בלאט 7 פון 9
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:16 am
דורך שמעקעדיג
Joseph האט געשריבן:די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
הא?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 12:37 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:Joseph האט געשריבן:די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
הא?
קוקט מיר אויס ווי עפעס קאסאן קאסאן לגזירה שוה. אדערווייז פארשטיי איך נישט פארוואס קאסאן הילקרעסט איז אחראי אויף די מעשים פון קאסאן לינדען (טאמער ס'איז בכלל אמת).
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 4:50 pm
דורך היכי דמי
אז עס באדערט פאר סקווירא אז מען וואוינט אין די מייל פארשטיי איך (נישט) פונקט ווי אלע פאלטישע מחלוקת'ן ביי אנדערע הויפן.
וואס גייט מיר נישט אריין אין קאפ איז די קאנטראל וואס זיי פרובירן צו האבן אויף די גאנצע וועלט און לייגן סאנקציעס אויף יעדן איינעם, אלע אויסגאבעס און צייטונגען דארפן איצט זיין אונטערטעניגט אונטער סקווירא און זיי קאנטראלירן וואס דו מעגסט יא לייגן און וואס נישט, מיט וועם דו מעגסט נעמען ביזנעס און פון וועם נישט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:35 pm
דורך berlbalaguleh
היכי דמי: און פארוואס א מאוקאש, וועווערקע הייסט א סקווירל פארשטייסטו יא...?!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:23 am
דורך Hadasim
די חסידות'ן וואס זענען מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים דורך קאנטראל מעטאדן, האבן שטארק מורא ווען עס קומען אויף נייע options ווייל דעמאלס פארלירן זיי די קאנטראל. היינו טעמא דסקווירא היינו טעמא דגור.
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 10:45 am
דורך פאליטיקאנט
די זעלבע מיט די וואס זענען מטיל אימה לשם שמים...
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 9:58 pm
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: ווייז מיר וועלכע. ס'נישט דא. זיי זאגן נאר אז זיי זענען מטיל אימה לשם שמים...!
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 10:13 pm
דורך yn.NY
היכי דמי האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנקייט, קאסאן איז נישט די איינציגסטע שול אין די מייל, און בכלל נישט די נענסטער צו סקווירא.
און אויב קוקט מען אין עיר מייל, וואס אזוי קוקן זיי דארט איז דא א געהעריגע ליטווישע קהילה וואס שטייט שוין איבער 20 יאר אין די ניו העמפסטעד געגענט וואס איז אסאך נענטער צו סקווירא ווי קאסאן.
ס'גייט פאר סקווירא אסאך מער אן די "חסידישע" וועלכע וואוינען אינעם מייל, ווי די ליטווישע.
די סיבה איז זעיער פשוט: ווייל פון די ליטווישע [גוים] גייט מען זיך ממילה נישט אפלערנען, ווייל "אונז זעמיר דאך אסאך העכער און חשוב'ר פון זיי, אונזעמער העיליגע חסידים"!
משא"כ ווען חסידישע אידן וואוינען אין געגענט, און זיי זענען ליידער נישט אויף די הויכע ניווא פון אמונת צדיקים, דעמאלטס קען עס ליידער שאטן פאר די אמונה.
וכידוע ליודעי חן!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 3:41 am
דורך Hadasim
yn.NY האט געשריבן:היכי דמי האט געשריבן:סתם פאר אינטערסאנקייט, קאסאן איז נישט די איינציגסטע שול אין די מייל, און בכלל נישט די נענסטער צו סקווירא.
און אויב קוקט מען אין עיר מייל, וואס אזוי קוקן זיי דארט איז דא א געהעריגע ליטווישע קהילה וואס שטייט שוין איבער 20 יאר אין די ניו העמפסטעד געגענט וואס איז אסאך נענטער צו סקווירא ווי קאסאן.
ס'גייט פאר סקווירא אסאך מער אן די "חסידישע" וועלכע וואוינען אינעם מייל, ווי די ליטווישע.
די סיבה איז זעיער פשוט: ווייל פון די ליטווישע [גוים] גייט מען זיך ממילה נישט אפלערנען, ווייל "אונז זעמיר דאך אסאך העכער און חשוב'ר פון זיי, אונזעמער העיליגע חסידים"!
משא"כ ווען חסידישע אידן וואוינען אין געגענט, און זיי זענען ליידער נישט אויף די הויכע ניווא פון אמונת צדיקים, דעמאלטס קען עס ליידער שאטן פאר די אמונה.
וכידוע ליודעי חן!
כפי שהסברתי לעיל, האט די געשעפט צו טוהן נאר מיט קאנטראל, וועגן דעם זענען די ליטווישע נישט אזא סטראשע.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 28, 2021 12:23 pm
דורך לכבוד שבת קודש
וואס הייסט, אויב ר' אלי' בער וואכפויגל וועט קומען און עפענען זיין ישיבה אין די מייל, וועט סקווירא גארנישט טון פאר דעם, ס'וועט אים נישט באדערן?
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 04, 2021 8:35 pm
דורך Hadasim
און די הייזער וואס ווערט אפגעקויפט דורך סקווירא און זייער שלוחים, שטעלן זיי אריין דייקא נישט קיין יודן, פון די סארט וואס שטערט גאהר שטארק פאר אידישע שכנים.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 2:36 am
דורך שמעון וואלף
Hadasim האט געשריבן:און די הייזער וואס ווערט אפגעקויפט דורך סקווירא און זייער שלוחים, שטעלן זיי אריין דייקא נישט קיין יודן, פון די סארט וואס שטערט גאהר שטארק פאר אידישע שכנים.
איך בין נישט זיכער טאמער די מיינסט ארויסצוברענגן אז דאס איז אם עוולה, אבער איך זעה נישט וואס איז ראונג. ס'איז א פרי קאנטרי און יעדער איז בארעכטיגט צו טון ווי אים קומט אויס גוט. קאסאן מעג בויען דארט א שול טאמער פאר אים איז דאס א גוטע אפשען און סקווירא מעג טון פעולות דאס צו פארמיידן.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 05, 2021 3:08 am
דורך berlbalaguleh
אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2023 9:24 pm
דורך קרעטשמער
געווען א גרויסע הכנס״ת היינט ביי קאסאנער ביהמ״ד
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 12:57 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא
[שרייב נישט קיין וואולגארע אויסדרוקן. מנהל].
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:03 am
דורך berlbalaguleh
קומט אויס לויט די מסקנא אז דאס מיינט א רשות הרבים. וואו איעדער האט די זעלבע רעכטן. און קיין איינער. מענטש אדער גרופ האט אויסשליסליכע רעכטן.
קאסאן ארבעט מתחילה אויף די הנחה. סקווירא (רבי וחסידות) זיי ווילן מאכן א (העיליגע) רשות היחיד פון א רשות הרבים...!
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:09 am
דורך פרנס החודש
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא ---.
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
עס איז אויך דא (געווען?) א זאך וואס הייסט מענטשליכקייט. פאר א מענטש צו זאגן איך וויל נישט קיין מענטשן פון מיין עטנישע גרופע זאלן וואוינען אין די מייל ארום מיר, איז א צווייטע זאך ווי האבן טענות אז יענער ברענגט אריין נידריגע קלאס מענטשן כדי צו אויספירן די אויבנדערמאנטע.
#מענטשליכקייט
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 1:13 am
דורך פרנס החודש
און דאס איז נאך בעפאר דערמאנען די מיטלען וואס איין געוויסע צד נוצט אויסצופירן זייער אגענדע.
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 11:51 am
דורך דער עסער
Re: סקווער לאזט נישט קויפן קיין הייזער ביז א מייל
נשלח: מאנטאג יאנואר 16, 2023 12:42 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא
[שרייב נישט קיין וואולגארע אויסדרוקן. מנהל].
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
ס'פארהאן א שטיקל חילוק צווישן אידן אין מעקסיקענס. נאר וואס דען? שנאה מקלקלת את השורה! וכדברי @פרנס החודש
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 17, 2023 12:08 am
דורך שמעון וואלף
פרנס החודש האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:אויך שיקן (אונטער)צינדערס...?!
מאן דכר שמי'?
סקווירא טענה'ט אז אנדערע אידן וואס וואינען אין די מייל שטערט זייער דרך אין עבודת השם. די קאסאן'ר רבי זאגט קיש מיך, איך וועל טון וואס מיר געפעלט און ס'גייט מיר נישט אן דיין טענה אז ס'שטערט דיר. די זעלבע זאך איז פארקערט. קאסאן טענה'ט אז די געמיינע שכנים וואס סקווירא שטעלט אריין שטערט זיי, זאגט סקווירא ---.
ווער ס'גיבט רעכט פאר קאסאן דארף פארשטיין אז סקווירא האט די זעלבע רעכטן
עס איז אויך דא (געווען?) א זאך וואס הייסט מענטשליכקייט. פאר א מענטש צו זאגן איך וויל נישט קיין מענטשן פון מיין עטנישע גרופע זאלן וואוינען אין די מייל ארום מיר, איז א צווייטע זאך ווי האבן טענות אז יענער ברענגט אריין נידריגע קלאס מענטשן כדי צו אויספירן די אויבנדערמאנטע.
#מענטשליכקייט
סקווירא זאגט זיי ווילן נישט זייער עטנישע גרופע? זיי האלטן זיך פאר גאנץ א צווייטע עטניסעטי ווי אנדערע אידן. אפשר האלטן זיי גאר אנדערע חסידים פאר נידריגע קלאס בירגער. א ספאנישער אדער אפריקען אמעריקען וועט אויך נישט פארשטיין פארוואס מאנכע האלטן זיי פאר נידריגע קלאס.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 5:16 pm
דורך מרדכי מרדכי
Joseph האט געשריבן:די זעלבע וואס שפילען דא אין הילקרעסט נרדף זענען די רודפים אין לינדען ובתוכם טובי'
מען קען זיי שטיצן דא און פארדאמען דארט.
אזוי ווי מען האט געטוהן מיט די בריטישע, אין אייראפע האט מען זיי געהאלפן און אין פלשתינה האט מען מלחמה געהאלטן מיט זיי.
נשלח: מיטוואך יאנואר 18, 2023 7:54 pm
דורך berlbalaguleh
מרדכי מרדכי: נאר ווער זאגט דיר אז קאסאן זענען רודפים אין לינדען. איך האב עטליכע קרובים און גוטע פריינט וועלכע וואוינען אין לינדען. איך האב קיינמאל נישט געהערט א ווארט אפילו ברמז קל אז מ'האט זיי גערדופ'ט. אין נאמען פון רעבי'ן. אדער סתם אזוי. אדרבה. דער קאסאני'ער רבי שליט"א איז א יעדן מקרב. און נעמט א יעדן איד אויף בסבר פנים יפות. יא. דער נוסח התפילה און די אנדערע תקנות לטובת הכלל מוזן איינגעהאלטן ווערן. משום לא תתגודדו. אבער ס'איז נישט דא קיין שום פרעשור אויף די בני הקהילה. משא"כ אין...!