט דאס געלט צו קענען דעקן אלע לעגאלע קאסטן אויב נעמט מען אריין זיין שטח, און איינס איז דער אינדוסטריאלער שטח פון "מאנרא קאמענס" (האום דיפאט, טארגעט, וואלמארט און נאך). טראץ וואס דאס אריינצולייגן אינעם אפליקאציע ברענגט א ריזיקע פון א שטארקערע קעגנערשאפט און מער שלעפענישן, וויבאלד דאס טוט גאר שטארק אויפרעגן דעם טאון אוו מאנרא וועלכע האט נישט ווייניג געשוויצט צו האבן די געשעפטן אונטער זיך, איז דאס אבער מצד שני א שטארקע בענעפיט פארן אפליקאנט, זינט דער שטח קען עווענטועל ברענגען אסטראנאמישע בענעפיטן און שטייער-איינקונפטן, און ער זוכט דאס דוקא צו האבן אין זיין עווענטועלע ווילעדזש וואס ער האפט לבסוף צו קענען עטאבלירן.
דער דורכגעפאלענער גאלדענער געלעגנהייט
הנהלת קרית יואל האט יענע צייט אויסגענוצט דעם געלעגנהייט, נוצנדיג דעם אפליקאציע פארלאנג אלס א מיטל צו קענען ברענגען א דיעל וואס זאל בענעפיטירן תושבי קרית יואל און די אפליקאנטן צוגלייך, אבער עס וואלט קיינמאל נישט געקענט פאסירן אן דעם אפליקאציע. נעמליך, קרית יואל האט אנגעבאטן פארן טאון אזוי: היות עס רוקט זיך דא אונטער אזא אפליקאציע, וואס איז פאר ענק – די טאון – אן ערנסטער קאפוויי, לוינט זיך ענק נאכצוגעבן פונעם ארגינעלן שלום-פלאן וואס האט געלויטעט אז מען אנעקסירט נישט מער ווי 226 עיקער, און לאזט יעצט יא אז מיר זאלן זאפארט אנעקסירן די פרישע ארום 300 עיקער וואס זענען ארויסגעפאלן פון קרית יואל'ס אנעקסעישן!
די טאון אוו מאנרא וואלט פארדינט דערפון טריפלט, 1) עס וואלט נישט אריינגענומען אזויפיל שטחים פון 'אין זייער פארטוך', און אודאי נישט די אינדוסטריאלע געשעפטן שטחים וואס זיי האבן געשוויצט דאס צו האבן ביי זיך און דא ווערט דאס ארויסגעצויגן פון אונטער די פיס, 2) עס וועט נישט ברענגען קיין פרישע אידישע וואוט'ס אין די מאנרא טאון-וואלן, א פאקט וואס 'יונייטעד מאנרא' האט גענוצט אויפצוברויזן די שכנים ביז קרית יואל איז געווארן אן אייגענע טאון. אלזא, לוינט זיי נאכצוגעבן פאר קרית יואל דעם ארגינעלן גרויסן אנעקסעישן אן קיין באגרעניצונגען און ארייננעמען די אלע סעווען ספרינגס שטחים, ווי איידער זיך דארפן ספראווען מיט דעם נייעם סעווען ספרינגס ווילעדזש אפליקאציע, און 3) עס וואלט נישט אריינגעברענגט פרישע אידישע איינוואוינער אונטערן "מאנרא וואודבורי סקול דיסטריקט", וואס ברענגט ארויף ביי זיי א באזונדערע חרון אף.
ווידער פאר די אידישע לאנד אייגנטומער, און אודאי פאר די פאטעניצאלע איינוואוינער, וואלט דאס געווען א בענעפיט פי כמה. ערשטנס, וואלט א פלאן מיט די גוטהייסונג פונעם טאון געקענט באשטעטיגט ווערן אן קיין געריכטן און לאנגע-יארן שלעפערייען. צווייטנס, וואלט דאס עווענטועל געברענגט אז די סקול-שטייערן וואלטן געגאנגען לויט די נידריגע ראטעס פונעם "קרית יואל סקול דיסטריקט" און עס וואלט נישט געדארפט עווענטועל אפקאסטן דאס וואס עס קאסט היינט פאר די איינוואוינער אין די מאנרא-וואודבורי געגנטער, ווי 'סמיט-פארם' און 'וואודבורי דזשאנקשן', וואו יעדער איינוואוינער צאלט אוועק ריזיגע שטייערן פאר'ן מאנרא וואודבורי סקול דיסטריקט (אפגעזען וואס ער בענעפיטירט דערפון כמעט גארנישט).
קרית יואל האט בשעתו מצליח געווען מיט דעם פארשלאג למחצה, האבנדיג א פארשטענדעניש דערויף מיט'ן טאון סופערווייזער. אבער דער הויפט אפליקאנט פונעם סעווען ספרינגס ווילעדזש האט שוין ווי עס שיינט באקומען דעם אפעטיט מיט פארשידענע אנדערע קאלקולאציעס, וואס לויט דעם לוינט ענדערשט צו ווארטן מיט די שטחים לאנגע יארן, אבער צום סוף אנקומען צו ערווארטעטע גרויסע איינקונפטן פון אן אייגענעם "סעווען ספרינגס ווילעדזש".
מצדם איז דער זאכליכער פלאן געווארן גענצליך אפגעווארפן, צום פארלוסט פון תושבי קרית יואל.
אפליקאנט גייט אין געריכט קעגן טאון אוו מאנרא און קרית יואל ווילעדזש
ווי ערווארטעט האט דער טאון אוו מאנרא אנגעהויבן צעגערן, מיט אן ערווארטונג אויף א פארצויגענע קאמף אויף יעדן איינציגן טעכנישן דעטאל וואס א טאון איז באאויפטראגט צו באטראכטן אין אזא אפליקאציע, וואס ס'איז נישט קלאר – און האט אפשר נישט קיין לימיט – וויפיל יארן אזאנס קען זיך נאך שלעפן.
אלס אן ערשטע שריט, האט דער טאון צוערשט גענצליך איגנארירט דעם אפליקאציע, ווי כאילו עס וואלט קיינמאל נישט אריינגעקומען בכלל. די אפליקאנטן זענען טאקע גלייך אריין אין געריכט קעגן דעם טאון, הלמאי זיי איגנארירן דעם אפליקאציע.
אין די זעלבע צייט זענען זיי אויך אריין אין געריכט קעגן די ווילעדזש אוו קרית יואל, וועלכע האט דאן געהאט געפאדערט פון די טאון אוו מאנרא צו אנעקסירן זייערע 70 עיקער צו קרית יואל, און דער אפליקאנט האט מורא געהאט אז די טאון וועט דאס נאכגעבן, און ער האט ווי געזאגט דוקא געוואלט ארייננעמען די שטחים אין זיין ווילעדזש.
די טאון האט טאקע גענומען דעם געריכט אנקלאגע אלס איר ערשטע פלאץ וואו צו פארציען די גאנצע פראצעדור, און אט דער ערשטער געפעכט קומט יעצט מעגליך צו אן ענדע.
די טאון איז דא געקומען מיט א טענה אויף די אפליקאציע זעלבסט, ערקלערנדיג פארוואס זי האט עס נישט אנגענומען בכלל. זיי האבן גע'טענה'ט אז וויבאלד דער אפליקאציע איז אריבער טוישונגען – ווי ערווענט, איז דער צווייטער אפליקאציע באטראכט געווארן ווי א גענצליך נייע אפליקאציע, און היות דער אפליקאנט האט נישט באצאלט צום צווייטן מאל דעם אפליקאציע-אפצאל פון $6000 ווערט דער אפליקאציע אטאמאטיש באטראכט ווי נישט אריין, און עס מוז נאכאמאל פון פריש ווערן געפיילט. דאס איז א טיפישע ביוראקראטישע מהלך פון א טאון וויאזוי צו פארציען א פראצעדור פון אן אפליקאציע-פלאן וואס מען וויל נישט עס זאל פאקטיש פאסירן.
ווידער דער אפליקאנט האט נישט געוואלט דארפן אנהייבן נאכאמאל מיט א נייע אפליקאציע, ווארשיינליך בעיקר ווייל ער האט נישט געוואלט אז די שפעטערדיגע אפליקאציע פון "קרית יואל" צו אנעקסירן אירע 70 עיקער צום קרית יואל ווילעדזש זאל זיין 'פריער' אין צייט ווי זיינס, זינט ער וויל צווינגען קרית יואל צו לאזן אירע שטחים פאלן אונטערן סעווען ספרינגס ווילידזש, ווי פריער ערווענט.
קרית יואל'ס פארשלאג: א סעווען ספרינגס ווילעדזש פון "ביז 900 עיקער"
צו פארשטיין בעסער. נאכדעם וואס די אפליקאנטן פונעם סעווען ספרינגס ווילעדזש האבן אפגעווארפן דעם 300 עיקער "אנעקסירונג" פלאן, האט קרית יואל געבעטן אז לכה"פ זאל מען אפשוינען די שטחים וועלכע געהערן יושר'דיג פאר קרית יואל און זענען פרעזערווירט צוצושטעלן וויכטיגע געברויכן פאר תושבי העיר, און מען זאל נידערן די אנעקסירונג צו ביז 565, אדער אפילו 900 עיקער, איבער גענוג פארן געברויך פון א ווילעדזש, און ווייט איבער גענוג פאר'ן געברויך פון דירות אין די קומענדיגע 20 יאר, וואס דאס דארף זיין דער עיקר ציל צו האלטן פאר די אויגן לטובת תושבי קרית יואל.
א סעווען ספרינג ווילעדזש אפליקאציע וואס גייט ביז 900 עיקער, וואלט געווען א קריטישע טובה פאר תושבי העיר, ווייל עס וואלט נאר געגאנגען 'ביז' קרית יואל'ס שטחים אויף לארקין דר. און אויפ'ן קאונטי רט. 105, און ווי געזאגט האבן די שטחים וויכטיגע אנגייענדע און עווענטועלע פונקציעס פאר תושבי קרית יואל. אויב זאל דאס אריינפאלן אין א צווייטע ווילעדזש שלא ברשות, וועט דאס זיין א גרויסע שאדן, און ס'איז נישט יושר פאר קרית יואל אזאנס דורכצולאזן בלויז צוליב א פריוואטע אינטערעסע פון א יחיד.
יעדער בר דעת וואלט פארשטאנען אזא בקשה, און קוקנדיג אויפ'ן טובת הציבור וואלט דאס געווען ערוואטעט צו ווערן אקצעפטירט. אבער ליידער האט דער אפליקאנט בדוקא יא געוואלט אז זיין ווילעדזש אפליקאציע זאל לויפן ביז נאך וואלמארט, און זיינע לויער האבן בשמו קאטאגאריש אפגעזאגט דעם ביטע.
דאס האט געברענגט קרית יואל צו גיין ענטפערן דעם אנקלאגע קעגן איר און פארטיידיקן אין געריכט איר אייגענע "אנעקסירונג אפליקאציע" אויף די 70 עיקער, וואס דערמיט האט זיך דער ווילעדזש צוגעשטעלט צום טאון'ס פארלאנג אז די אפליקאנטן פון ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס זאלן מוזן איבערמאכן זייער אפליקאציע פונדאסניי.
די האפענונג איז געווען אז דאס וועט באוועגן די אפליקאנטן נישט צו אוועקרויבן קרית יואל'ס ציבור'ישע שטחים צוליב אייגענע אינטערעסן, און פארמירן א ווילעדזש אמת'דיג אויסגעהאלטן.
א צייט שפעטער האט דער נידריגער געריכט געגעבן גערעכט פאר'ן אפליקאנט פונעם ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס אז זיין אפליקאציע דארף יא ווערן אויפגענומען. אבער דער פסק איז אפעלירט געווארן, סיי דורכ'ן טאון אוו מאנרא וועלכע וויל באקעמפן די גאנצע פארמירונג פונעם ווילעדזש, און סיי דורכ'ן קרית יואל ווילעדזש, וואס וויל אז דער אפליקאציע זאל מוזן ווערן איבערגעמאכט, אז אזוי ארום זאל קרית יואל'ס אנעקסירונג פון זייערע שטחים אויף לארקין קומען פריער, און דערמיט ראטעווען קרית יואל'ס ציבור'ישע שטחים.
דער דריטער פארשלאג פון קרית יואל: זיך פארפליכטן פאר צורכי רבים
ווען די אפליקאנטן זענען געגאנגען פאראויס און אריינגעגעבן קאנטער קלאגעס אין געריכט קעגן קרית יואל, און עס איז געווארן קלאר אז זיי זענען נישט גרייט צו פארציכטן אויף די איינקונפטן וואס זיי זעען פון אויסציען זייער אפליקאציע פלאן ביז נאך די "מאנרא קאמענס", און בו בזמן איז דאך אויך די אינטערעסע פון די תושבי העיר אז מ'זאל יא טרעפן א וועג וויאזוי דער אפליקאציע זאל זיך קענען – מעגליך – רוקן פאראויס, כדי אז וואס מער שטחים זאלן ווערן א טייל פונעם הייליגן שטאט "קרית יואל" און קענען באזעצט ווערן מיט טויזנטער דירות פאר אונז און אונזערע קינדערלעך בס"ד.
האט דער קרית יואל ווילעדזש פארגעשלאגן א פרישע פארשלאג למען התועלת, צו אפשטעלן די גאנצע פארטיידיקונג פון קרית יואל אין געריכט, מיט א תנאי אז דער אפליקאנט פארפליכטעט זיך בכתב אז עווענטועל אויב וועט זיין אפליקאציע באשטעטיגט ווערן און קרית יואל'ס שטחים וועלן ווערן א טייל פון א ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס, וועט ער לאזן אנגיין און פארברייטערן אלע אקטיוויטעטן, און אויך נישט צוריקהאלטן קיין שום פרט פון די פלענער אהערצושטעלן א נייעם סוער פלענט נעבן דעם רוח החיים פארק, וואס דארט לויפט דורך די הויפט רער וואס פירט די סוער פון אונזער שטאט קיין הערימאן, און אזוי אויך נאך צורכי רבים אויף די נאנט צו 150 אקער שטחים וואס קרית יואל האט במשך די יארן געקויפט, און די אלע פאלן אונטער דעם נייעם ווילעדזש אפליקאציע.
דער ענטפער איז געקומען אז צוליב א פארפליכטונג וואס זיי האבן געגעבן פאר פארשידענע אינוועסטאר'ס וואס פארן אינטערעסע פון יענע איז בדוקא נישט גוט אז קרית יואל זאל נוצן די שטחים פאר צורכי רבים, דעריבער ווילן זיי נישט מאכן אזא פארפליכטונג. זיי האבן קלאר געזאגט אז זיי זענען נישט גרייט איינצוגיין ווייל זיי זענען איבערצייגט אז זיי וועלן דאס באזיגן, אייגנטליך, באזיגן די געברויכן פון תושבי קרית יואל.
דער פארצויגענער אפעלאט געריכט
דער אפעלאט געריכט האט זיך געצויגן פאר גאנצע 3.5 יאר, ביז יעצט אום שביעי של פסח, ווען דער אפעלאט געריכט האט געאורטיילט לטובת די אנקלעגער, זאגנדיג אז דער טאון אוו מאנרא דארף יא אקצעפטירן דעם ארגינעלן אפליקאציע. דער ריכטער האט אויך געאורטיילט אז די 'טאון אוו מאנרא' דארף באצאלן עטליכע הונדערט דאלאר אפליקאציע קאסטן פון די אנקלעגער.
באזונדער האט דער אפעלאט געריכט געאורטיילט קעגן די ענטפער פונעם ווילעדזש אוו קרית יואל, גייענדיג אויפ'ן זעלבן גאנג אז דער ערשטער אפליקאציע פון די אפליקאנטן איז יא געווען פעליג און דעריבער קען נישט קרית יואל פעדערן און ראטעווען זייערע שטחים דורך זיי אנעקסירן צום קרית יאל ווילעדזש.
דער פריידיגער באדייט: איין שטאפל מעגליך פאריבער
אפגעזען פונעם זארג אויף קרית יואל'ס געברויכן, וואס אירע איבערגעגעבענע עסקנים און ווילעדזש באאמטע וועלן בע"ה ווייטער שוויצן דערפאר, איז אבער דער געריכט אורטייל קעגן דעם טאון א פריידיגער בלעטל אינעם צוקונפט פונעם הייליגן שטאט קרית יואל, ברענגענדיג פרישע האפענונג פארן דירות מארקעט, ווען דער פארמירונג פון פרישע ריזיגע שטחים צו אידישע מעגליכקייטן איז מעגליך א טריט נענטער צו רעאליטעט, כאטש נאך ווייט.
אבער מצד שני איז נאכנישט קלאר צו די טאון וועט נישט אפעלירן דעם אורטייל צו א העכערע געריכט, און אויב נישט, וויאזוי זיי וועלן זיך ווייטער באגיין מיט די אפליקאציע זעלבסט נאכ'ן עס יא אויפנעמען, וויפיל ביוראקראטישע פיסלעך זיי וועלן אונטערשטעלן און וויפיל יארן זיי וועלן מצליח זיין דאס צו אפהאלטן ח"ו, און וויפיל נאך שאנסן זיי וועלן טרעפן צו ברענגען פרישע געריכטליכע געפעכטן.
אין די זעלבע צייט, איז פאר תושבי העיר א ברענענדיגע ארויסקוק אז עס זאל וואס פריער אריינקומען אין די מארקעט נאך פרישע שטחים וועלכע וועלן קענען אויסבויען טויזנטער דירות, אויפ'ן זעלבן שטייגער וואס מען זעט אינערהאלב דעם ווילעדזש אוו קרית יואל מיט די פילע אנעקסירטע שטחים וועלכע זענען אין מאסיווע אקטיווע קאנסרטאקשן, בליעה"ר.
דער האפענונג: טובת הציבור זאל מצליח זיין
עס איז דעריבער די הייסע האפענונג, אז אלע פריער-דערמאנטע אפציעס וואס זענען ווייטער אויפ'ן טיש און קענען ברענגען דערצו אז דער טאון זאל אפווייכן פון איר פן-ירבה קאמף דערקעגן, זאלן אמת'דיג באטראכט ווערן דורך די לאנד אייגנטומער, און די פריוואטע אינטערעסן פון אינוועסטירער אד"ג זאל נישט איבערוועגן.
ווי געזאגט, דער שנעלסטער אפציע וואלט געווען די ערשטע פארשלאג פון קרית יואל ווילעדזש, אז דער טאון זאל יעצט בלית ברירה אפראוון די גאנצע ארגינעלע "אנעקסעישן", און די פארברייטערונג פונעם עיר הקודש "קרית יואל" בע"ה זאל קומען אין פארום פון אנעקסירן די שטחים פון סעווען ספרינגס אלס טייל פון ווילעדזש אוו קרית יואל, וואס דאס וועט בענעפיטירן סיי די לאנד אייגנטומער מיט א שנעלע פראצעדור אָן דארפן זיך שלאגן יארן אין געריכט, און סיי די איינוואוינער בע"ה מיט פיל מער דירות אויפ'ן מארקעט בעתיד הקרוב, אנשטאט פלענער אויף צענלדיגער יארן ארום, און סיי מיט פיל ביליגערע סקול-שטייערן אונטער'ן קרית יואל סקול דיסטריקט פון וואס די תושבי העיר שפארן זיך ב"ה אלפים ורבבות יעדעס יאר.
און אויב דוקא א "באזונדערע ווילעדזש" איז דער צורך פון די אפליקאנטן, קען קרית יואל דאס אויך אקצעפטירן, די גרעניצן פון די שטאט זענען הייליג און זענען בכלל נישט געוואנדן אין די מוניציפאליטעט, א באזונדערע ווילעדזש איז נישט קיין אפהאלט, אבער די אפליקאנטן דארפן בלויז אויסוועלן נישט צו בא'עוולה'ן תושבי העיר מיט'ן צושטערן די פלענער פון זייערע אייגענע שטחים אונטער די אייגנטומערשאפט פון הנהלת קרית יואל, דורך דאס אנעקסירונג מיט צוואנג שלא ברשות.
ווי געזאגט אנהייב קען דאס פאסירן מיט 2 אפציעס, אדער אז מען אנעקסירט בלויז 'ביז' די ציבור'ישע קרית יואל'ע שטחים, וואס באדייט א ריזן פריידיגע ווילעדזש פארמירונג פון 565 אדער ביז 900 עיקער, און דאס האט פיל מער שאנסן ביים טאון וויבאלד מען נעמט זיי נישט אוועק די ריזן געשעפטן-שטייערן אא"וו; אדער אויב ווילן זיי דוקא יא אנהאלטן אלע 1200 עיקער, זאלן זיי זיך כאטש פארפליכטן פאר קרית יואל'ס געברויכן.
עס איז די גאר שטארקע האפענונג אז די אפליקאנטן זאלן אינאכט נעמען דעם קריטישן טובת הציבור, און צויאגן דעם אזוי-וויכטיגן געשעעניש דורך אונטערנעמען די בעסטע – אדער כאטש איינע – פון די דערמאנטע ריכטיגע שריט אין א ריכטונג פון שפאנען פאראויס פאזיטיוו און צייטליך, און אין א ריכטונג וואס וועט בע"ה באמת בענעפיטירן דעם גאנצן ציבור.
וכל העוסקים בצורכי ציבור באמונה, הקב"ה ישלם שכרם.
דער וויכטיגער נייער "סוער-פלענט" פלאן אויף קרית יואל'ס שטח ביי לארקין רד., וועלכע דער ווילעדזש ווארט אויף א פארפליכטונג אז דאס וועט נישט פארציכטעט ווערן
דער מאפע אינעם אפליקאציע פון "ווילעדזש אוו סעווען ספרינגס", וואס נעמט אריין קרית יואל'ס ציבור'ישע שטחים, און אויך די געשעפטן אויף לארקין רד., וועמענס שטייערן די אפליקאנטן ווילן האבן אבער דאס פארשטארקערט די ווידערשטאנד פונעם טאון