בלאט 2 פון 2
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:39 am
דורך בייס מיך
זר זהב האט געשריבן:העי וואו ביזטע?
מיט "העי" מיינסטו מיר?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:43 am
דורך זר זהב
יא, איך וויל דיר בייסן
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 12:17 pm
דורך בייס מיך
לOל
נישט קיין פראבלעם, לאז נאר איבער א ביס פאר א צווייטען אויך........
נשלח: מאנטאג יולי 30, 2012 11:44 pm
דורך א איד
יאנקל האט געשריבן:הדד, זייער שיין.
עס דערמאנט די היינטיגע משוגעת'ן פון בכלל נישט שרייבן קיין ערשטע נעמען פון פרויען. הפנים, די וועלכע האבן דאס איינגעפירט האבן קאטאסטראפאלע הרהורים ביים זען דעם ערשטן נאמען פון א פרוי...
די גמ' זאגט דאך שוין אין מגילה, האומר רחב רחב מיד ניקרי, רש"י לייגט דארט צו אויפן פלאץ ביודעי ובמכירה קאמינא, קוקט אויס אז די נעמען דערמאנט עם פון אזא איינע, וואס מיד ניקרי.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 12:40 am
דורך געפילטע פיש
וואס רש"י ווען רש"י?
אמר רבי יצחק כל האומר רחב רחב מיד ניקרי א"ל רב נחמן אנא אמינא רחב רחב ולא איכפת לי אמר ליה כי קאמינא ביודעה ובמכירה.
נשלח: דינסטאג יולי 31, 2012 1:39 am
דורך berlbalaguleh
בייס מיך האט געשריבן:בן בדד
די חברה וועלען טרעפען און יעדע זאך עפעס נעגעטיוו, איך ווייס א ביהמ"ד וואס די שווארץ קוקערס האבען געמאכט אז מען זאל מער נישט פארקויפען קיין בלומען ערש"ק, פארוואס?? ווייל עס איז א פרוי'אישע זאך!! עס ברענגט הירהורים (איך גלייב מיר רעדען פון די זעלבע ביהמ"ד)
רחמנא ליצלן!!!! ווי קראנק קענען מענטשן זיין!!! איך גלייב אז זיי זענען נישט געקומען צום מעמד הר סיני אויך נישט, עס איז דאך געווען דארט בלומען............!!!
נעווער מיינד בלומען. סאיז דאך געווען פרויען רח"ל, ביים מעמד הר סיני.

נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 9:24 am
דורך נייגעריגער
ס'דערמאנט מיר א ווארט וואס אן ארץ ישראל'דיגער האט מיר אמאל געזאגט: "אז ביי די פרומקייט ענינים וואס איז דער חילוק צווישן אמעריקאנער יודן און ארץ ישראל'דיגע, אז אן ארץ ישראל'דיגער העט טאקע אן קיין פראבלעם קוקן און רעדן צו א היימישע אידענע וואס גייט צניעות'דיג אנגעטאן, משא"כ דער אמעריקאנער חאניאק העט עס אויסמיידן [און אפילו גייענדיג אין גאס אויב העט ער באמערקן מיטן שפיץ אויג א פרוי העט ער זיך אייקוועטשן און שנעל אריבערלויפן] און אפילו ווען יא וועט עס זיין כמי שכפאו שד, אבער ווען עס קומט צו קוקן אויף א פריצות'דיגער גוי'טע וועט דער אמעריקאנער זיך ערלויבן א גוטן הסתכלות [נאכאמאל, די פרוי וועט דאך נישט פארשטיין אז דער חסידי'שער אינגערמאן איז דא עובר…], און דער ארץ ישראל'דיגער וועט זיך ענדערש איינהאלטן!". ע"כ דברי אותו הישראלי.
א ביטערע געלעכטער, אבער ס'שפיגלט גוט אפ דער מציאות [כ'וועל נישט רעדן לגבי ס'חילוק פון אמעריקאנער צום ארץ ישראל'דיגער צו ס'אמת, אבער דער פוינט איז זיכער א גוטער].
נשלח: מיטוואך יאנואר 30, 2013 5:31 pm
דורך משכיל
דער פראבלעם איז אז דעם יצר פון עריות קען מען נאר באקעמפן מיט תורה און היסח הדעת, און די אלע וואס פרובירן צו באקעמפן דעם יצר מיט אנדערע מיטלען ווערן נאך מער אריינגעדרייט און זינדיגן מער, ווייל דער מענטש אליין פון אינענוויניג באקומט כסדר תאוה'דיקע מעסעדזשעס פון זיין אייגענעם סיסטעם יעדע 20 מינוט ביי אינגערע מענטשן וכו' וואס האט נישט צו טוהן מיט גארנישט פון דרויסן, סא די וואס זיינען עוסק מיט דעם איז פשוט ווייל זיי רעדן זיך איין אז ווי לאנג זיי זיינען עוסק אין טוהר המחנה קענען זיי רואיג טראכטן פון די גראפישע מחשבות זייערע.
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:36 pm
דורך היסטאריקער
איינער האט אמאל געפרעגט קאשויער רב זצ״ל (וועלעכער איז ווי באקאנט געווען א שטארק פרומער) וואס ער זאל טון ביים טאל בוט וועגן איבערגעבן פאר א פרוי אין די האנט
האט ער גענטפערט, טראכט נישט אזופיל פון די פרוי, געב דאס געלט און פאר ווייטער
ודפח״ח
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
איינער האט אמאל געפרעגט יצחק אבינו (וועלכער איז באקאנט אלס גאר א ערליכער) אבא האיך מעשרין את המלח.
אלעס די זעלבע משוגעת.
שנייד די קרעפלעך!
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 1:47 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:שנייד די קרעפלעך!

נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:20 pm
דורך הדד בן בדד
משה געציל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:שנייד די קרעפלעך!

לא זכיתי להבין
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:22 pm
דורך diff
נייגעריגער האט געשריבן:ס'דערמאנט מיר א ווארט וואס אן ארץ ישראל'דיגער האט מיר אמאל געזאגט: "אז ביי די פרומקייט ענינים וואס איז דער חילוק צווישן אמעריקאנער יודן און ארץ ישראל'דיגע, אז אן ארץ ישראל'דיגער העט טאקע אן קיין פראבלעם קוקן און רעדן צו א היימישע אידענע וואס גייט צניעות'דיג אנגעטאן, משא"כ דער אמעריקאנער חאניאק העט עס אויסמיידן [און אפילו גייענדיג אין גאס אויב העט ער באמערקן מיטן שפיץ אויג א פרוי העט ער זיך אייקוועטשן און שנעל אריבערלויפן] און אפילו ווען יא וועט עס זיין כמי שכפאו שד, אבער ווען עס קומט צו קוקן אויף א פריצות'דיגער גוי'טע וועט דער אמעריקאנער זיך ערלויבן א גוטן הסתכלות [נאכאמאל, די פרוי וועט דאך נישט פארשטיין אז דער חסידי'שער אינגערמאן איז דא עובר…], און דער ארץ ישראל'דיגער וועט זיך ענדערש איינהאלטן!". ע"כ דברי אותו הישראלי.
א ביטערע געלעכטער, אבער ס'שפיגלט גוט אפ דער מציאות [כ'וועל נישט רעדן לגבי ס'חילוק פון אמעריקאנער צום ארץ ישראל'דיגער צו ס'אמת, אבער דער פוינט איז זיכער א גוטער].
A shikse is lav, not erva
נשלח: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:28 pm
דורך נייגעריגער
diff האט געשריבן:A shikse is lav, not erva
אבער כ'מיין נאך אלץ נישט אז ס'ערגער קוקן אויף א צניעות'דיג אנגעטון היימישע מיידל ווי אויף א פריצות'דיגע גוי'טע וואס איז אנגעטאן אזוי ספעציעל צו ציען צו…
נשלח: מוצ"ש פעברואר 02, 2013 8:10 pm
דורך קאצקע ציקער
ביי אונז רופט מען עס
one track minded!!
נשלח: פרייטאג פעברואר 08, 2013 3:06 pm
דורך זר זהב
אינעם ספר מסילות גד - אמרי מוסר וחסידות, הארות והדרכות, מפי הגה"ח המחנך רבי גד אייזנר זצ"ל, משגיח רוחני בישיבת חידושי הרי"ם - שטייט אזוי: בענין שמירת העינים והמחשבה, היה אומר שהנכון הוא שלא עשות 'עסק' מכך, כי כאשר עושים עסק מהענין - אפילו שהעסק הוא לסור ממנו - עלול הדבר להיות נדבק אליו.
אמר: בין אלה שנוסעים רק עם "טעקסי" (נישט מיט'ן סיטי באס) בגלל שמירת עינים, ישנם שאינם מבחינים שביושבים ב'טעקסי 'מונח' ראשם כל הזמן במחשבה על 'מה איננו רוצה לראות'.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 2:15 pm
דורך הדד בן בדד
פארגאנגענעם שבת איז געווען דער יארצייט פון הרה"ק ר' משה'לע זווילער זי"ע, דער בעל המעשה פון דעם אשכול, האב איך דעריבער צוריק ארויף געברענגט געם אשכול צום אויבן אן. כדי אז די וועלכע האבן אים נאך נישט געזען זאלן זען און די וואס יא זאלן מאכן חזרה, ווייל דאס איז זייער וויכטיג אויף נישט צו פארפארן.
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
יישר כח הדד.
די אלטע אשכולות דערמאנען אלטע ניקס וועלכע זענען שוין פארגעסן געווארן... למשל "בייס מיך".
נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 4:19 pm
דורך הקטן
בייס מיך האט געשריבן:בן בדד
די חברה וועלען טרעפען און יעדע זאך עפעס נעגעטיוו, איך ווייס א ביהמ"ד וואס די שווארץ קוקערס האבען געמאכט אז מען זאל מער נישט פארקויפען קיין בלומען ערש"ק, פארוואס?? ווייל עס איז א פרוי'אישע זאך!! עס ברענגט הירהורים (איך גלייב מיר רעדען פון די זעלבע ביהמ"ד)
רחמנא ליצלן!!!! ווי קראנק קענען מענטשן זיין!!! איך גלייב אז זיי זענען נישט געקומען צום מעמד הר סיני אויך נישט, עס איז דאך געווען דארט בלומען.........!!!
און פרויען