בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 10:54 am
דורך בת קול
yatzmachp האט געשריבן:וועל מיר זעהן ווי אזוי ער גייט רעספאנדן ווען ער גייט שוין זיין עסטעבלישט ווען א גרופע עלטערן וועלן אים סטראשען אז זיי גייען ארויס נעמען זייערע קינדער וועגן ער האט אריינגענומען א קינד פון איינעם וועם זיי האלטן אז מען זאל נישט אריין נעמען. לאמיר זעהן וואס ער גייט ענטפערן פארן קינד פונעם עושר וואס האט אים מנדב געווען א בילדינג און עס איז איבערגעפילט עד אפס מקום און מען קען פשוט נישט ארייננעמען קיינעם. איך ווייס דעם ענטפער אויף די אלע זאכן: מה שהיה הוא שיהיה. נאר איך האף אז ער וועט זיין אנעסט און זיך אנטשולדיגן צו די אלע וואס ער האט באשולדיגט פארן טון די זעלבע זאך. נאר וואס דען, אויף דעם איז אויך געזאגט געווארן: מה שהיה הוא שיהיה.
ביז היינט איז ער געווען א רבי אויפן קאמפיוטער. יעצט גייט ער געוואר ווערן ווי אזוי עס זעהט אויס ריאליטי. ער גייט געוואויר ווערן אז עס זענען דא עלטערן וואס וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן . עלטערן וואס קענען נישט אדער ווילן זיך נישט האלטן צו די מינדסטע תקנות. ער גייט געוואויר ווערן וואס פארא מענטשן עס זענען דא וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זאגן ליגנט כדי צו בארעדן אנדערע.
איז דא נאך א מוסד אין געגנט וואו די מענטשן קענען שיקן, אז זיי קענען אזאנס שטראשען?
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 12:05 pm
דורך קומזיץ
מוסדות און לעקוואד , טאמס ריווער גרעניצט זיך מיט לעקוואד
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 1:02 pm
דורך קומזיץ
yatzmachp האט געשריבן:וועל מיר זעהן ווי אזוי ער גייט רעספאנדן ווען ער גייט שוין זיין עסטעבלישט ווען א גרופע עלטערן וועלן אים סטראשען אז זיי גייען ארויס נעמען זייערע קינדער וועגן ער האט אריינגענומען א קינד פון איינעם וועם זיי האלטן אז מען זאל נישט אריין נעמען. לאמיר זעהן וואס ער גייט ענטפערן פארן קינד פונעם עושר וואס האט אים מנדב געווען א בילדינג און עס איז איבערגעפילט עד אפס מקום און מען קען פשוט נישט ארייננעמען קיינעם. איך ווייס דעם ענטפער אויף די אלע זאכן: מה שהיה הוא שיהיה. נאר איך האף אז ער וועט זיין אנעסט און זיך אנטשולדיגן צו די אלע וואס ער האט באשולדיגט פארן טון די זעלבע זאך. נאר וואס דען, אויף דעם איז אויך געזאגט געווארן: מה שהיה הוא שיהיה.
ביז היינט איז ער געווען א רבי אויפן קאמפיוטער. יעצט גייט ער געוואר ווערן ווי אזוי עס זעהט אויס ריאליטי. ער גייט געוואויר ווערן אז עס זענען דא עלטערן וואס וועלן קיינמאל נישט זיין צופרידן . עלטערן וואס קענען נישט אדער ווילן זיך נישט האלטן צו די מינדסטע תקנות. ער גייט געוואויר ווערן וואס פארא מענטשן עס זענען דא וואס האבן נישט קיין פראבלעם צו זאגן ליגנט כדי צו בארעדן אנדערע.
ר' יצמח , איר טוט דא ריינוואשן די מנהלי המוסדות אינגאנצן און איר באשולדיגט די עלטערן אז זיי זענען וואס סטראשענען ..
איך בין איינשטימיג מיט דיר אז דאס איז א פראבלעם און בפרט און לעקוואד אבער אינגאנצן צו ריינוואשן די מנהלים איז נישט אמת ווער עס איז שוין געוועהן ביי א איטערוויא מיט א מנהל המוסד וכד' און האט מיטגעלעבט די געפוהל אז די ביסט גארנישט ווערט און מ'רעכענט זיך נישט מיט דיר אלס א מענטש נאר אלס א חפצא און נאכדעם לאזט מען דיר ווארטן חדשים פאר א ענטפער קען מעיד זיין אז זיי זענען גארנישט קיין גרויסע צדיקים נאר פונקט פארקערט פון דעם,
יעצט אז איינער טוישט די צוגאנג צו דעם האט ער שוין עפעס אויפגעטהון
און אוודאי אז וועט זיך אויסארבעטן א חלק פון זיין פלאן למחצה לשליש ולרביע איז ער זיכער ראוי לברכה.
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 4:43 pm
דורך יעקב מענטש
ער שרייבט סאך הכל א טרוקענע צעטל, אן גיבן פרטים וואס די מוסד גייט נישט אקצעפטירן בשום אין אופן.
גאנץ מעגליך אז נאכן הערן וועם ער וויל נישט אריינעמען, וועט זיך ארויסשטעלן אז ס'איז נישט צופיל אנדערש פון די וויליאמסבורגע מוסדות.
און אויב גייט עס טאקע זיין אומבאגרעניצט, איז א גרויסע שאלה ווילאנג דאס וועט קענען אנהאלטן, די שוואכע קענען זיין א געוויסע פראצענט פון די מוסד, אבער ס'איז אוממעגליך אנצוהאלטן אויב די דאמינירענדע פראצענט זענען כל צרי וכל זב (דער טאטע א מחלל שבת וכו' און קוקט געהעריג טעלעוויזיע אינדערהיים)
נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 6:56 pm
דורך בן ישי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער אייגענטומער פון א ספרדישע מוסד האט מיר געזאגט אז אין די ערשטע יארען פון זיין מוסד, האבען געוויסע עלטערען געסטראשעט. ער האט געפרעגט הרב הררי רפול וואס צו טוהן, ווייל ער האט מורא געהאט אז די מוסד וועט צוגרונד גייען. ער האט איהם געזאגט ׳אסור לשמוע להם׳. יענער עלטערען האבען ארויס גענומען טאקע, אבער דער איד האט גענוג אייניקלעך אז די מוסד פיהרט זיך פונקט ווי ער וויל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
הרב שטיינמאן אויף אזעלכע עלטערן "גאווה גאווה גאווה!"
https://m.youtube.com/watch?v=Gk1y8R6nfZ8
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 12:21 am
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי, דאס וואס מען הערט אז עלטערען סטראשן זיי וועלען ארויסנעמען די קינדער אויב מען געבן נישט נאך פרומענישען איז ליגענט, עס געשעהט נישט, מוסדות מאכן דאס אויף ווען זיי דארפען.
ווען זיי ווילן
Re: תלמוד תורה אוהב ישראל - זידיטשוב טאמס ריווער
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:28 am
דורך יהושע חיים
אויב די מוסד וועט געפירט ווערן אויף חסידישע ערליכע (פרום'ער) אופן (די חינוך חלק) וועלן פחותי העם נישט וועלן שיקן דארט והכל על מקומו יבא בשלום
נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 2:52 am
דורך בן ישי
.
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 8:07 pm
דורך בן ישי
אויפגענומען א מנהל