בלאט 10 פון 12

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 3:48 pm
דורך נעקסט לעוועל
שאלתיאל האט געשריבן:א זאפטיג שטיקל פון חיים שאשקעס'ן בוך ''א וועלט וואס איז פארביי'' ווי ער שרייבט איבער די ''צונעמענישן'' וואס איז געווען איינגעפירט אינדערהיים אין שטעטל
1 .PNG
2.PNG
קום אריין מיט מער אינפארמאציע
וואס איז דעם ביכל ?
פון קומט עס ?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 4:01 pm
דורך שאלתיאל
נעקסט לעוועל האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:א זאפטיג שטיקל פון חיים שאשקעס'ן בוך ''א וועלט וואס איז פארביי'' ווי ער שרייבט איבער די ''צונעמענישן'' וואס איז געווען איינגעפירט אינדערהיים אין שטעטל
1 .PNG
2.PNG
קום אריין מיט מער אינפארמאציע
וואס איז דעם ביכל ?
פון קומט עס ?
איך ווייס נישט צופיל אינפארמאציע איבער דער מחבר, ער האט געהייסן ד"ר חיים 'הנרי' שאשקעס און איז געווען א דזשורנאליסט און רייזענדער וואס האט באזוכט אסאך יידישע קהילות איבער דער וועלט, בעיקר אין די יארן נאכן קריג, ער האט ארויסגעגעבן עטליכע אינטערסאנטע ביכער פון זיינע רייזעס ''מסעות ר' חיים'' ''צווישן יידן אין ווייטע לענדער'' און נאך. די ציטאטן אויבן איז פון זיין אטא-ביגראפישע בוך '' א וועלט וואס איז פארביי: קאפיטלעך זכרונות'' .
מ'קען עס דאונלאדן דא https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... zikhroynes

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2022 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
זיסע מעשיות. ספעציעל די מעשה מיט דעם יונגערמאן וואס איז געלאפן צום סלאנימער רב פרעגן א שאלה איבער זיין ווייב וואס איז געגאנגען צו קינד (כלשונו של המחבר) 5 חדשים נאך דער חתונה. און דער קלוגער ענטפער פונ'ם רב...!

איך האב געקענט איינעם וואס זיין ווייב איז געגאנגען צו קינד קוים 4 חדשים נאך דער חתונה.

נאר ביז דער יונגל וועט אויפוואקסן וועט מען שוין פארגעסן פון די גאנצע מעשה. אז די חתונה פון זיינע (חשוב'ע) עלטערן איז גאר געווען א.."שאט-גאן-וועדדינג"...!

Re: זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 28, 2022 7:55 am
דורך טאמבל סאס
יענער אשכול איז אפגעשפארט סאוי לייג איך עס דא
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... ource=app

"און טוישן דעם מצב און 'פנים' פונעם ארטאדאקסישער געמיינדע"
'אחור' וואלט געווען מער אקוראט..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 26, 2023 2:24 pm
דורך טאמבל סאס
ווייל די חלה איז נישט געווען אויפן טיש ווען ער האט אין שטוב אריינגעטראטן, מיט א הונגער שווערער ווי אוראניום.

אדער פילייכט א משפיע אויף לינקעדין גאר

ולהנ"ל קומט אויס אז יענקעלע דינן, דער בעל שמחה, וואס פארארדענט יא, שפירט ווארשיינליך אז יעדער פרייט זיך געוויס מיט זיין רויע קינד

אלנפאלס, באגניגנט ער זיך אבער נישט מיט די פערזענליכע הזמנות, קוקט אויס. א באזונדערע גליסטונג האט ער אז ס'גאנצע גאס זאל שטייענדיג נאקעט, ערב שבת, מיט די לענגערע בערד,

די פליגער מאמעס מיט די קורצע ארבעל און פאלשע שמייכלען

א קורץ, שווער געבלימטע בעקיטשע

האט ער זיך אויך די נאמען אריינגעלייגט מיט גרעבערע בוכשטאבן.

דא פון הבל וריק
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=15910

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 2:43 am
דורך טאמבל סאס
ממש ווי ר' שמעון נאכן מערה האט עס מיר געדריקט, פארשטייט זיך פאר אנדערע אורזאכן און ווייט פון א הייליג פלאץ

אסאך מאל זעהט מען טאקע אזא זיידע ביי א שמחה, אזא נישטיגע זיידע, און ס'פאלט ביי אזא מחשבה'לע "ווער דארף דיך דא".

און הגם ער זעלבסט מאכט דערפון נישט קיין ניצן, קען ער אבער פרוכטבארן אן אייניקל צו וואס, וואס קען יא מאכן דערפון א דבר השלם.

שם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2023 12:14 pm
דורך צפת
טאמבל סאס האט געשריבן:
די פליגער מאמעס מיט די קורצע ארבעל און פלאסטישע שמייכלען
כצ"ל

נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 11:17 am
דורך כלבאשבוע
PHOTO-2023-03-22-23-54-39.jpg

נשלח: מיטוואך מערץ 29, 2023 12:36 pm
דורך צקון לחש
א יוטוב קאממענט בענין גענדער איידענטיטי
!As a black Japanese woman identifying as an 18-th century battle ship, this hurts my feelings

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 3:51 am
דורך וואלווי
Wait until Trump finds out that all this time he had the right to remain silent...

Jimmy Kimmel -

Re: זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 6:41 pm
דורך טאמבל סאס
"אויך די מענער זענען אויף שפּעט. אין טונקעלע רעסטוראן, זיצן זיי פיר חברים, מיט די גראבּע מאשינען אויף די הויזן, כלערליי וועיפּ געצייג אין האנט, און האַקן געפּרעגלטע חאזעריי, כחצות הלילה, א נאכט ביפאר, זכר למכת בכורות."
@הבל וריק אין אשכול ערבי פסחים.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 31, 2023 6:53 pm
דורך ליימדארפער

Re: זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

נשלח: זונטאג אפריל 02, 2023 3:59 am
דורך טאמבל סאס
https://r.tapatalk.com/shareLink/topic? ... source=app

"די מצות זענען שוואך, רוב זענען שברים."
הרב שיף

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

Re: זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער

נשלח: מיטוואך אפריל 05, 2023 5:46 am
דורך טאמבל סאס
איך פלעג ליינען אסאך מעשיות פונעם מיטלאלטער און תלמידי בעש"ט, דער מהר"ל מיט די בלוט-בילבולים א.ד.ג., ווי דער גלח צי פריץ האט געפייניגט דעם ארעמען נעבעכדיגן גלות-איד ביז דער רב/רבי האט גע'פועל'ט א ישועה, און איך פלעג מיך אלץ וואונדערן פארוואס דארף מען צוקומען אז דער רבי זאל אונז ראטעווען מיט זיינע כוחות הקדושה ווען מ'קען די גאנצע רדיפות אויסמיידן דורך אליינס ווערן פריצים און גלחים?

דער אמת איז אז איך האב קיינמאל נישט געהייראט… בשעת איך בין נאך געוועהן א יושב על הגדר (100% אין שפאן בין איך קיינמאל נישט געגאנגען, פון אלס קליין קינד), האט מען מיך פרובירט אריינצופעקלען מיט שוואכע סחורה אבער איך האב מיך נישט געלאזט.

איינס פון די זאכן וואס די פריערדיגע אייגנטימער האבן איבערגעלאזט איז געוועהן אן אויסגעלאשענעם פרידזשידער אנגעפולט מיט עסן וואס האט אנגעשטינקען די גאנצע ד' אמות ארום, און כדי צו באשטעטיגן צי ס'איז נאך אין א נוצבארן צושטאנד צי נישט האט מען עס געדארפט עפענען

אין רביהק אינטערוויאו מיט תוהו ובוהו אשכול

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: זונטאג אפריל 09, 2023 9:13 pm
דורך דערוועקט
אין 'שריפט' דעם פסח:

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 2:21 pm
דורך שאלתיאל
זיך אנגעשטויסן אין די פאלגענדע אויסצוג ''כל בדיחות לוי'' פון 'עולם הזה' צייטונג פברואר 1978.

(אין די מדינה אין די 70' יארן האט צירקולירט א פאפולערע זשאנער באוויסט אלץ '''בדיחות דוד לוי'', רשעות'דיגע דזשאוקס אויף דער מאראקאנער ליכוד פאליטיקאנט דוד לוי וואס האט אים געמאכט לחוכא וטלולא. בעיקר איז דער שפאט ארום זיין דינען אלץ שר חוץ מיט א צובראכענעם ענגליש. ער און זיינע שטיצער האבן געטענה'ט אז דאס איז ריין ראסיזם, אזוי צו אזוי האט זיך עס צוגעקלעבט צו זיין פובליק אימעדזש און עווענטועל רואינירט זיין קאריערע)

m-29.png

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:38 pm
דורך מתבודד
דערמאנט מיר פון פאפא, יעדע סטופיד זשאוק ווערט צוגעשמידט צו זיי...

נשלח: פרייטאג אפריל 14, 2023 3:59 pm
דורך מונטסורי
ליימדארפער האט געשריבן:https://twitter.com/hasidic_1/status/16 ... 2177299457

פינקי...
ווער איז דער טאקע? איך גלייך זייער זיין שטימע, שוין באלד בעסער ווי דער ארגינעלער פינקי :D

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 9:24 am
דורך טאמבל סאס
נאר ווי מיין זיידע ר' בערל האט געשריבן, איז עס פון די הינדרעטער אדווערטייזמענט, רוב דערפון פון די ארגענעזאציעס וואס האבן ארויפגעשוואמעט די לעצטע צוויי יאר, וואס זענען דא אייך צי העלפן און באגלייטן אייער קינד

פון @שערי יושר - דא viewtopic.php?p=521263#p521263

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:22 pm
דורך שאלתיאל
.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:45 pm
דורך צקון לחש
שאלתיאל האט געשריבן:
64482511515318441.jpg
די מדינה האט ממש געראטעוועט אידישקייט, סיי ביי די וואס זאגן יא הלל און סיי ביי די וואס זאגן דוקא נישט, בסוד די ביהכ"נ וואו איך גיי נישט אריין. לחיים כלל ישראל!

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:51 pm
דורך שאלתיאל
.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 5:05 pm
דורך יין שרף
שאלתיאל האט געשריבן:
צקון לחש האט געשריבן:
שאלתיאל האט געשריבן:
64482511515318441.jpg
כו"ע מודי אז די מדינה האט געראטעוועט אידישקייט, סיי ביי די וואס זאגן יא הלל און סיי ביי די וואס זאגן דוקא נישט, בסוד די ביהכ"נ וואו איך גיי נישט אריין. לחיים כלל ישראל!
100 פראצענט. כ'האב אבער געבעטן די אחראים זאלן עס אויסמעקן ווארום, במחשבה שניה, וויל איך נישט שפעטן פון אנדערע וואס האלטן אנדערש. (כ'האף זיי וועלן עס אויסמעקן) עניוועי, חג שמח.
יש להסתפק הרבה אויב איז בכלל א תרתי דסתרי צו זאגן הלל און פאסטן אויף ה' אייר...


(Btw בטעות אנשטאט לייקען די פיקשער האב איך עס באריכטעט... און יעצט זעה איך אז איך האב מכוון געווען צו דיר..)