בלאט 2 פון 5
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:32 pm
דורך [NAMELESS]
תנחום האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] גוט געזאגט!
איך וויל נאר מוסיף זיין, אין די ביזנעס וועלט האט יעדע אינדוסטערי א מארק אפ וויפל מ'לייגט ארויף אויף די קאסט פון א פראדוקט/סערוויס וכדומה, משא"כ ביי די היימישע גראסערי'ס איז מער ווייניגער נישטא דער כלל, יעדער לייגט ארויף ווי מער, די גרעניץ איז נישט צו הייסן די טייערסטע גראסערי אין שטאט,
כ'זעי נישט אז גוי'שע גראסעריס זאלן זיין ביליגער א שטייגער ווי שאפ-רייט וכו' אויב עפעס טייערער.
קויף בעסערע גלעזער
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 8:53 pm
דורך רויטע וואנצעס
כשר אין שאפרייט איז טאקע זייער טייער. טרייף איז פארשטענדליך ביליגער, און סתם זאכן יש ויש. מ'קען אבער טרעפן דא און דארט מציאות גדולות. (מעקדאנעלד עוו)
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:50 pm
דורך קורקלענד
שלום שטיסל האט געשריבן:איינער האט דא געזאגט אז ארי נוהם האט נישט קיין רעכטן? וואס טראלל'סטע ארום?.
בנוגע גראסערי'ס, אוודאי קען זיי קיינער נישט צווינגען וואס זיי זאלן טוהן, אבער איך רעד פון יושר.
גערעכט אויף די ערשטע חלק. אנטשולדיגט.
אויף די צווייטע חלק בין איך נישט אינגאנצן מיט דיר.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 10:55 pm
דורך תנחום
רויטע וואנצעס האט געשריבן:כשר אין שאפרייט איז טאקע זייער טייער. טרייף איז פארשטענדליך ביליגער, און סתם זאכן יש ויש. מ'קען אבער טרעפן דא און דארט מציאות גדולות. (מעקדאנעלד עוו)
כ'פלעג אסאך איינקויפן דארט ווען כ'האב געוואוינט דארט און געגענט. די עיקר ספעשילס זענען זייער אייגענע ברענד וואס איז גראדע גאנץ גוט. חוץ מזה האבן זיי ספעשילס אויף פרינטערס און אונטער העמעדער... וואס נישט וועגן דעם גיי איך אין גראסערי
שלום שטיסל האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] גוט געזאגט!
איך וויל נאר מוסיף זיין, אין די ביזנעס וועלט האט יעדע אינדוסטערי א מארק אפ וויפל מ'לייגט ארויף אויף די קאסט פון א פראדוקט/סערוויס וכדומה, משא"כ ביי די היימישע גראסערי'ס איז מער ווייניגער נישטא דער כלל, יעדער לייגט ארויף ווי מער, די גרעניץ איז נישט צו הייסן די טייערסטע גראסערי אין שטאט,
כ'זעי נישט אז גוי'שע גראסעריס זאלן זיין ביליגער א שטייגער ווי שאפ-רייט וכו' אויב עפעס טייערער.
קויף בעסערע גלעזער
כ'דארף נישט. כ'טרינק גלייך פון באטל...
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2017 11:00 pm
דורך קורקלענד
איך קויף איין פון צייט צו צייט אין שאפרייט כ'קאן מעיד זיין אז ס'איז אזוי ווי @רויטע לייגט עס אראפ. בעיקר אויף סעיל אייטעמס פון נאציאנאלע פירמעס א שטייגער ווי טייד זייף פאר די וואש מאשין.
זייער אייגענע ברענד איז פון זייער גוטע קוואליטעט און זייער ביליג אפילו ווען עס איז נישט אויף סעיל.
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 4:45 pm
דורך ליפא
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 9:22 pm
דורך קלוגע יודל
ליפא האט געשריבן:IMG-20170122-WA0174.jpg
וועלעכע גראסערי איז דאס?
נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2017 9:24 pm
דורך ליפא
אלע
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:43 am
דורך קלוגע יודל
ליפא האט געשריבן:אלע
נישט געזעהן אין קיין איינס.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:15 am
דורך קורקלענד
ארי נוהם האט געשריבן:נעם א דוגמא די מילעך. 20 באטלעך מילעך פארנעמען אסאך מער פלאץ ווי טויזנט צייטונגען
א באטל מילך פון האלבע גאללאן נעמט אויף
בערך די זעלבע פלאץ ווי איין צייטונג. טויזנט צייטוגן נעמט אויף זייער א סאך פלאץ. אויב געדענק איך גוט דרוקט מען קוים 5-7 טויזנט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:19 pm
דורך איסר האטלקי
קורקלענד האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:נעם א דוגמא די מילעך. 20 באטלעך מילעך פארנעמען אסאך מער פלאץ ווי טויזנט צייטונגען
א באטל מילך פון האלבע גאללאן נעמט אויף
בערך די זעלבע פלאץ ווי איין צייטונג. טויזנט צייטוגן נעמט אויף זייער א סאך פלאץ. אויב געדענק איך גוט דרוקט מען קוים 5-7 טויזנט.
דאס איז שטותים. א באטל מילך פלאץ פון א צייטונג?
וואס יא? ער רעדט פון ריין ריוח, דאס איז נישט אמת. זיי מאכן נישט קיין פעני דערויף. עס איז אן אומזיסטער סערוויס וואס זיי שטעלן צו.
דאס לוינט זיך זיי נישט אויב דער דיסטריביוטער איז א חיה פון גאס און דארף צוריק זיין "קעש" מאנטאג, נאך איידער רוב האבן באצאלט זייער אויפגעשריבענע ארדערס.
דאס מיינט פארלוירן געלט.
נאכדערצו וואס א געווענליכער וואך "ווערן נעלם" עטליכע פון יעדע צייטונג/אויסגאבע פון אלע געשעפטן, דער בעלים איז דער וואס פארלירט. וואס ער גיבט נישט צוריק דאס דארף ער צאלן מכיסו.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:21 pm
דורך איסר האטלקי
שלום שטיסל האט געשריבן:תנחום האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:[tag]ארי נוהם[/tag] גוט געזאגט!
איך וויל נאר מוסיף זיין, אין די ביזנעס וועלט האט יעדע אינדוסטערי א מארק אפ וויפל מ'לייגט ארויף אויף די קאסט פון א פראדוקט/סערוויס וכדומה, משא"כ ביי די היימישע גראסערי'ס איז מער ווייניגער נישטא דער כלל, יעדער לייגט ארויף ווי מער, די גרעניץ איז נישט צו הייסן די טייערסטע גראסערי אין שטאט,
כ'זעי נישט אז גוי'שע גראסעריס זאלן זיין ביליגער א שטייגער ווי שאפ-רייט וכו' אויב עפעס טייערער.
קויף בעסערע גלעזער
אמת עס איז ביליגער, אבער וויבאלד זייערע אייטעמס זענען פיל ביליגער. זיי צאלן דערפאר פרוטות משא"כ די אידישע אייטעמס, די קאמפעניס פארלאנגען טייער געלט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:27 pm
דורך איסר האטלקי
ארי נוהם האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט גרויסע קנאקערס.....
אפשר האב איך געמאכט א טעות. כבין גרייט צו הערן פון אנדערע וואס ווייסן בעסער.
קיין איין שורה וואס דו שרייבסט איז אמת. איך האב נישט קיין צייט עס דורכצוקייען און צולייגן אבער אין קורצן, עס איז א מערכה קעגן די דיסטריביוטערס נישט צייטונגען.
זיי מאכן נישט קיין ריוח דערויף, זייער טענה איז נישט געלט, נאר מענטשליכקייט לגבי זייער באצאלונגען.
פילע קלענערע גראסעריס (און אזוי אויך גרעסערע, ששששש....) שפייען בלוט, נאכדערצו נאך דעם מינומעם וועידזש ארויפגאנגנג. קאמפעניס שאדט נישט אזא שאדן, זיי רוקן סחורה, פאר א קליינע גראסערי ווידער איז עס א פרישע ריזיגע לאך.
ועוד הרבה לדבר שאין לי פנאי לכך.
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 2:34 pm
דורך ליפא
איסר האטלקי האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ארי נוהם האט געשריבן:נעם א דוגמא די מילעך. 20 באטלעך מילעך פארנעמען אסאך מער פלאץ ווי טויזנט צייטונגען
א באטל מילך פון האלבע גאללאן נעמט אויף
בערך די זעלבע פלאץ ווי איין צייטונג. טויזנט צייטוגן נעמט אויף זייער א סאך פלאץ. אויב געדענק איך גוט דרוקט מען קוים 5-7 טויזנט.
דאס איז שטותים. א באטל מילך פלאץ פון א צייטונג?
וואס יא? ער רעדט פון ריין ריוח, דאס איז נישט אמת. זיי מאכן נישט קיין פעני דערויף. עס איז אן אומזיסטער סערוויס וואס זיי שטעלן צו.
דאס לוינט זיך זיי נישט אויב דער דיסטריביוטער איז א חיה פון גאס און דארף צוריק זיין "קעש" מאנטאג, נאך איידער רוב האבן באצאלט זייער אויפגעשריבענע ארדערס.
דאס מיינט פארלוירן געלט.
נאכדערצו וואס א געווענליכער וואך "ווערן נעלם" עטליכע פון יעדע צייטונג/אויסגאבע פון אלע געשעפטן, דער בעלים איז דער וואס פארלירט. וואס ער גיבט נישט צוריק דאס דארף ער צאלן מכיסו.
דיין לעצטע ליין איז נישט ריכטיג. דער גראסערי באצאלט נאר וואס ער האט געסווייפט ער איז נישט אחראי אויף די וואס פעלן
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:11 pm
דורך ברוך שאמר
איך מיין אז גארנישט נעמט אזוי פיל פלאטץ אין די גראסערי ווי פעמפערס וכו'אין איך גלייב שווער אז מען מאכט אויף פעמפערס 35%
נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2017 10:49 pm
דורך שאולדיספריםפאקער
דא האט איהר די נייע פרייזן וואס די געשעפטן ווילן
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 2:50 am
דורך ווייל אזוי
איך פארשטיי נישט די גאנצע מערכה, ס'דא זאכן וואס מ'דארף צושטעלן פאר'ן עולם אפילו מ'מאכט נישט קיין געלט.
אז איך דארף א צייטונג קויף איך שוין צו נאך אפאר זאכן. (און אפילו אויב נישט קויפט ער שוין צוויי צייטונגען און מ'מאכט שוין מער געלט)
פארוואס פארקויפט א געז סטעישן לאטערי'ס אפילו ער מאכט פעניס? ווייל נאך אלעם לוינט זיך עס.
[center]"נארישע מערכה"[/center]
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 3:07 am
דורך קלוגע יודל
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:דא האט איהר די נייע פרייזן וואס די געשעפטן ווילן
מען געט זיי א פינגער ווילן זיי א האנט, אויף דער בליץ מאכן זיי כהיום יום, $1.25. און זיי זענען נישט צופרידן???
זיי קענען נישט טענה'ן אז זיי ווילן מאכ'ן ٪35 אזוי ווי די אנדערע פראדוקטן, וויבאלד ביי צייטונגען נעמט די מו"ל די קאסטן פון די גניבה'ס, צוריסן וכו', ווי אויך נעמט זיך די בעה"ב אהיים די צייטונגען אן סקענען אין די קאמפיוטער, ממילא פארלירט אויף דעם די מו"ל (וויבאלד די גראסערי באצאלט נאר לויט ווי סאך ער האט פארקויפט, און ווי אזוי ווייסט מען וויפיל ער האט פארקויפט, דורך קוקן אין די קאמפיוטער וויפיל מאל עס איז געסקענט געווארן, און אויב מען סקענט נישט פארלירט די בעל הצייטונג).
משא"כ פראדוקטן, אויב עס ווערט נעלם, פארלירט די גראסערי מאן, אויב נעמט ער אן סקענען גייט עס אויף זיין חשבון וכו' וכו'. איז וויבאלד עס איז נישט דא קיין ריסק אויף די צייטונגען פארדינט מען ווייניגער. אזוי ווי יעדער פארשטייט ביי אנדערע ביזנעס, ווי קלענער די ריסק אלס ווייניגער פארדינט מען, וואס גרעסער די ריסק אלס מער פארדינט מען.
בקיצור די צייטונגען איז ٪100 נטו ריוח, עס איז נישטא קיין אנדערע אווערהעד קאסטס. מילא א צייטונג וואס די מאכסט נאר 45¢ פארשטיי איך עס עס לוינט דיר ממש נישט, און די ווילסט מאכן אביסל מער דערויף אבער $1.25 איז דיר נישט גענוג??????????
אגב איך זעה אז די שטערן אין שפאקטיוו זענען בכלל נישט אין די ליסט, האבן זיי אויפגעהערט עמטליך ארויס צוקומען?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 8:55 am
דורך ליפא
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:50 am
דורך גראף
@קלוגע יודל, ליפא'ס צעטל ברענגט גראדע גוט ארויס פארוואס עס קומט זיך זיי מער פראצענט.
אגב שטייט אויף דער צעטל Jan 10 2016 וואס איז לכאורה א טעות?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:53 am
דורך קורקלענד
א גרויס חלק פון די גראסעריס אויף די ליסטע לאזן נישט סווייפן א קרעדיט קארד נאר פאר א צייטונג.
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:55 am
דורך לית דין בר נש
זיי האבן אבער אהן די בריוו אז אלע ווענדערס האבן increased די פרייזן און זיי האבן עס צוטיילט accordingly.
וועלכע צייטונג מאגעזין איז נישט ארויף אין די לעצטע יאר צוויי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:28 pm
דורך ליפא
ס'קוקט אויס ווי ס'וועט זיין די וואך ריזיגע ליינס ביי די נייעס סטענדס. גראסעריס גיין נישט פארקויפן