בלאט 8 פון 8

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 9:42 pm
דורך berlbalaguleh
א חסיד פון ווילנא: מהר"א קר"י שליט"א פארט נישט אויף קיין שבתון'ס דאס איז א ציוניסטישע זאך. אזוי ווי עסן דיפס אום שב"ק האבן אויך די ציונים איינגעפיהרט. ביים רעבי'ן זכיסע יאגן אליינע האט מען דאס קיינמאל נישט געזעהן. ווייל ער איז געווען אן אונגערישער איד...!

נייערט אין סאטמאר פארט מען אויף שבת התוועדות'ן. און מ'טינקט איין חלה אין קאטשאניא. וואס איז זייער א גוט מאכל. ווייל איך בין אויכעט אן אונגערישער איד...! נאר איך בין אויך א ציוני. ממילא עס איך אויך פארשידענע ערליי דיפס לכבוד שב"ק. אויך זאג איך 3 מאל א טאג..."ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים"...!

נשלח: דאנערשטאג מאי 06, 2021 10:43 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:ע"פ הלכה דארף מען יא מאכן א הדלקה

וואט דע העלל איז ראנג מיט דיר?

אויב האלטן אנדערש ווי דיר איז ראנג, דאן איז עפעס ראנג.

איך בין גרייט צו צאלן שיין אויב קענסטו מיר אראפשרייבן די ביאור ע"פ הלכה אז עס ליגט א חיוב אויף הגה"ק מהר"א שליט"א צו פייערן אן הדלקה אום ל"ג בעומר.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 1:09 am
דורך שמעקעדיג
רבותי, ביטע זיך האלטן צום טעמע פון אשכול.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 2:23 pm
דורך [NAMELESS]
סטאלינע רבי טוהט למעשה

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 6:19 pm
דורך פאליטיקאנט
די המודיע האט שוין גערעדט איבער די מירון סכנה אפאר יאר צוריק, אבער גלייך בארואיגט אז "בזכות ר' שמעון" און "בדרך נס" איז אלעס פיין און גוט!


(גענומען פון דא)

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:30 pm
דורך מהיכי תיתי
חתם סופר האט געשריבן:סטאלינע רבי טוהט למעשה

קומט אריין באריכטען אז פארענטשעס זענען צוזאמגעפאלן אין סטאלין יעצט שבועות ביינאכט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:07 pm
דורך בן-עולם-הבא
די פארש-קאמיסיע איבער דער אומגליג אין מירון האט די פאריגע וואך אויסגעהערט עדות-זאגן פון א צאל פונקציאנארן וואס זענען
געווען פאראנטווארטלעך אויפן ציון און אויפן ארגאניזירונג פון ל"ג בעומר.

די צעלייגערס וואס האבן זיך געפלעגט שטאלצירן מיט זייערע שטעלעס, האבן זיך דא געמאכט טאמעוואטע. דער פאליציי קאמאנדיר
שמעון לביא, הרב שמואל רבינוביץ, אלי פריינד, הרב ישראל פרויליך, יוסף שווינגער, ישראל דרעי, יעדערער פון זיי האט געווארפן
דעם שולד אויפן צווייטן.

די פארש-קאמיסיע וועט זיך נישט אפשטעלן ביי די דאזיקע פארשוינען. זי וועט ארויף גיין העכער, גאר העכער, ביז צו די געוועזענע
מיניסטארן אריה דרעי און אמיר אוחנה און אפשר אויך דערגיין ביז בנימין נתניהו וואס האט זיך זייער שטארק באמיט אז די דאזיקע
קאמיסיע זאל נישט אויפגעשטעלט ווערן. ווייסט אויס אז אויך אויף זיין היטל ברענט דאס פייער.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:37 pm
דורך תרמב
איך האב געלייענט פון אלי ביתאן א באריכט איבער די אויספארשונג, ער פארציילט אז יעדער איינער וואס שטעלט זיך צום פארהער זאגט אז זיי האבן געווארנט בעפאר אז ס’קען זיין א סכנה, און מ’האט נישט אויסגעהערט, למעשה ווען מ’הייבט אן צו פרעגן קשיות בלייבן זיי אלע שטום, צו וועם האסטו גערעדט? פאר וועם האבן די זאכן געדארפט געזאגט ווערן? וכדומה, א אינטערסאנטע מאמענט ביי די פארהערן דארט איז פארגעקומען ווען הרב פרויליך א מיטגליד אין די וועד החמישה מטעם די פרומע וואס אפיציעל פארפיגט אויף מירון, האט געפערליך אונטערגעריסן און חוזק געמאכט פון תולדות אהרן רבי, זאגנדיג בתוך הדברים אז ס’דא רבי’ס וואס זיי טרעפן זיך מיט מלאכים דארט אין מירון, און זיי שפילן זיך מיט וואטע..... די שטוב פון די גאב’’ד ירושלים האט געדארפט ארויס געבן א התנצלות אז דער פרויליך רעדט נישט אין זייער נאמען, ביתאן איז משער צום סוף אז די שולד פון די טראגעדיע וועט ארויפגעווארפן ווערן אויף די מענטשן אן פאוער, און די אלע מיט די פאזיציעס גייען זיך ארויסדרייען, איך האב געהערט אז תולדות אהרן האט זיך ערלעדיגט טייערע לויערס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 7:53 am
דורך [NAMELESS]
זארגט זיך נישט... תולדות אהרן גייט ווייטער האבן זייער פעסטיוואל, קען זיין אז זיי גייען זיין געצווינגען עס אוועקצורוקן פון די מערה, אבער אלעס גייט ווייטער אנגיין. די גאנצע פראבלעם הייבט זיך נאר אן מיט די ועדת החמישה וואס באשטייט בעיקר פון מענטשן וואס האבן געוואלט פארמיידן די מאכט פון די מדינה איבער מירון.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 10:33 am
דורך מפיל קינד
די ועדת החמישה איז נישט געגרינדעט געווארן צו פארמיידן הפקעה, נאר שלום צו מאכן צווישן 4 הקדישות. און די פינפטער און יו"ר הועדה איז מטעם המדינה.

למעשה האט עס גארנישט געהאלפן, נישט קיין שלום און קיין שום פארשריט, איז די מדינה אריין אין בג"ץ גענצליך מפקיע צו זיין מירון.

די בג"ץ האט שוין לאנג געאורטיילט אז די מדינה קען עס קאמפלעט מפקיע זיין, נאר ס'שלעפט זיך ארום מיט פשרות און לעזונגען. יעצט גייט עס לכאורה אויפגעלעזט ווערן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 11:06 am
דורך בן-עולם-הבא
יעדער פארשטייער פון וועדת החמישה פירט אן "זיין חלקה" קיינער פון זיי איז נישט ערלויבט אנקלאפן א נאגל אין דער וואנט ביי יענעמס חלקה.
דאס ארט פון תולדות אהרן-הדלקה ווערט גערופן חלקה 70, און דער דורך-גאנג "שביל דב", וואו די טראגישע טרעפן געפונען זיך, איז חלקה 12.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 07, 2021 8:10 am
דורך כלבאשבוע
פרישע וידיאו ווייזט אז סאיז דארט למעשה יא געווען א געיט געוויסע צייטן

https://twitter.com/menishwartz/status/ ... 25730?s=21

דאס פארענטפערט די עדות וואס האבן זיך געשואוירן אז זיי האבן געזען די פאליציי מיט א געיט דורכאויס די נאכט

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 3:07 pm
דורך תוהו ובוהו
'המקור' פון רביב דרוקר, איבער די אנארכיע אין מירון במשך די יארן.
http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor ... episode/14

נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 6:49 am
דורך כלבאשבוע
בחדרי חרדים סקופ מיט א פולע האלבע שעה וידיאו פונעם אומגליק

https://www.bhol.co.il/news/1287693

נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:12 am
דורך איזה נשמה
first, warning this video can traumatize you
as you can see no gate at all, the flow is moving

נשלח: מאנטאג אקטאבער 18, 2021 9:15 am
דורך איזה נשמה
Looks like the problem was ppl going up and down at the same time, and ppl stopping and shmozzing on the way ,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 19, 2021 10:46 am
דורך נחום הסופר
תוהו ובוהו האט געשריבן:'המקור' פון רביב דרוקר, איבער די אנארכיע אין מירון במשך די יארן.
http://www.sdarot.tv/watch/3895-hamakor ... episode/14

שרעקעדיג ווי אזוי אלע וואס זענען געווען פארמישט במשך די יארן צו נארמאליזירן דעם פלאץ זאגן אז זיי זענען נישט געווען איבערראשט ווען די טראגעדיע האט פאסירט, הכתובת היתה על הקיר,

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 29, 2022 9:16 pm
דורך היסטאריע