בלאט 9 פון 11
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:32 pm
דורך איש עברי
אבי גערעדט האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:http://m.nydailynews.com/1.1715987
וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן
די טענה איז אויף די מענטשן וואס רעדן? די טענה איז אויף די וואס האבן געהאדעוועט און מגדל געוועהן א דור וואס מען דארף אנזאגן נישט זיך צו עפענען דאס מויל ווען א קאמערע איז אין די געגנט.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:33 pm
דורך פלעין יודיש
מנחם אבראמאוויטש האט געשריבן:אבי גערעדט האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:http://m.nydailynews.com/1.1715987
וויפיל מאל דארף מען בעטן נישט צו רעדן צו די מידיא, אזא קליפ ברענגט פאזעטיוועטי פון גוי צום ארטאדאקס? ווער רעדט נאך פון די ענגליש וואס זיי רעדן
נאר מ'זאל לאזען נידערמאן רעדן? מוטב שידברו אלף אנשי קרית יואל ולא ידבר נידערמאן אחד
יא אבער פארוואס קליינע בחורימלעך???
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:41 pm
דורך אליצפן
ראשעקאל האט געשריבן:http://m.nydailynews.com/1.1715987
נאכן זען דעם ווידיא שעם איך זיך אז איך בין א חסידישער איד. פשוט איך שעם מיך.
#אינאףסעד
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 6:49 pm
דורך מנחם אבראמאוויטש
פרעג די אלע רבנים וואס האבען אינטערגעשריבען אויף דעם עצרת. זיי וועלן אלע זאגען פה אחד אז נישט נאר מדארף נישט נאר מען טאר נישט לערנען ענגליש מיט די בחורים.
בראשם די הייליגע וויזשניצער שליט"א, וואו דרייסיג יעריגע יונגעלייט וויסן נישט וויאזוי מען שרייבט פיליס טערעס.
ס'איז א דור וואו יעדער פרובירט איבערצושטייגען דעם צווייטען אין פערדישקייט.
אויב אין וויזשניץ קען מען נישט ענגליש פארברענט מען אין סקווירא הייזער, און אויב אין סקווירא ברענען בנינים טוט דער נעקסטער אן גארבידזש בעגס פאר די פרויען.
ביז די תורה וואס מ'פרעדיגט היינט איז אזוי נאנט צו דער אריגינעלער טעקסט וואו א סעמסונג איז גלייך צו א טעלעגראם.
און דו גיי מיט זיי צום טיש, פליז.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 7:22 pm
דורך דריידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך גיי ניסלעך פאר ר' דושינסקי, ער ווייסט גענוי וויאזוי צו טאנצען אויף 5 חתונות. היינט ביי מהרז"ל מארגן ביים ראב"ד, איבערמארגן ביים גאב"ד און נעכטן ביי מהר"א. זעהט אויס אז ער האלט פונקט ווי מיך, אז אלע זענען גלייך.
---
ס'טוט מיר וויי אז כ'בין נישט געגאנגען צום עצרת, צוליב דעם בין איך יעצט פסול לעדות, אבער לויט די בילדער פון דא און דארט מיין איך אז מיר גייען פאראויס! יא, "אויבן-אן" איז א פארגאנגענהייט, ריזיגע פלאקאטן זענען אויך נישט געווען, האלב סאטמאר ווערט מער מעסיג - כאטש ביים כינוס כלל ישראל האבן זיי זיך טועה געווען, גייען זיי צום בעסערונג. די אנדערע האלב, וואס ראדני מיט אירע רוחות זענען איינגעגלידעט אין זיי, קומען ארויס צו זיין מער א באזונדערע אפגעשיידטע קולט, א שטייגער ווי לב טהור, קענען זיך נישט צוזאמשטעלן מיט דעם המון. 48 פון בארא פארק, מיט זיין שיינע שטימע, זאל ער מיך מוחל זיין, גייט ארויס א פארלירער, עצרת נאך עצרת פארלירט דער דעם opportunity צו זיין אין די "ספר הזכרונות" פון יהדות החרדית תש"ע יארן וכו'.
---
אה, שיעור נישט פארגעסען, און וואס איז בנוגע די גיוס בני הישיבות?
ווער ווייסט...
גערעכט. רב דושינסקי איז א קליגער אבער שטילער איד וואס האט טויזענטער, יא טויזענטער חסידים און קוים וואס מ'הערט פון אים. ער פארמאגט גאר א שטארקע איפלוענס און קאנטראלירט די עדה החרדית, נישט דורך טעראר נאר פשוט ווייל רוב חברי הנהלה רעספעקטירן זיין שכל הישר און רירן זיך נישט אן אים.
איך האב געהערט אז זייענדיג אין לאנדאן איז א געוויסע רב געווען ביי איהם און געפרעגט היתכן ער לאזט צו גראבן קברים אין בי"ש. האט רב דושינסקי געענטפערט, וואס זאל איך טין, איך בין נישט קיין מורה הוראה און קען נישט פסקענען ווייס איך נישט צו די הלכה איז ווי די גאב"ד אדער ווי די ראב"ד, די ביסט דאך א רב אפשר זאגסט מיר וואס די הלכה איז!
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:09 pm
דורך עוד מישהו
צו מיינע טייערע פריינט, א פשוט'ע קשיא, אויב מיין ארבעטס קאלעגע זעט דעם קליפ און לכאורה האט ער עס שוין געזען, וואס זאג איך אים? איך וויל נישט אויסקוקן ווי דער בחור וואס קוקט אויס האלב שיכור, אדער דער אינגערמאן וואס זאגט נאך א דרשה וואס מהאט אים געברעינוואשד.
מיין קאלעגע איז א גוי, ער ווייסט אז אין א"י איז דא א דרעפט וואו אלע מוזן זיך שטעלן, וואספארא מין תירוץ איז דאס אז אונז דארפן דאווענען אין לערנען און די ארמעי לאזט נישט, פעלן דען בילדער פון סאלדאטן וואס דאווענען אדער לערנען.
ווי אזוי בין איך אים מסביר פארוואס א גאנצע לאנד דארף זיך מאביליזירן, און פארוואס אונזערע קהילות זענען אנדערש פון יעדעם אז זיי מוזן נישט גיין.
איך וויל נישט אויסקוקן ווי דער ליימענער גולם פונעם ווידעא קליפ, איך דארף א לאגישע און ראציאנאלע תירוץ וואס לייגט זיך אויפן שכל פון א גוי.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:16 pm
דורך לשוא הכיתי
ערשטער קאמענט אין דעילי מעיל נוכח צורת קהלינו משמי ניו יארק;
r d franklin, bangkok thailand, United Kingdom, 25 minutes ago
Owning a hat shop in New York seems a good idea.Read more:
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... z2vVwZELmb Follow us: @MailOnline on Twitter | DailyMail on Facebook
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
@נאך איינעם, דער תשובה איז גארנישט אזוי שווער ווי ס׳קוקט אויס. טאמער אונז, תורה אידען וואלטען גוט פארשטאנען דער נושא, וואלט עס געווען אסאך לייכטער צו ערקלערען. איך האב נישט געזען דער קליפ, אבער איך קען זיך פארשטעלען וואס איז געשעהן. א גוי קען רעספעקטירען א רעליגיע וואס איז ווייט פון איהם, אבער זיי האבען נישט אונזערע פארגעבליכע צוגאנג צו א היפאקרי׳׳ט.
אז מ׳פארשטייט אז לערנען איז נישט נאר נאך א מצוה, און דער מעשה פון לערנען איז נישט פראסט ליינען א ספר, נאר זיך ארויסטוהן פון די וועלט און זיך אריינטוהן אין גאט׳ס וועלט. אז מ׳פארשטייט אז נאר מיט אזא ארבעט קען מען וויסען א הלכה על בוריה, נישט מיט א בעל כשרון וואס ליינט שנעל, טייטשט און חזר׳ט און געדענקט, א שטייגער ווי שאר חכמות, נאר ער טוט זיך אריין אויף יעדער סברא און קשיא, הייבט שוין אהן צו וויסען אז תורה איז א לעבען, נישט א מעשה וואס מ׳טוט פאר׳ן דאווענען אדער צו ענדיגע דער דף. דער מיליטער פאר א בחור בשנות הבנותו לאזט נישט אזא לעבען אנהייבען. דער גוי קען דאס נישט פארשטייען, אבער ער קען הערען פון דיר אז דאס איז א לעבענשטייגער אין וואס מיר גלויבען אין גאנצען, און דער געפאר איז אויף איהר גאנצע עקזיסטענץ אין א׳׳י.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:36 pm
דורך I'm back
קוקנדיג אויף די בילדער, זעט אויס אז עס איז געווען א ריזן עולם דארט!
איך וואלט געשאצט א גוטע 3-4000 אידן.
מי כעמך ישראל. H
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 8:49 pm
דורך עוד מישהו
שכויח בודאפעסטער, יעצט טייטש דאס איבער צו ענגליש אלעס וואס דו האסט געשריבן, גיי צו זשאני וואס וויל וואוסן וואס גייט פאר, און זאג אים די הלכה זאכן. איך רעד נישט פון א גוי א נאר, איך רעד פון איינער וואס קען זיך אויס, ער רעספעקטירט אנדערע רעליגיעס און ער איז אינגאנצן מסכים אז אונז האבן א רעכט און א חוב אנצוגיין מיט אונזער מסורה און הלכה, ער קען אבער נישט פארשטיין מיט וואס זענען אונז אנדערש פון יענעם.
איך קען אים נישט זאגן א סברא "תורה איז אונזער לעבן", דאס איז גוט פאר אונז נאר א איד קען דאס פארשטיין, איך דארף פשוט לאגיק, נישט תורות.
אויסערדעם דיין לעצטע זאץ קען איך זיכער נישט זאגן, די עקזיסטענץ פון ישיבות איז נישט אונטער קיין שום געפאר, עכ"פ ועדת שקד האט קיינמאל נישט אריינגעטריבן אלע ישיבה בחורים אין מיליטער, נישט אויף יעצט און אויך נישט אין צען יאר ארום.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:19 pm
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 9:50 pm
דורך בעל הבית
א גרוסע עוולה.
פארוואס האט כ''ק אדמו''ר מגריבוב שליט''א נישט באקומען עפעס א כיבוד אזוי געוועדליך?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 10:19 pm
דורך יואליש
א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 10:55 pm
דורך דריידל
לאמיר שוין זאגן אז מ'קען מסביר זיין פארוואס חרדים דארפן נישט און זאלן נישט דינען אין מיליטער, אבער וויאזוי געט מען צו פארשטיין פשט פון טאנצן נאכן עצרת?
משוגעים!
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 11:14 pm
דורך זלמן זאפיר
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 11:53 pm
דורך קאווע טרינקער
אלע עדמורים מעגן זיך אפלערנען פון איין קלוגע איד אויף דער אויבנאן....
דער איינציגסטער רבי וואס האט מיטגעברענגט הענדטשוך, איז דער נאוואמינסקער.
זעהסט, אזא רבי דארף מען, איינער וואס האט שכל. שעמהט זיך נישט פון די "ס'פאסט נישט"
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 12:38 am
דורך טיטאניק
יואליש האט געשריבן:א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
ברעיקינג:
עוז והדר האלט שוין אינמיטען גיין נאכגעלט פאר א נייע אויפלאגע פון די לאנג געזיכטער ספר "עצרת תפלה"
עס וועט אינהאלטען אלע סארט תפילות פאר אלע סארט עצרת'ער, ווי צניעות צה"ל סעל פאונס אינטערנעט און אפילו א עקסטערע אפטיילינג פון תפילות און סגולות פאר די וואס האבען די "עצרת" מוצאי פסח......
ווי אויך וועט זיין קאלורפולע בילדער פון הרב פאלק'ס דרשה, מיט זייער קלארע אנוויזינגען ווי אזוי פרויען טארען נישט גיין
עס וועט זיין ציבאקימען אין אלע פארמאטס און אויך אין לעדערנע באנד מיט עכט גאלדענע אותיות פאר צאנזער אייניקלעך כמנהג בית גריבוב
ס'הייסט אז ביי די חנוכת הבית פון בית המדרש פוזנא גייט עס ארויס קימען אלץ א פריוויו און ביי די חנוכת הבית פון עוזר והדר שיל אין מאנסי גייט עס זיין פילקאם געדעקט 20 מאל
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 1:29 am
דורך [NAMELESS]
באקאנטע מענטשן ביי די עצרת
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 1:32 am
דורך [NAMELESS]
/
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 5:02 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס וויל איך דיר זאגען. מ׳דארף נישט קיין לאגיק אז ער זאל פארשטיין. מ׳דארף נאר קענען איבערגעבען דיין גלויבונג מיט פעסטקייט אז דאס איז אונטערגעברענגט א גאנצע לעבען. טאמער דיין פראבלעם איז אז דו ביסט נישט אזוי זיכער, איז גאר אן אנדערע זאך. לערן איבער נפש החיים שער ד׳ און חוסן יהושע און דערמאן זיך פון אלטע יסודות און פראביר צו פארגעסען פון די הבלי עוה׳׳ז וואס דעקען צו דער אמת.
טאמער דו דארפסט עס אויף ענגליש, נא דיר.
Ultimately, its the passion, the fire in the belly that explains and wins the fight
דאס ברענגט ארויף אן אנדערע נקודה. מ׳וואלט געדארפט אינערליכע ׳עצרות הסברה׳ ערקלערען פאר׳ן פרומע ציבור וואס דא טוט זיך. מיט רעדענערס תלמידי חכמים קלוגע, נישט וואס האבען א פראבלעם מיט ׳ציונות׳ נאר פארשטייען אליינס וואס תורה מיינט. כ׳על אבער נישט האלטען דער אטעם.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 9:04 am
דורך Ben-Shishim
מאטי האט געשריבן:איך האב א מורא׳דיגער פלאן. זאלן זיך די אלע בחורים וואס זענען ארויסגעווארפן געווארן פון א ישיבה צוזאמען נעמען און זאגן ״אויב האבן מיר נישט קיין ישיבה ביזן קומענדיגן זמן גייען מיר אריין אין צה״ל. יעדער בחור זאל ארויס שרייבן וועלכער ראש ישיבה האט אים ארויסגעווארפן און אזוי וועט מען צוטיילן קרעדיט פאר דיזע ראשי ישיבות לויט וויפיל בחורים זיי האבן אריינגעשטעלט אין צה״ל. סוף כל סוף וואס זענען די בחורים שולדיג אז א היימישער איד מיט א לאנגע בארד וואס האקט אויף ציונות האט זיי ארויסגעווארפן פון ישיבה, און נישט יאיר לפיד.
Now this makes a little more sense
Much better then just criticisam, action is always the right thing to do.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 10:34 am
דורך שרייבער
טיטאניק האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:א היימישע ספרים שראנק האט אלעמאל פארמאגט א סעט מחזורים, תיקון ליל שבועת, קינות לת"ב, סליחות, קרבנות ותשליך. יעצט קומט צו א לעדערנע באנד עצרת תפילה המבואר.
וועלכע אנשי כנסת הגדולה האט באשלאסן וועלכע קאפיטלעך תהילים, פיוטים פון קינות און פסוקי ייחוד מאכן די פיינעל קאט פונעם חיבור?
ברעיקינג:
עוז והדר האלט שוין אינמיטען גיין נאכגעלט פאר א נייע אויפלאגע פון די לאנג געזיכטער ספר "עצרת תפלה"
עס וועט אינהאלטען אלע סארט תפילות פאר אלע סארט עצרת'ער, ווי צניעות צה"ל סעל פאונס אינטערנעט און אפילו א עקסטערע אפטיילינג פון תפילות און סגולות פאר די וואס האבען די "עצרת" מוצאי פסח......
ווי אויך וועט זיין קאלורפולע בילדער פון הרב פאלק'ס דרשה, מיט זייער קלארע אנוויזינגען ווי אזוי פרויען טארען נישט גיין
עס וועט זיין ציבאקימען אין אלע פארמאטס און אויך אין לעדערנע באנד מיט עכט גאלדענע אותיות פאר צאנזער אייניקלעך כמנהג בית גריבוב
ס'הייסט אז ביי די חנוכת הבית פון בית המדרש פוזנא גייט עס ארויס קימען אלץ א פריוויו און ביי די חנוכת הבית פון עוזר והדר שיל אין מאנסי גייט עס זיין פילקאם געדעקט 20 מאל
קענסט צולייגן, מנהג בית נאווימינסק איז צו גיין מיט א טלית ביים עצרת, מנהג בית קלז"ב צו גיין מיט א טלית אויפן טילופ, מנהג בית סאטמאר צו גיין אן א טלית
איינער ווייסט פשט פון דעם טלית? אין ארץ ישראל איז אויך אזוי געווען?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 10:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אור-אלטע מנהג איז אז יעדער דבר שבציבור לייגט מען א טלית. ד.ה. א שבת הגדול דרשה, א בעל תפלה (אפילו צו מנחה-מעריב) און אזוי איז איינגעפיהרט אין רוב בתי מדרשים מיט אלטע מנהגים עד היום. ד.ה. פלעצער ווי מ'זאגט נאך קידוש פרייטיג צו נאכט וכדו'. אין א"י איז דער מנהג ביי הספדים (נישט ביי לוויות) אז מ'גייט א טלית. אז דו ביסט מוחל דיין כבוד, ייש"כ אבער איך בין נישט מוחל מיין כבוד אלס איינער פון דער ציבור.
איך האב דא בייצולייגען א נוסח הסליחות פאר קומעדיגע עצירות\עצרות אבער ס'איז צו גרויס.
דאהאט איהר א לינק צום פייל אויף היברובוקס.