בלאט 7 פון 7
נשלח: דינסטאג מאי 24, 2022 8:08 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
נשלח: דאנערשטאג יולי 21, 2022 10:31 pm
דורך פאלאצ'ינטא
ווען דער צדיק ר' יהונתן אייבשיץ איז געוועהן א קליין אינגעל האט ער איינמאהל אין א חודש אדר ביי זיך אין צומער אנגעפאנגען טאנצען אין זינגען מוראדיג לעבעדיג. זיין טאטע זיצט אינדרויסען און ווינדערט זיך וואס גייט פאר. פארוואס איז ער אזוי פריילאך?
גייט ער צו און מאכט אויף די טיהר און דער קליינער יהונתן זיצט רואיג און שטיל אזוי ווי עס וואלט גארנישט פאסירט.
פרעגט איהם די טאטע, וואס גייט פאר?
ענטפערט ער עס שטייט, משנכנס אדר מרבים בשמחה.
פרעגט איהם זיין טאטע, נו פאר האסטו אויפגעהערט?
ענטפערט איהם דער קליינער יהונתן,
אבער עס שטייט אויך... משנכנס אב ממעטין בשמחה
נשלח: פרייטאג יולי 22, 2022 12:31 am
דורך מצפצף
berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
ר' אליהו מזרחי זאגט נישט אזא ווארט.
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 8:12 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
א גערער אינגערמאן איז געקומען מיט זיין אתרוג צו הג"ר גדלי’ נדל ז"ל ער זאל געבן זיין הסכמה דערויף, ר’ גדלי’ באטראכט דעם אתרוג ארום און ארום פון אלע זייטן און ער האט נישט געטראפן קיין שום צד מכשיר צו זיין דעם אתרוג וואס האט געהאט כמעט אלע פסולים פון די משנה,
ר’ גדלי’ פרעגט איהם נו, ווי קומט צו דיר אזא שוואכער אתרוג? זאגט דער אינגערמאן "מיין רבי האט מיר געזאגט אז אז מען קויפט א אתרוג פון א פארמאכטען באקס...
האט ר’ גדלי’ דערויף מגיב געווען: אבער פארוואס האסטו געדארפט נעמען א רבי'ן פון א פארמאכטען באקס?...
Re:
נשלח: פרייטאג מאי 10, 2024 10:35 am
דורך יין שרף
מצפצף האט געשריבן: ↑פרייטאג יולי 22, 2022 12:31 am
berlbalaguleh האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
דאס איז נישט מיין אייגן ווערטל. ר' אליהו מזרחי (נישט אויפצוטוישן מיט ר' יוסף מזרחי) זאגט דעם פשט אויפ'ן פסוק.
ר' אליהו מזרחי זאגט נישט אזא ווארט.
כמדומה מהאלשיך הק'
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נשלח: זונטאג מאי 12, 2024 9:30 am
דורך berlbalaguleh
זאל זיין: ס'איז א גוטער פשט.
דער אלשיך הק' טייטשט אן אנדערע בחינה פון די רילעישאנשיפ פון יעקב אבינו מיט לבן הארמי. ער רעכנט אויס פונקטליך מיט א גענויעם חשבון וויאזוי די עשרת מונים וואס ס'שטייט אין פסוק אז לבן האט אויסעפאפט יעקב אבינו.
Re:
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 7:37 am
דורך פאלאצ'ינטא
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 9:59 pm
נאך א ווערטל...אין סוף פ' ויצא דארט וואו לבן האט נאכגעיאגט יעקב און ער האט געכאפט א שמועס מיט איהם. איינס פון די טענות פון לבן איז געווען ווי ס'שטייט אין פסוק...על בלי הגיד לו כי בורח הוא...אז יעקב אבינו האט איהם (לבן) נישט אויסגעזאגט אז ער גייט אנטלויפן...! איז דאך שווער א קשיא. פרעגט איינער פון די גדולי ישראל. (מעגליך ער דרייווט אפילו א באס.)...וועלכער (נארמאלער) מענטש גייט פארציילן פאר א צווייטן ווען ער וויל אנטלויפן...?!
נאר. דער פשט אין פסוק גייט אזוי...על בלי. אויף א יעדע קלייניגקייט, הגיד לו האט יעקב געזאגט צו לבן, כי בורח הוא. אז ער גייט אנטלויפן. פאר א יעדע קליינע זאך האט יעקב געסטראשעט לבן אז ער וועט אוועקגיין פון איהם. אבער ער האט עס נישט מקיים געווען. האט לבן געזעהן אז יעקב מיינט עס נישט ערנסט. און ער גייט נישט אוועקגיין פון איהם. נאכדעם איז יעקב אנטלאפן... דאס איז געווען די סורפרייז...!
כמו דער ווארט. וואס איז א חילק צווישען א איד מיט א גוי?
א גוי געזעגענט זיך נישט און גייט...
א איד געזעגענט זיך יא און גייט נישט...
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נשלח: מאנטאג יולי 29, 2024 7:51 am
דורך פאלאצ'ינטא
דער סאקמר רב ר' יואל האט געזאגט אויף ר אלימלך (מייק) טרעס ע"ה
עס זענען דא אידן ווי ער וועליכע מען וועט פרעגען אויבען אין הימל נאך 120... איד איד וואו איז דיין בארד?
און ליידער זענען דא אסאך וועליכע מען וועט פרעגען... בארד בארד וואו איז דיין איד?
Re: גלייכווערטליך פון גדולי ישראל
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 7:35 pm
דורך כספי
חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 12:02 am
כ"ק מהר"ש מבאבוב (הראשון) זצ''ל איז אמאל אין א רעגענדיגן שמיני עצרת אינדערפרי געגאנגן שפעט צום דאווענען איז אים אנטקייגן געקומען א מאדערנער ראביי, און געזאגט 'רבי גיב א קוק מיר האבן שוין געענדיגט דאווענען גשם און ס'רעגנט טאקע, האט ער אים בצחות לשונו געענטפערט, 'א קונץ, אזוינע ווי די האבן שוין אמאל געברענגט א מבול'' ודפח''ח
אין זכרנו לחיים באבוב 45 ברענגען זיי בשם מהר"ש מבאבוב אז ס'איז געווען ביים ראפשיצער רב
Re:
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 7:49 pm
דורך כספי
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 9:30 pm
ר' זאב סמיט הי"ו אומר: מעשיות פארציילט מען פאר קליינע איינצושלאפן, און פאר גרויסע אויף צו וועקן.
דאס האט שוין ר' נחמן ברעסלעווער געזאגט איבער זיינע סיפורי מעשיות אז ער פארציילט עס אויפצוועקן, פארקערט ווי דאס וואס די וועלט זאגט אז מעשיות שלעפערן איין
Re:
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 7:56 pm
דורך כספי
ציבעלע-קיגל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 25, 2017 12:29 pm
איך האב די וואך געהערט א גוט ווארט ביי א שיעור אויף פרקי אבות.
אין פרקי אבות פרק חמישי, משנה י"ט...
מה בין תלמידיו של אברהם אבינו, לתלמידיו של בלעם הרשע...
איז שווער... פארוואס פרעגט נישט די משנה, מה בין אברהם אבינו לבלעם? פארוואס פרעגט די משנה אויף די תלמידים?
האט געזאגט דער ראפשיצער רב, ז''ל... ווייל בלעם האט אוסעזעהן ווי א רבי, פונקט ווי אברהם אבינו, ער איז אויך געגאנגען מיט א שטריימל, בעקיטשע, זילבערנע שטעקן מיט א גרויסען פעלץ, אז מען האב איהם אנגעקוקט האט מען געמיינט אז מען קוקט אויף א אמת'ר רבי א צדיק... מען דארף קוקען אויף די תלמידים צו זעהן און אויסגעפונען ווער "באמת" דער רבי איז
כִּי הַצַּדִּיק בְּעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְהַשִּׂיגוֹ כִּי אֵין בּוֹ שׁוּם תְּפִיסָה, כִּי הוּא לְמַעְלָה מִשִּׂכְלוֹ רַק עַל יְדֵי אֲנָשָׁיו הַמְקרָבִין אֵלָיו, יוּכַל לְהָבִין מַעֲלַת הַצַּדִּיק כִּי עַל יְדֵי שֶׁרוֹאִין אֲנָשָׁיו, שֶׁהֵם אַנְשֵׁי מַעֲשֶׂה יְרֵאִים וּשְׁלֵמִים וּבָהֶם יֵשׁ לָהֶם תְּפִיסָה וְהַשָּׂגָה כִּי הָעוֹלָם אֵינָם רְחוֹקִים עֲדַיִן מֵהֶם כָּל כָּך כְּמוֹ מֵהַצַּדִּיק בְּעַצְמוֹ עַל כֵּן מִי שֶׁרוֹצֶה הָאֱמֶת אֶפְשָׁר לוֹ לֵידַע מַעֲלַת הַצַּדִּיק עַל יְדֵי אֲנָשָׁיו.
הרה"ק רבי נחמן מברעסלוב זי"ע - ליקוטי מוהר"ן חלק א' תורה ק"מ
Re: Re:
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2024 10:07 pm
דורך וואלווי
כספי האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 7:56 pm

ער זאגט אין ליקוטי מוהר"ן אן ענליכע געדאנק כלפי שמיא. ווען א מענטש פילט אז ער קען נישט משיג זיין געטליכקייט ווייל ער האט נישט קיין תפיסה אין דעם, איז גוט צו פרובירן משיג זיין א צדיק, וואס ער איז משיג געטליכקייט. אז מען גלייבט אז איינער גלייבט, ברענגט עס רואיגקייט און איז א השגה זעלבסט אויף וואס מ'קען זיך פארלאזן