בלאט 8 פון 8

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 11:01 pm
דורך שמעון וואלף
signout האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די ליסטע איז סאך גרעסער. זיי גייען צום כותל, לערנען חומש מיט מיידלעך, רעדן עיברית, פרויען גייען מיט דורכזיכטיגע שרימפ, זאגן תחנון פרייטאג, זינגן נישט אהבה רבה שבועות, and the list goes on and on.
האסט געמיינט זיי וועלן ווערן געהעריגע סאטמערע איבערנאכט?
כ'האב געמיינט אז ר''ש אויערבאך איז געווען די שותף פין סאטמאר רב זצ''ל? מעיק אפ יור מיינד

איך האף אז יעצט איז דיר די זאך קלאר. נישט מארגן זאל דיר שווער ווערן אנדערע קשיות, דא ליינסטי אין בלאט אז די זאליס זאגן אז רב אויערבאך איז איינס מיט סאטמאר און ווען די קוקסט אין הפלס זעהסטי אז ס'איז נישט אזוי.
פאקט איז זיי האבן געעפענט מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה, די זאליס האלטן אז מ'דארף שטיצן די מוסדות, ווידער די ארונים טענה'ןאז קשים גרים כספחת און מ'דארף מיר נישט קיין פרעמדע זאלן אננעמען סאטמערע חומרות. דעטס איט,

נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 11:54 pm
דורך איסר האטלקי
שטאטישע בחירות איז קיינמאל געווען אסור מטעם סאטמאר אדער פון די עדה. מרן מסאטמאר זי''ע האט עס נישט גע'אסר'ט. נאר קעגן די בחירות אין כנסת איז מען ארויסגעקומען. דער דערמאנטער איסור איז א נייע זאך פון די לעצטערע יארן.

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:19 am
דורך אונטער חכם
עטליכע יאר צוריק פאר בחירות פאר די עיריה האט רשש טעלער געהאט א גאנצע שמועס מסביר צו זיין פארוואס בחירות לעיריה איז נישט אסור, מען האט געשמועסט אז ארונים אין בני ברק זענען דעמאלטס געגאנגען.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 1:22 am
דורך שמעון וואלף
אונטער חכם האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק פאר בחירות פאר די עיריה האט רשש טעלער געהאט א גאנצע שמועס מסביר צו זיין פארוואס בחירות לעיריה איז נישט אסור, מען האט געשמועסט אז ארונים אין בני ברק זענען דעמאלטס געגאנגען.


אין בני ברק זענען סאטמערע חסידים אייביג געגאנגן.

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 10:53 am
דורך Avrom
וער געדענקט די פאשקעוילען פין נטורי רבינו סר מן הדרך

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 11:52 am
דורך איש את רעהו
signout האט געשריבן:די הפלס שיקט געהעריג דעם ציבור צו די בחירות פין ערי' טראץ וואס די סוקרוקים האבען געמאכט א נייע איסור דערויף

רבי שמואל האט גערעדט פין מחזק זיין דאס נישט געלט נעמען און דאס זיין א גליכער שותף אינעם הנהגת ה'מדינה

דאס גארבידזש קאלעקטן און בילדינג בויען איז א באזינדערע נושא וואס קומט נישט אהער

קוקט אויס ווי בודאפעסטער ליטוואק, מיט אפאר כינוס כללי ניק'ס ווארטען דעם טאג וואס די נאכפאלגער זיינע זאלן זיך גענצליך שמד'ן דעמאלטס וועלן זיי שלאפן רואיג...

Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 11:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווי קום איך דא אריין?

איך ווארט אז זיי זאלען אלע חוזר בתשובה זיין, זיי זאלען פארשטייען אז שלעכטע מדות איז נישט קנאות, און זיי זאלען זוכען צו נוצען זייער ענערגיע פאר עפעס וואס קען העלפען אידען היטען תורה. און די סאטמוירעם אויך, ומלאה הארץ דעה את ה׳, אן די אלע נארישקייטען, כגון ציונות, קנאות וכל שום וחניכא דאית להו, זאלען פערטיג ווערען ווי רויעך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 12:12 pm
דורך signout
אונטער חכם האט געשריבן:עטליכע יאר צוריק פאר בחירות פאר די עיריה האט רשש טעלער געהאט א גאנצע שמועס מסביר צו זיין פארוואס בחירות לעיריה איז נישט אסור, מען האט געשמועסט אז ארונים אין בני ברק זענען דעמאלטס געגאנגען.
אין ב''ב איז מען אייביג געגאנגען ווייל די רבי האט נישט געוואלט אסר'ן, מ'רעדט דא פין די נייע איסור קעגן בחירות ערי' וואס די סוקרוקים האבען אזוי שארף געוואלט ארויפלייגן

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 12:14 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
שמעון וואלף האט געשריבן:די ליסטע איז סאך גרעסער. זיי גייען צום כותל, לערנען חומש מיט מיידלעך, רעדן עיברית, פרויען גייען מיט דורכזיכטיגע שרימפ, זאגן תחנון פרייטאג, זינגן נישט אהבה רבה שבועות, and the list goes on and on.
האסט געמיינט זיי וועלן ווערן געהעריגע סאטמערע איבערנאכט?
כ'האב געמיינט אז ר''ש אויערבאך איז געווען די שותף פין סאטמאר רב זצ''ל? מעיק אפ יור מיינד

איך האף אז יעצט איז דיר די זאך קלאר. נישט מארגן זאל דיר שווער ווערן אנדערע קשיות, דא ליינסטי אין בלאט אז די זאליס זאגן אז רב אויערבאך איז איינס מיט סאטמאר און ווען די קוקסט אין הפלס זעהסטי אז ס'איז נישט אזוי.
פאקט איז זיי האבן געעפענט מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט פון די מדינה, די זאליס האלטן אז מ'דארף שטיצן די מוסדות, ווידער די ארונים טענה'ןאז קשים גרים כספחת און מ'דארף מיר נישט קיין פרעמדע זאלן אננעמען סאטמערע חומרות. דעטס איט,

דעמאלטס פארוואס גייט מען נאך געלט פאר אויערבאך'ס מוסדות ביי מהר''א? ווייזט אז ביי מהר''א איז מען געגאנגען נאך געלט פאר תפארת יעקב אסאך פאר זיי זענען געווען ביי מהרז''ל? מהר''א האט ס''ה פארלאנגט אז די אנשי הפלג זאלען נישט ארויפצווינען זייער פאליטיק אויף די עדה אין פינקט ווי מ'האט אייביג גענומען א פטור זאל מען ווייטער נעמען אין אזוי טוהן רוב אנשי יושב הישן כולל חסידי מהרז''ל

נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 12:38 pm
דורך גאנצל
וואס איז די דרייוו ביי די זאליס צו פארלייקענען אז אין סאטמאר גייט מען נאך געלט פאר זיינע מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט און סאטמאר רב שליט"א האט שוין עטליכע מאל ארויסגעברענגט ברבים לשבח פון הגאון ר' שמואל אויערבאך כלשונו אז ער האט מוסדות וואס נעמען נישט קיין געלט און מ'דארף זיי מחזק זיין

כאילו אז איינער נעמט זיך אן פאר די אויערבאךניקעס/עץ פארטיי איז גלייך א קנאי ווי גלייך דאס קנאות אי זהיינט געוןואנדן אין איין זאך נעמסטוך אן פאר אויערבאך'ס פאליטיק ביסטו א קנאי אז נישט ביסטו אויטעמאטיש נישט אזעלבע דברי הבאי

אין קץ לדברי רוח

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 12:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר' שמואל אויערבאך זצ"ל ביים באזוכן זיינע חברים די פארטריבענע מתנחלים אין יד בנימין.
https://www.bhol.co.il/forums/topic.asp ... id=771#R_9

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 12:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
signout האט געשריבן:איינער קען פרעג מנשה פילאפ אויב מ'מעג קויפן סת''ם פין א סופר וואס גייט נישט צו די בחירות, נישט ווייל ער האלט אז מ'טאר נישט נאר ער וויל פשוט אז די סאטמארע זאלען קויפן זיינע סחורה...
ס'האט מיר אמאל געזאגט א בריסקער (וואס גראדע ער פערזענליך גייט יא שטימען, ער האט נישט אזויפיל די בריסקע משוגעתן פון ביטול תורה וכו'), אז ער וואלט נישט געקויפט קיין פרשיות פון א סופר וואס גייט שטימען. ווייל אויב איז דער סופר גרייט צו פארלירן קאסטומערס פאר די בחירות איז ער א שוטה, און ס'קען זיין אז זיינע פרשיות זענען פסול...

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 1:48 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
signout האט געשריבן:איינער קען פרעג מנשה פילאפ אויב מ'מעג קויפן סת''ם פין א סופר וואס גייט נישט צו די בחירות, נישט ווייל ער האלט אז מ'טאר נישט נאר ער וויל פשוט אז די סאטמארע זאלען קויפן זיינע סחורה...
ס'האט מיר אמאל געזאגט א בריסקער (וואס גראדע ער פערזענליך גייט יא שטימען, ער האט נישט אזויפיל די בריסקע משוגעתן פון ביטול תורה וכו'), אז ער וואלט נישט געקויפט קיין פרשיות פון א סופר וואס גייט שטימען. ווייל אויב איז דער סופר גרייט צו פארלירן קאסטומערס פאר די בחירות איז ער א שוטה, און ס'קען זיין אז זיינע פרשיות זענען פסול...


רבי אליעזר בן יעקב אומר כל שיש לו תפילין בראשו וכו' בחיזוק שלא יחטא וכו' (מנחות מ"ג ע"ב).

יש לו תפלין בראשו, אז ער האט אינזין זיין תפלין ביזנעס, בחיזוק שלא יחטא, איז פארזיכערט אז ער וועט נישט נכשל ווערען מיט מינות רח"ל...