בלאט 9 פון 14

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 7:31 pm
דורך שטערן
New York - Governor: New Yorkers Will Be Allowed To Vote In Any Polling Place

http://www.foxnews.mobi/quickPage.html? ... roteus.fma

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:40 pm
דורך שרייבער
נו
קומט היינט נאכט א "בלעק" אוט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:43 pm
דורך זר זהב
דא אין קאווע קומט גארנישט, זוך דיר עפעס בעסערס וואו מיטצוהאלטן די וואהלן. דא קערט מען נאר וויפיל א איד דארף גלייבן און נאך אלץ זיין א איד.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
מיין פרעדיקשען: אבאמא גייט געווינען שטערקער ווי די פאול'ס ווייזן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 2:22 pm
דורך Accountant
מיין פארדיקשאן: מארגן גייט מען הערן איין פראגע, ווי אזוי האבן די רופאבליקאנער פארלוירן א פארמעסט וואס זיי וואלטן געדארפט גרינג געווינען? נישט נאר דעם פרעזידענט אמט נאר אויך דעם סענאט. ס'וועט זיך יאווענען דעה זאגער וואס גייען דערקלערען די רופאבליקן פארטיי אלס א פארגאנגענהייט; מען וועט הערן אז די טיי פארטיי הארגעט עס; אויב זיי הערן נישט אויף מיט זיין שטרענג אויף אימעגראציע, וואס דאס מיינט אז די היספאנישע גייען נישט שטימען פאר זיי, קענען זיי קיינמאל מער נישט געווינען; אויב טוישן זיי נישט זייער מהלך איבער די פרויען אישאוס, איז סיומא דלעלם.

די קאנסערוואטיווע טאלק שוי חברה וועלן שרייען אז ס'קומט ווייל מען האט גענומען א ליבעראלן קאנדידאט, זיי וועלן הויעך חלומען ווי אזוי ס'וואלט געווען אויב הערמאן קעין וואלט ווען געווען דער קאנדידאט, ער וואלט זיכער געווינען מיט אפאר טויזענט עלעקטארל וואטס. כ'רעד שוין נישט אויב שרה פעילן וואלט געווען די קאנדידאט, ס'וואלט געווען ממש ימות רעיגאן.

אויב זענט איר א דיי הארד רופאבליקן, גייט איר האבן אפאר שלעכטע טעג, איר גייט אייך דארפן פארענטפרן פאר אייערע פריינד, אייער ווייב, ווי אזוי איר האט געקענט זיין אזוי ראנג, כ'מיין, יעדער האט דאך געוויסט אז אבאמא גייט עס מאכן (חכמים לאחר המעשה). לאמיך אייך בארואיגען, כבר היה לעולמים, ס'איז אמאל געווען א 2008 יעדער האט דערקלערט די רופאבליקן פארטיי אלס טויט, דערנאך איז געווען א 2010 יעדער האט דערקלערט די דעמעקראטישע פארטיי טויט. מען שטארבט נישט אזוי שנעל, ס'קומט א 2014 די רופאבליקאנס האבן זייער, זייער גוטע שאנסן צו געווינען דעם סענאט, די דעמעקראטן דארפן דיפענדען אסאך מער זיצן ווי די רופאבליקאנער, און זייער זיצן זענען אין רופאבליקאנע גענויגטע אדער סווינג סטעיטס, ס'וועט זיין א מיד טוירעם ווען די פארטיי פונעם פרעזידענט פארלירט געווענדליך זיצן. נאך יענע אילעקשאנס, גייט יעדער דערקלערען די דעמעראטישע פארטיי אלס טויט, יעדער גייט וויסן אז רייען גייט באזיגען מרת קלינטאן אין 2016. אזוי גייט עס, ס'איז א גלגל החוזר, אמאל געווינט איין זייט אן אנדערס מאל געווינט די צווייטע זייט.

ס'איז אמת, די רופאבליקאנער פארטיי האט פראבלעמען, בפרט אז זיי געווינען נישט די היספאנישע, אויב דאס האלט אן, גייען סטעיטס ווי טעקסאס און אריזאנע ווערן סווינג סטעיטס גאנץ שנעל. אבער די דעמעקראטן האבן זיך זייערע פראבלעמען. קיינער איז נישט פראבלעמענלאז.

מאכט זיכער זיך נישט צו נעמען צום הארצן, און פריידט אייך אויב דאס איז אייער גרעסטע פראבלעם.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:08 pm
דורך [NAMELESS]
Accountant האט געשריבן:מיין פארדיקשאן: מארגן גייט מען הערן איין פראגע, ווי אזוי האבן די רופאבליקאנער פארלוירן א פארמעסט וואס זיי וואלטן געדארפט גרינג געווינען? נישט נאר דעם פרעזידענט אמט נאר אויך דעם סענאט.

זייער שיינע אנאליז. פארוואס האלטסו אז די רעפובליקאנע וואלטען גרינג געדארפט קענען געווינען?

ביי דע וועי, היינטיגע צייטן (נאך די בוש גאור דורעכפאל) קימט שוין נישט ארויס קיין עקזיט פאול'ס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 4:25 pm
דורך Accountant
ראשעקאל האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:מיין פארדיקשאן: מארגן גייט מען הערן איין פראגע, ווי אזוי האבן די רופאבליקאנער פארלוירן א פארמעסט וואס זיי וואלטן געדארפט גרינג געווינען? נישט נאר דעם פרעזידענט אמט נאר אויך דעם סענאט.

זייער שיינע אנאליז. פארוואס האלטסו אז די רעפובליקאנע וואלטען גרינג געדארפט קענען געווינען?

ביי דע וועי, היינטיגע צייטן (נאך די בוש גאור דורעכפאל) קימט שוין נישט ארויס קיין עקזיט פאול'ס?


ווייל דער מצב הפרנסה איז נישט גוט, ווייל אבאמא איז א דורכפאל פון א פרעזידענט, ווייל אבאמא איז א בעל גאוה שאין כמוהו.

עקזיט פאולס קומען נישט ארויס זינט בוש-קערי אילעקשאן. דעמאלס האבן די עקזיט פאראויס געזאגט אז קערי גייט עס מאכן אבער בוש האט עס געמאכט. ס'גייט נאר ארויסקומען, בערך פינף אזייגער, די דעמיגראפיע פון די וואס האבן געוואוט, וויפעל ווייסע, שווארצע, מענער, פרויען וכדומה, און וואספארא אישאוס ס'האט זיי פאראינטערסירט. זיי אבער געווארענט נישט צו לייגן צופיל אכט דערויף ווייל ס'איז נאר ווער ס'האט היינט געשטימט, א גרויס חלק האבן שוין געשטימט פריער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:07 pm
דורך לעמיל
גייט דא איינער אופדעטען דורך אויס די נאכט? עס קוקט אויס די עולם איז זייער ביזי היינט וואטען עס איז היבש שטיל דא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:36 pm
דורך שמעקעדיג
יעצט באקומען א טעקסט:

ביזדערווייל האלט אבאמא פאראויס, אבער מען ווארט אז די ווייסע וועלכע זענען ביי די ארבעט זאלן אהיימקומען און גיין וואוטן און דערנאך וועט מען זען א שטיקל פארבעסערונג פאר ראמני...

אויב אבאמא גייט געווינען (וועלכע שטערט מיר נישט צו שטארק) וועל איך האב א נצחון אין די "אוהבי ישראל" וועלכע מאכן יום תפלה'ס אזא ראמני זאל געווינען, און אבאמא (דער מ'כלומר'שטער שונא ישראל) זאל פארלירן. איך וויל זעהן זייער ווי געשריי (ביי "וואס איז נייעס", אד"ג..)

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:50 pm
דורך שמואל הלוי
אין צוויי סטעיטס, אינדיאנע און קענטאקי ענדיגט מען שטימען אין צען מינוט ארום.

7:00 ענדיגן נאך 3 סטעיטס, נארט קאראליינע, וועסט ווירזשיניע, און אהייא.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:50 pm
דורך שמואל הלוי
דא קען מען זעהן א מאפע ווען מ'ענדיגט

בילד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:51 pm
דורך [NAMELESS]
עפעס עקזיט פאול'ס זענען שוין ארויסגעקימען?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:52 pm
דורך שעפטל
ראשעקאל האט געשריבן:עפעס עקזיט פאול'ס זענען שוין ארויסגעקימען?

עי-פי'ס עקזיט פאול איז טאקע יעצט ארויסגעקומען וואס זאגט אז די אקאנאמיע איז די העכסטע אישו אין די וואלן.

41% פראצענט זאגן אז די גאווערנמענט זאל מער טוהן.
53% זאגן אז די גאווערנמענט טוהט צו סאך....
אין 2008 איז עס געווען פארקערט 51-43

אינגאנצן 25% זאגן זיי שטייען בעסער ווי פיר יאר צוריק
(איך וואלט געזאגט ס'איז קאווע שטיבל באניצער.....)

א סי-בי-עס עקזיט פאול צייגט:
60% זאגן אז די אקאנאמיע איז די גרעסטע אישו
4% וויזוי מ'פירט זיך מיט די אינדרויסענדיגע לענדער
74% האבן געזאגט אז די אקאנאמיע איז שלעכט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 5:54 pm
דורך [NAMELESS]
דאס קיקט אויס ווי גוטע נייעס פאר ראמני. ניין??

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:06 pm
דורך שעפטל
נאך אן עקזיט פאול: (כ'נעם נישט קיין אחריות דערויף!)

ס'איז גאר טייט דא!!!.

ראמני קוקט אויס האט נאורט קארליינע און פלארידע

אבאמא האט אהייאו, ניו העמפשער, פענסלעוועניע, מישיגען און נעוואדע

בלייבט איבער: ווערדזשיניע, קאלאראדא, אייווע

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:27 pm
דורך זר זהב
שעפטל האט געשריבן:נאך אן עקזיט פאול: (כ'נעם נישט קיין אחריות דערויף!)

ס'איז גאר טייט דא!!!.

ראמני קוקט אויס האט נאורט קארליינע און פלארידע

אבאמא האט אהייאו, ניו העמפשער, פענסלעוועניע, מישיגען און נעוואדע

בלייבט איבער: ווערדזשיניע, קאלאראדא, אייווע

דאן בלייבט גאנישט איבער און אבאמא געווינט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 6:58 pm
דורך sunbar
איינער קען אפשר ברענגן א לינק צו ווי מען קען מיטהאלטן לייוו די רעזולטאטן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:01 pm
דורך [NAMELESS]
נא יארק טיימס געט אגאנצן צייט אפדעיט'ס
http://elections.nytimes.com/2012/resul ... overage?hp

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:06 pm
דורך פיקציע
אדער אויף עי בי סי ניוז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:30 pm
דורך שעפטל
אין געוויסע שטעט איז שוין די וואל בודקעס פארמאכט!
ראמני געווינט אנדיענע און קאנטאקי
אבאמא געווינט ווערמאונט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:34 pm
דורך משה געציל
ראשעקאל האט געשריבן:עפעס עקזיט פאול'ס זענען שוין ארויסגעקימען?

א עקזיט פאול באזירט אויף די שוואכע טערנאוט אין די חרדישע ווילאמסבורג געגנט צייגט, אז די וויכטיגסטע אישו וואס אפעקטירט די מערסטע די וויילער איז די ״הייליגע״ פאליטיק.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:41 pm
דורך כ׳בין פריי
IMPORTANT MESSAGE FROM THE OBAMA RE-ELECTION COMITEE
نيست نقش ديوار و >نقش سايه دگر نمي دان نور اگر رفت سايه پيدا نيست ننور اگر رفت سايه پ

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 7:58 pm
דורך [NAMELESS]
איך קום יעצט צוריק פון וואוטען , און די נייע ״קאמפיאטער״ סיסטעם איז א דעזעסטער. די גאנצע פרייוועסי וואס פלעגט אמאל זיין אין די בודקעס איז בטל געווארען , מ׳דארף זיך ארומדרייען מיט די גע׳באלי׳טע צעטעל ביז מ׳קען עס פיטערן אין א סקענער אריין , און דערווייל קען יעדער זעהן פארוועם מ׳האט געוואוט. האב איך טאקע געקענט זעהן פארוועם יעדער האט געשטימט. ב״ה אז חסידישע אידן זענען שוין פארמעגלעך און דארפן מער נישט צוקימען צו די נארישע דעמאקראטישע פראגראמען, און איך האב טאקע געזעהן ביי די צעטלעך פון היימישע אידן ״נאר״ וואס וואוטען פאר ראמני.