בלאט 2 פון 2
Re: רובאשקין: זיץ!
נשלח: דאנערשטאג מאי 19, 2016 6:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תורה ומדע, ארץ ישראל איז א פיינע לאנד און געוואלדיגע גוטע זאכען זענען ארויס פון די התחדשות פון דער אידישע ישוב דארט. אבער צו הערצל'ס פראבלעם און זיין לעזונג דערצו האט עס נישט. סך הכל האט ער אויפגעוויזען אז התבוללות איז נישט קיין ישועה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: רובאשקין: זיץ!
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 8:03 am
דורך טאמבל סאס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עממם, אי משום הא, האט דער מציאות נישט אויפגעוויזן אז הערצל'ס חלום האט אן אחיזה אין מציאות. יא, מ'איז אין א"י, אבער קארופציע און ראסיזם עקזיסטירט דארט פונקט ווי אין פראנקרייך. ועוד והוא העיקר, דער לעבען איז גארנישט מער פארזיכערט פון אכזריות'דיגע מערדער'ס ווי אין פראנקרייך אין 1903
גייסטו יעצט אריין אין א נייע פראבלעם וואס קענען מיר טוהן צו שליכטן די פראבלעמען וואס פלאגט מדינת ישראל ווי אלע מדינות. דאס איז נאכנישט קיין תירוץ גענצליך אוועקצומאכן הערצל'ס חלום בשעת ווען מיר זיצן אין א מדינה לא לנו און שוויצן אומזינסט אין א נחלת זרים. לכה"פ איז דארטן דיין לעבן נישט קיין ציהל נארווייל דו ביסט א איד.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: רובאשקין: זיץ!
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 8:17 am
דורך טאמבל סאס
קארעקשאן: ער האט אויפגעוויזן אז 'אינדיווידועלע' התבללות וועט נישט לעזן און נישט ווייל ס'וועט טאקע נישט לעזן נאר ווייל דא הערשט א געוויסער צעמישעניש. די געליטענע זענען זיך טאקע מתבולל אבער ווייל
די לעצטע קימערן זיך מער נישט טוען די פריש אנגעקומענע אויפ'ן סצענע זיך פארופן אויף די מתבוללים לאמר: "קוק, מיר זענען זיך מתבולל און פונדעסטוועגן לייזט עס נישט די פראבלעם." ווי דער כולל אינגערמאן וואס זאגט, קוק ווי קלוג מיר זענען, מיר האבן קאנטריביוטעד א איינשטיין. נאר צוזאגן א מינוט שפעטער, וואס איז נעבעך געבליבן פון זיי אלע. זייערע קינדער ווייסן שוין נישט פון קיין אידישקייט צוזאגן.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Re: רובאשקין: זיץ!
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 8:42 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם כל, דארט איז דיין לעבען יא א ציל פאר'ן זיין א איד.
צווייטענס, וואס איז דער נ"מ צו מ'זיצט אין תפיסה אין אמעריקא צו אין א"י? מיט וואס מיינט מען אז דער געזעץ און מדינה דארט פיהרען לייכטער צו א זעלבסשטענדיגע אידישע לעבען? איך זעי מעלות און חסרונות אין ביידע, און קיין ענדגילטיגע פסק האב איך נישט. דארט מוז מען גייען אין מיליטער צו זיין אן אנשטענדיגע מענטש, הנהנה מיגיעת כפו וקובע זמנים ללמוד. מיליטער איז קלאר א פגם אין דער מענטשהייט, הן מצד הפסיכולוגי הן מצד המדות, ופשוט. דארט האט מען אויפגעשטעלט אזא מין סאציאליסטישע ווערטשאפט, אז לעבען באשיידענעהייט און ציען א נארמאלע חיונה איז באלד אוממעגליך. אמעריקא, מיט איהר קארופציע'ס, לאזט פיהל שנעלער בויען אן אייגענעם ווערטשאפט.
ווידער אבער, דארט איז דא מער אידישקייט אין גאס, און דער לעבענסשטייגער אנערקענט אידישע פליכטען פיהל מער ווי דאהי.
בקיצור, א לעזונג דארף מען אבער נישט דאס איז עס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 9:29 am
דורך תורה ומדע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:תורה ומדע, ארץ ישראל איז א פיינע לאנד און געוואלדיגע גוטע זאכען זענען ארויס פון די התחדשות פון דער אידישע ישוב דארט. אבער צו הערצל'ס פראבלעם און זיין לעזונג דערצו האט עס נישט. סך הכל האט ער אויפגעוויזען אז התבוללות איז נישט קיין ישועה
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
זייטס מוחל ר' ליטוואק, אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. נאך מער נאך דער שואה האבען אידען נישט געהאט ווי זיך אהין צו קערען, והדברים עתיקין..
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:09 pm
דורך גאנצל
פארוואס טוט טאקע דער אידישע מדינה זיך נישט אננעמען פאר רובאשקין ?
און בכלל איז דען נישט געווען דער פלאן פון דר. הערצל אז אנטי סעמיטיזעם זאל קומען צו אן ענדע דורך זיין מדינה און זעלבסשטענדיקייט ?
מר. קאווע טאמער חלילה ס'ברעכט אויס א מלחמה ספעשיל מיט איראן אדער אזעלעכס גייט דר. הערצל'ס מדינה זיין די פלאץ צו אנטלויפן
און ביי די וועי דריק איך אויס מיין מחאה פאר אזעלכע ווערטער וואס האט אין זיך א כפירהדיגע געדאנק
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:10 pm
דורך טאמבל סאס
וואס האט רובאשקין געטוהן פאר די מדינה זיי זאלן זיך אננעמען פאר איהם?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:15 pm
דורך גאנצל
הייסט די אידישע מדינה וואס האט זיך אויפגעשטעלט אך ורק צו העלפן אידן האט א תנאי קודם וועם זיי העלפן.......... נישטא ווער ס'זאל לאכן
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 1:38 pm
דורך טאמבל סאס
יעצט קומסטע? ווי זאגט דער פסוק. ווען איך האב געוואלט האסטו נישט געוואלט וכו'
דער אמת איז אבער אז זיי נעמען נאך אן. ס'איז נאכנישט צו שפעט. נאר אז מ'וואוינט אין האוואי (?) על סיר הבשר און מ'איז נישט אינטרעסירט דורש צו זיין בשלומה של ארצינו, מיט וואס ביסטע א מחותן? פלוצלונג ווען מ'פאלט אריין אין פראבלעמען זוכסטו מיר אויף? אצינד סיריעסלי, וויאזוי ווילסטו ישראל זאל אים העלפן. כבין בטוח דו האסט גערעדט סארקאסטיש אמת?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 3:50 pm
דורך גאנצל
איך האב אוודאי געמיינט סארקאסטיש וועלנדיג ווייזן דערמיט אז די גאנצע פוינט פון די אשכול איז סארקאסטיש........
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:07 pm
דורך [NAMELESS]
תורה ומדע האט געשריבן: אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. .
סאו פארוואס דרייען זיי זיך דא רוב ימות השנה פאר געלט אויב מ'שפייזט זיי דארט?
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:20 pm
דורך קאווע טרינקער
בן אדם האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן: אבער אהן דר. הרצל וואלטן נישט עגזיסטירט די תמכין דאורייתא ווי די צה"ל און די משרדים וואס פראטעקטען און שפייזען די אלע אויבען דערמאנטע זאכען. .
סאו פארוואס דרייען זיי זיך דא רוב ימות השנה פאר געלט אויב מ'שפייזט זיי דארט?
טאקע נאר די וואס זעהן נישט איין הערצל'ס אויפטו קומען דא פאר געלט
נשלח: פרייטאג מאי 20, 2016 5:55 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב מיך באצויגען צו די פריערדיגע וואס האבן געזאגט אז די מדינה זענען די תומכין דאורייתא און ווען נישט זיי איז נישט דא קיין אידישקייט וכו' וכו'
אה, זיי שטעלן דאך אויך צו בונקערס...
Re: רובאשקין: זיץ!
נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 7:39 am
דורך טאמבל סאס
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קודם כל, דארט איז דיין לעבען יא א ציל פאר'ן זיין א איד.
וואס איז דער נ"מ צו מ'זיצט אין תפיסה אין אמעריקא צו אין א"י? מיט וואס מיינט מען אז דער געזעץ און מדינה דארט פיהרען לייכטער צו א זעלבסשטענדיגע אידישע לעבען? איך זעי מעלות און חסרונות אין ביידע, און קיין ענדגילטיגע פסק האב איך נישט. דארט מוז מען גייען אין מיליטער צו זיין אן אנשטענדיגע מענטש, הנהנה מיגיעת כפו וקובע זמנים ללמוד. מיליטער איז קלאר א פגם אין דער מענטשהייט, הן מצד הפסיכולוגי הן מצד המדות, ופשוט. דארט האט מען אויפגעשטעלט אזא מין סאציאליסטישע ווערטשאפט, אז לעבען באשיידענעהייט און ציען א נארמאלע חיונה איז באלד אוממעגליך. אמעריקא, מיט איהר קארופציע'ס, לאזט פיהל שנעלער בויען אן אייגענעם ווערטשאפט.
ווידער אבער, דארט איז דא מער אידישקייט אין גאס, און דער לעבענסשטייגער אנערקענט אידישע פליכטען פיהל מער ווי דאהי.
בקיצור, א לעזונג דארף מען אבער נישט דאס איז עס
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
ווען די מאכסט א סטעיטמענט ברויכסטו עס אויך ערקלערן מיט סברא. ווען א איד ליידט אין חוץ לארץ פון די געזעץ אויטאריטעטן, א פרייער צו א רובאשקין איד קען איך הערן א טענה פון בלינדע אנטיסעמיטיזם. אבער ווען דער געזעץ טשעפעט זיך אהן אין א איד אין ארץ ישראל אז שווערער צו פארדייען אזא טענה. ווייל אלע זענען דאך אידן. הער איך איינער טענה'ן, שכוח, ווייל דא איז עס צווישן אידן און גוים און דארט איז עס צווישן פרומע און פרייע. איז קודם כל, ס'איז נישט אזוי סימפל. טשעפען זיי זיך דען מיט אלע פרומע? נאכדעם, איז עס שוין מער נישט א טענה פון בלינדע אנטיסעמיטיזם. דארף מען באטראכטן און בודק זיין בשל מה הרעה הזאת און צו ס'איז דא עפעס וואס מ'קען זיך פארבעסערן. און דאס איז אויף ביידע זייטן געזאגט. ווייל אז אלע זענען גלייכע בירגער האבן ביידע א רעכט צו פארלאנגען פארבעסערונג. משא"כ אין גלות. הייסט דאס אז מ'מאכט נישט אידן קיין ציהל אין ישראל בלויז פאר'ן זיין א איד און קיינמאל צוליב דאס אליינס. צווייטענס זאגסטו, דארט איז פיהל שווערער צו לעבן ווי אן ארנטליכער מענטש און מען דארף צופיהל טראכטן פון אנדערע. אמעריקע ערלויבט צו זיין מער סעלפיש. האב איך גוט פארשטאנען? קען זיין, אבער מיט סעלפישקייט קומט אויך מער אפאטיע און אינדיפערענץ פון דיינע שכנים. אלענפאלס זעה איך נישט ווי אזוי דאס האט דירעקט א שייכות צו דעם שמועס. וואס איז צו כלפי אנטיסעמיטיזם און מאטיריעל פארבעסערונג, איז הערצל'ס רעזולוציע נאכאלץ תלוי ועומד אדער נישט.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 5:45 pm
דורך תורה ומדע
תורה ומדע האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.
דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2017 9:07 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.
דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!
...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2017 12:28 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.
דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!
...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!
דאס איז א מהרש"א, כמדומה לי אין מס' מגילה
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:21 am
דורך חקרן
איי שבת-אחים, וואו ביסטו אזוי געפאלן??? - ווי אזוי האסטו געקענט שרייבן אז טראמפ איז דער לעצטער מענטש וואס וועט פארדענען ר' שלום מרדכי... זעסטעך וואס איז געשען...
אבי מ'קען זיך טשעפענען אין פרייליכע אומשטענדן... דו וואלסט געקענט באשטיין צו זיין נישט גערעכט, והנה... ברוך הויה פאר דעם.
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 12:33 am
דורך אביסעל שכל
berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!
לידיעה בעלמא ס'נישט גיווען צו שפעט רוב דייטשע אידן זענען אנטלאפן באצייטענס
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 3:45 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:איינע פון די סיבות פארוואס איך סאפפארט די טראמפ קענדידעסי איז פאר די סיבה. איך האלט אז מיט ריכטיגע שתדלנות וועט ער אפשר פארדאנען ר, שלום מרדכי שליט"א. נאך מער, עס איז מעגליך אז די גאנצע קרימינאל יוסטיץ סיסטעם אין די יו. עס. וועט אינטערגיין א גרונטליכער איבערטויש בעז"ה.
דא האט איהר. הנח להם לישראל, אם אינם נביאים, בני נביאים הם!
...שנאמר. יהללוך זר. ולא...פיך. פי'' אויב קיינער לויבט דיך נישט, זאלסטו דיך אליינס לויבן...!
דאס איז א מהרש"א, כמדומה לי אין מס' מגילה
שמעון וואלף: מ'קען געבן א לייק בתנאי. מיט א קוועסטשן מארק...?! בכל אופן איז עס א גוט ווערטל...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 22, 2017 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
אביסעל שכל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך קען אייך פארשטייען, אבער דאס פארמאכען הצלה, שומרים, מתעסקים און ניינציג פערצענט פון די ביקור חולים אינדוסטר"י איז מיר לאו דוקא אזא שלעכטע זאך.
עכ"פ צו א פאגראם קומט עס נישט בכל אופן.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
פונקטליך אזוי האבן די יעקישע יאהודים אין דעם מוטערלאנד דויטשלאנד געזאגט און געטראכט. (און געטון). דארט זענען געווען אסט יודען. אבער מיר זענען דאך ניכט קיין שמוציגע אסט-יודען. נאר געטרייע דייטשע בירגער. איי היטלער מיט זיין גרופ. די קאורטס, וועלכע זענען ממילא פול מיט יאהודים, וועללן שוין קעיר נעמען פון איהם. ס'איז דאך דא א קאנסטיטוציע אין אזא דעמאקראטיש לאנד ווי די וויימאר רעפובליק...! נו, אונז זעהמיר דאך מיט וואס די אלע חלומות האבן זיך אויסגעלאזט. ס'האט גענומען א קריסטאלל נאכט אויפצו וועקן די דייטשע אידן. אבער דאמאלס איז שוין געווען צו שפעט...!
לידיעה בעלמא ס'נישט גיווען צו שפעט רוב דייטשע אידן זענען אנטלאפן באצייטענס
א ביסל שכל: דו ביסט גערעכט. ס'איז נישט געווען צו שפעט. פון די זייט פון די נאציס,ימ"ש. זיי האבן נאך געלאזט די אידן עמיגרירן פן דייטשלאנד. פארשטייצעך, בעירום ובחוסר כל. אבער אין 1938/39, ביז'ן אויסברוך פון די 2'טע וועלט מלחמה האבן די אידן נישט געהאט וואואהין צו אנטלויפן. ווייל כמעט קיין איין מדינה האט זיי נישט געוואלטן אריינלאזן.
די סטאטיסטיק אז רוב דייטשע אידן האבן זיך געראטעוועט ווייס איך נישט...!