בלאט 2 פון 7
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:07 pm
דורך איך אויך
אוקעי שכויח פארן אויסקלערן.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:09 pm
דורך אלס ווייסער
איך אויך האט געשריבן:לויט יענעם ארטיקל איז עס טאקע געשעהן ביי
דעם ביעטש. יעצט פרעגט זיך די הארבע שאלה וואס זוכען 5 חשובע סאטמארע אידן ביי א נוד ביעטש? פעלט דען אנדערע מער אויסגעהאלטענע ביעטשעס אין מיאמי?
איז יעצט דען די סיזען?
אפשר איז דאס פון די אויסגעהאלטנסטע אין די מיאמי געגנט? אפשר זענען זיי געגאנגען איז א צייט וואס איז שטיל?
פאר מען ברעכט ארויס אזא תגובה מיט הארבע באשולדיגונגען קעגן א גרופע עלטערע יודן תלמידי חכמים און פילאנטראפן אפשר מאכט מען אביסעלע ריסוירטש ?
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
מיט אדמו"ר מונקאטש
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
ר' חיים פרנס איז געבוירן געווארן תשי"ב, דאס מאכט אים יעצט בערך 65
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:25 pm
דורך קאווע טרינקער
ווער האט זיך געגלייבט אז סאטמאר וועט אזוי שנעל ארויסגיין פון קאורט?
Re: סאטמערע ראש הקהל ר' יצחק ראזנבערג אומגעקומען אין וואסער
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:27 pm
דורך נעגעל וואסער
ס'באדערט מיר יעצט פיר קשיות.
א) באשעפער עד מתי?!
ב) פארוואס טוהט אזא טראגישע מעשה צושאקלען א יעדען ארויני אז זייער ליבע ראש הקהל אז ליידער אומגעקומען? ס'דארף באדערען א יעדען יוד בכל מקום שהוא אז א אידיש נפש איז ל"ע אוועק אזוי פלוצלינג! נישט קיין נפק"מ זיין סטאטוס אין די קהלה. כולנו בני איש אחד נחנו, און ממיינט אונז אלע.
ג) פארוואס גיי איך ארום ווי א נער און פארשפרייט דו ברעכעדיגע נייעס? ווייס איך נישט פון די גמרא "מוציא דבה היא כסיל"?
ד) פארוואס בשעת מעשה זייענדיג אינטער שאק, זאג איך צו פארן באשעפער אז איך גיי נאו מור זינדיגען, און א טאג שפעטער פארגעס איך אינגאנצן פון דעם צוזאג?
#כ'רעד_צו_מיר_אליין
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:32 pm
דורך געוואלדיג
א. אויב ווילסטו טאקע וויסן דאן גיי ארויף אויבן וועסטו פארשטיין.
ב. איך קען נישט רעדן וועגן יעדן, אבער עס באדערט מיר אויך, כאטש איך האב גארנישט מיט סאטמאר איינגעלייגט.
ג. דו האסט ליב די אטענטשן, בפרט אז דו שומעים זאגן דיר נישט אין פנים און טראכטן נישט בשעת מעשה פון די פסוק.
ד. עס איז נאכנישט א טאג שפעטער, קענסט נאך אנהאלטן דיין הבטחה.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:34 pm
דורך יואליש
ראשעקאל האט געשריבן:/
אויפן בילד זעהט מען דריי פון די פינעף אידן אינוואלווד אין די פארשוועמונג. יצחק ראזענבערג ע"ה, חיים פרנס ע"ה און להבדיל בין חיים לחיים אהרן ווערצבערגער.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:42 pm
דורך שבת אחים
לדעתי איז די מוסר השכל פון די טראגעדיע איז אז א מענטש איז גארנישט... אונז רעדן זיך איין אז נאר אויב מ׳האט מיליאנען אין באנק און ריעל עסטעיט וועט מען האבן מכל טוב וטוב און לעבן א חיים טובים, אבער למעשה זענען אונז גארנישט מעהר פון cockroaches מיט אביסל מעהר שכל און סמארטפאונס, געלט און פאוער קען אונז נישט ראטעווען פון מאמע נאטור!
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:43 pm
דורך איך אויך
פאר ר' יצחק קומט אויך אקעגן דעם גרויסן זכות פון 'היכל ראזענבערג' וואס איז כידוע נאר פאר נאן-סטאפ לערנן. אלע אנדערע ענליכע צענטערן ארום די וועלט האבען עם נאכגעמאכט.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:44 pm
דורך דבילה
דער עולם ווארט מיט שפאנונג פאר אן אפיציעלע אנטשולדיגונג מטעם המוסדות אויף יעדן איינציגן קינד וואס איז געווארן אהיימגעשיקט צוליב די עלטערן וואס זענען געגאנגען באזוכן אין א ביטש וכו'.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:50 pm
דורך שמעון וואלף
איך אויך האט געשריבן:פאר ר' יצחק קומט אויך אקעגן דעם גרויסן זכות פון 'היכל ראזענבערג' וואס איז כידוע נאר פאר נאן-סטאפ לערנן. אלע אנדערע ענליכע צענטערן ארום די וועלט האבען עם נאכגעמאכט.
איך נעם נישט אוועק זיין זכות פאר מנדב זיין היכל רוזנברג אבער היכל חי-ה (אדער וויאזוי עס הייסט) אין סאטמאר-53, לעיקוואד מנין, אמונת ישראל ועוד ועוד, האבן עקזיסטירט פאר היכל רוזנברג
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:54 pm
דורך איך אויך
אין די אלע פלעצער דאווענט מען דריי מאל א טאג ,שיעורים ,סעודות און טישן לרוב. לויט וויפיל איך ווייס איז דער ערשטער צו בויען א מקום מפואר מיוחד נאר פאר לערנען 24/7 געווען היכל ראזענבערג.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 2:55 pm
דורך יעקב מענטש
שבת אחים האט געשריבן:לדעתי איז די מוסר השכל פון די טראגעדיע איז אז א מענטש איז גארנישט... אונז רעדן זיך איין אז נאר אויב מ׳האט מיליאנען אין באנק און ריעל עסטעיט וועט מען האבן מכל טוב וטוב און לעבן א חיים טובים, אבער למעשה זענען אונז גארנישט מעהר פון cockroaches מיט אביסל מעהר שכל און סמארטפאונס, געלט און פאוער קען אונז נישט ראטעווען פון מאמע נאטור!
דיין התחלה איז מער פון ריכטיג אבער דיין מסקנה איז ראנגער פון ראנג.
די גרעסטע מוסר השכל פון די מעשה איז אז שוב יום אחד לפני מיתתך, און קיינער קען נישט אנצייגען ווען דער יום אחד איז.
א איד ווי רבי יצחק ע"ה (געווען א גרויסע בעל חסד, און איך זאג עס אלץ טיילווייזע זאלי)מיט אזויפיהל נכסים, וואלט אנדערש געפיהרט זיין לעבן ווען ער ווייסט אז היינט איז זיין גורלדיגע טאג, איך גלייב אז ער האט נאך גערעכענט צו בלייבן לעבן ביז כאטש ערגעץ אין די ניינציגער, און ער זיך מן הסתם אנגעגרייט אויף די רעטייערמענט, מיט צוטיילן זיינע נכסים, כך וכך פאר די קינדער און כך וכך פאר זיינע מוסדות, וכו', און דא האט דער בורא עולם אים אפגעשטעלט אינדערמיט.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:04 pm
דורך ליפא
Englender is back home in our building. Just spoke to him.
No boat involved. They went swimming. Strong wind started blowing. Englender, Wertzberger and Herschkowitz did not go too far and were able to swim out. Parnes and Rosenberg were very far out and got caught in a rip tide.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:05 pm
דורך גנדי
מיין פרעזענליכע מוסר השכל איז:
איך זאל נישט ווארטן אז איך וועל נאך גיין צום ביעטש אין פלארידא ווען איך וועל ריטייערן און זיין אלט. נאר איך זאל אריינכאפן יונגערהייט און אנפייפען די מוסדות, ווייל איך ווייס נישט מה יולד יום.
איך גיי שוין באשטעלן א טיקעט פאר וועקעישאן...
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:12 pm
דורך גאנצל
מאך זיכער אז דו קומסט אהיים..........
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:13 pm
דורך שעפטל
גאר א ווייטאגליכע טאג פאר חסידי סאטמאר בפרט און פאר צענדליגע קהילות ומוסדות התורה בכלל, און פאר הונדערטער צו טויזענטער אידן וואס האבן כסדר נהנה געווען פון אזא אדם גדול, א רחים ומוקיר רבנן, ראש וראשון לכל דבר שבקדושה, מגדולי בעלי צדקות ביהדות החרדית
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:27 pm
דורך שמעקעדיג
כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים.
וואו ביסטו א גאנץ יאר? ואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס?
שוין, וואס רעד איך יעצט זייטיגע זאכן. אינאיינעם מיט כלל ישראל בין איך שאקירט און צושאסן פון די בשורה רעה ה"י, וואס האט פאסירט פון איין מינוט אויפן צווייטן.
דער באשעפער זאל טרייסטן אלע אידן און די משפחה בפרט, און מהיום והלאה זאל מען שוין נישט דארפן טרייסטן, יעדער זאל געזונטערהייט אויסלעבן זיינע 90 יאר אמן.
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:31 pm
דורך אברך משי
90 איז צו ווייניג, לאממער זיי געבן בעין יפה, הונדרעט און צוואנציג
ויהי רצון שלא ישמע שוד ושבר בגבולינו ונשמע ונתבשר בשורות טובות
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:34 pm
דורך אברך משי
שמעקעדיג האט געשריבן:כשזה קם זה נופל, ווען דער ראש הקהל ווערט נפטר, שטייט שעפטל אויף תחיית המתים.
וואו ביסטו א גאנץ יאר? וואס ווארטסטו אויף טראגעדיעס?
בכלל, שעפטלן מיט זיין צוגעמאכטע מויל אויף דער בילד, עס בלייבט פארמאכט אפילו ווען ער זאגט שוין יא עפעס
קוקט אויס א משתתף בצערן של ישראל דער שעפטלן
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 3:38 pm
דורך שעפטל
וואס זאל איך אייך זאגן, איך בין באמת צוטרייסעלט, איך האב געקענט דעם באליבטן ראש הקהל ז"ל פון דערנאנט פאר די לעצטע 15 יאר. אסאך גערעדט מיט אים, מיטגעהאלטן אסאך וואס ער טוהט, אן ערענסטע פארלוסט!
ער איז לכולי עלמא מודה געווען א גענעראל, און א שטאלצע שטארקע!
נשלח: דינסטאג מאי 17, 2016 4:05 pm
דורך [NAMELESS]