בלאט 8 פון 8

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 8:44 am
דורך געוואלדיג
שוין גענוג פארדרייט דעם אשכול, צוריק אין חדר אריין... עם... אינעם אשכול אריין.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 9:32 am
דורך וואלווי
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


העי, כ'בין מוחה!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 11:14 am
דורך berlbalaguleh
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?

חסיד פון ליטא: וואספארא הוה אמינא האסטו אז שבת אחים איז ח"ו נישט קיין שומר שבת...!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 22, 2018 4:33 pm
דורך שבת אחים
חסיד פון ליטא האט געשריבן:שבת אחים, דו האלטסט אז טאמער וואלט דער אהבת ישראל צוגעזאגט פאר דיין זיידע אייניקלעך שומרי שבת וואלסטו געבליבן א שומר שבת?


ווילסט הערן א מעשה אדער ווילסט פרעגן נערישע אומרעלעווענט קשיות?

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 11:15 am
דורך [NAMELESS]
ק/פ
אבינו מלכנו קרע רע גזר דיננו

רייסט איין פאר רבינו שליט"א וואס דארף דורכגיין אן אפאראציע צוליב קאמפליקאציעס מיט די קישקעס. דאקטוירים זענען גאר שטארק באזארגט איבער די מצב.

מניני תהילים שטעלן זיך יעצט אין אלע וויזניצע צענטערן צו איינרייסן ביי אבינו מלכינו פארן רבין א גאנצע רפואה!


געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2018 2:39 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:געווענדליך עס איך נישט קיין קישקעס שבת, אבער איך נעם זיך אונטער היינט יא צו קויפן קישקע לכבוד שבת.
You never know!!


האסט פארגעסען אנזאגען די בני בית אז ס'שבת זכור די וואך און אנגרייטען עמל"ק קוגעל?

קרעו שערי שמים

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 2:46 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
רבותי רייסט איין
דער מצב איז איום ונורא

השתדלו והרבו תחינה בעבור כ"ק אדמו"ר הגאון הקדוש רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש

עס איז זייער קריטיש, אידן דאווענט פאר די צדיק הדור זאל ער שוין האבן א רפו''ש אינגיכן

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2018 3:20 pm
דורך [NAMELESS]
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:רבותי רייסט איין
דער מצב איז איום ונורא

השתדלו והרבו תחינה בעבור כ"ק אדמו"ר הגאון הקדוש רבי מרדכי בן מרגליא לרפו"ש

עס איז זייער קריטיש, אידן דאווענט פאר די צדיק הדור זאל ער שוין האבן א רפו''ש אינגיכן

אקעי די מצב איז עטוואס רוהיגער ב"ה

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:01 am
דורך [NAMELESS]
יעצט איז טאקע געפערליך...
והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:33 am
דורך ביבער
איך מיין ס'איז צייט אריינצומישן PETA

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:52 am
דורך איסר האטלקי
כ'האב אלעמאל געמיינט אז די וויזני'צע האבן נישט קיין שכל. איך זע ווי זיי רייסן איין יעצט בתפילה ותחנונים פארן רבי'ס געזונט, ציה איך צוריק. זיי ווייסן יא וואס ס'ווארט זיי אפ נאכן רבי'ן....

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 9:53 am
דורך איסר האטלקי
פארמעקט לבקשת הרבים.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:30 am
דורך [NAMELESS]
ווילאנג עטס זענטס נישט אויף די זעלבע בעט וואס ער איז יעצט קענט עטס ווייטער מאכן ליצנות.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:34 am
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:לאמיר אלע האפן אז דאס מאל וועלן די מצוקים געווינען און אראלים וועלן מיאוס פארלירען.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:13 am
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:ווילאנג עטס זענטס נישט אויף די זעלבע בעט וואס ער איז יעצט קענט עטס ווייטער מאכן ליצנות.

מיינסט א וודאי ביי די 96 יאר יא? נישט א שלעכטע ברכה...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:43 am
דורך שבת אחים
איסר האטלקי האט געשריבן:כ'האב אלעמאל געמיינט אז די וויזני'צע האבן נישט קיין שכל. איך זע ווי זיי רייסן איין יעצט בתפילה ותחנונים פארן רבי'ס געזונט, ציה איך צוריק. זיי ווייסן יא וואס ס'ווארט זיי אפ נאכן רבי'ן....


די מענדליסטן האבן נישט קיין שכל. די וויזניצע איז עס ווי איינער. איינער יא און איינער נישט. פונקט ווי אין אלע אנדערע חסידות׳ן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:48 am
דורך שבת אחים
ביבער האט געשריבן:איך מיין ס'איז צייט אריינצומישן PETA


כ׳פארשטיי נישט די שייכות. ווי קומט דא אריין PETA?

1)ווייל ער לעבט אויף מאשינען און מפייניגט אים?
2)ווייל ער איז עסט נישט קיין פלייש די לעצטע צוואנציג יאר?
3)סתם געהאקט א לאטקע אן קיין פשט?

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 11:53 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך דענק אז געוויסע מענטשען האבען אן עבודה לערבב את השטן צו רעדען מיאוס אויף א שכיב מרע. אנדערש קען איך נישט פארשטייען די לעצטע פאר תגובות דא אין די אשכול.

זאל ער האבען א רפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
מען זאגט אז די מצב שמעלערט זיך.

ליהוי ידועה דאס ענין פון אןיסבעטען לעבען פאר א צדיק א תלמיד חכם איז מער פאר אונז ווי פאר עם, עס איז א זכיה פאר די דור יעדע מינוט וואס ער לעבט זיינע זכותים גיבן זיכער צו צום קיום העולם

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:54 pm
דורך איסר האטלקי
דער לעצטער אמת'ער צדיק פון דור. ער האט אלע עמודי עולם תורה עבודה און גמ"ח.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 1:57 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:דער לעצטער אמת'ער צדיק פון דור. ער האט אלע עמודי עולם תורה עבודה און גמ"ח.

וואס?
נישט פארהאן מער צדיקים??? מיינסט א צו זאגן פון די אדמורי"ם קען מען הערן אבער מען זיך דינגען ווי למשל רחמיסטריווקה ב"פ פשעווארסק אמשינוב ועוד

#שתלן בכל דור ודור

Re: בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא שליט''א מוויזניץ

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איסר האטלקי האט געשריבן:פארמעקט לבקשת הרבים.
די תגובה פאר דעם איז אויך פונקט ווערט צו פארמעקען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2018 9:10 am
דורך פשטו ידיכם
ברוך דיין האמת.
נצחו אראלים את המצומקים.