בלאט 7 פון 8
נשלח: מיטוואך אקטאבער 31, 2018 2:21 pm
דורך קאצקע ציקער
לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער
זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי
אויב די רבנות איז אזוי שלעכט דארט וואלט נישט רב וואזנער געשיקט זיין זוהן אהין
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 2:37 am
דורך berlbalaguleh
לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער
זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי
לך לך: הרב משה מנחם ווייס שליט"א קען נישט זאגן אז זיין טאטע רופט איהם. ווייל ער איז שוין לאנג צוריק געגאנגען אין גן עדן העליון. ר'איז שוין געווען אן אלטער איד ווען איך האב געלערנט אין פאפא ישיבה...!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 5:54 am
דורך איסר האטלקי
קאצקע ציקער האט געשריבן:לך לך האט געשריבן:איין זאך
די לאנדענע רבנות איז עפעס נישט איי איי איי... די רבנים האלטן זיך נישט דארט צו לאנג
יעצט וואס גייט רבי ווייס טוהן אויב סארבעט זיך נישט אויס און סקלאפט נישט
צוריק קיין פאפא גייט ער נישט
קען נישט זאגו אז זיין טאטע רופט איהם ווי וואזנער
זאל ער נאר האבן הצלחה
ביי
אויב די רבנות איז אזוי שלעכט דארט וואלט נישט רב וואזנער געשיקט זיין זוהן אהין
ווען איך האב אזא זון שיק איך אים אויך... למעשה האט ער זיך שטארק געבויט דארט, ער איז קוים געווען דארט און צוריקגעקומען מחשובי הרבנים בארה''ק...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2018 5:57 am
דורך איסר האטלקי
שמעתי אז ביים אסיפה מיט די ראשי קהילה איידערן התמנות האט רי''ב וואזנער געפרעגט אויב מען וויל אז ער זאל אנטון ווייסע זאקן אויף יעדן שבת ווייל אויב זיי ווילן האט ער נישט קיין פראבלעם אנצוטון, האט אים רק ישעי' וואלף ע''ה געזאגט אז ווייסע זאקן מאכט נישט אויס ביי אים, אבער ער קען באשטיין אז ער זאל ענדערש טוישן צו א פלאטשיגן הוט....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 7:56 pm
דורך איך אויך
הער איך אז הרה''ג ר' שלמה קאהן מירושלים פארט אהין אויף פראבע. ער איז א עקסעלענט טשויס מיין איך.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 8:42 pm
דורך קאצקע ציקער
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2018 9:30 pm
דורך איך אויך
ר' שלמה פארט קיין מעלבארן. אנטשולדיגט פאר די צימישעניש.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 21, 2018 11:54 am
דורך זיסע מילעך
איך אויך האט געשריבן:הער איך אז הרה''ג ר' שלמה קאהן מירושלים פארט אהין אויף פראבע. ער איז א עקסעלענט טשויס מיין איך.
מי הוא זה ואיזהו?
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 4:59 am
דורך ליפא
הרב שלמה קאהן איז געוועהלט געווארן פאר רב אין אוסטראליע
135 יא
0 ניין
Cp
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 6:21 am
דורך איסר האטלקי
0 ניין?!?!
רוב קהילה האט אים נישט אויפגענומען. זיי זענען מסתמא נישט גערופן געווארן צו די בחירות בכלל.... נאר די בעלזע און אפאר יעקעס האבן אים געשטיצט.
#נאך א מחלוקה, ובכן צדיקים...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 11:29 pm
דורך איסר האטלקי
ביז געציילטע וואכן גייט זיין א פרישע קהילה אין מעלבאורן, די עלטערן פון ת"ת דברי אמונה בראשות הרב כ"ץ - חדב"ן דער רב הגר"א בעק זצ"ל. דאס קומט נאך וואס רוב מנין ובנין פון מעלבאורן האבן נישט מסכים געווען צום התמנות פונעם נייעם רב דקהל עדצת ישראל.
די עסקנים פון ק"ק מעלבארן זיצן אין די טעג מיט גדולי הרבנים פון איבער די וועלט, איבערצוגיין די אפציעס און נעמען באלדיגע שריט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 1:25 am
דורך בלויע רעקל
סע דרייט זיך א קליפ ווי דער גאנצע קהילה פראטעסירט אנטקעגן עפעס א קנאקער, סיז הויך יו"ט דארט.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 04, 2018 7:25 am
דורך איסר האטלקי
בלויע רעקל האט געשריבן:סע דרייט זיך א קליפ ווי דער גאנצע קהילה פראטעסירט אנטקעגן עפעס א קנאקער, סיז הויך יו"ט דארט.
עי' בצימעס.
ער פרעדיגט אז מ'זאל שלום מאכן, יענס איז שוין נאכן הכתרה פון הרב קאהן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 12, 2018 11:52 pm
דורך איסר האטלקי
האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....
אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.
פרטים יבואו
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:31 am
דורך גדליה
סמיינט נישט גארנישט.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:40 am
דורך איסר האטלקי
איינער האט געזאגט אז עפעס דארף מיינען עפעס?
כ'האב פארציילט א שיין שטיקל נייעסל.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:54 am
דורך גדליה
האסט געשריבען דראמאטיש און פרטים יבואו וואס געבען די איינדרוק אז דא קומט א אויפרייס
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 6:24 am
דורך איסר האטלקי
דראמאטיש איז עס, און כלל ישראל ווארט אויף פרטים איבער די מעמד הכתרה, וואס שטומט נישט?
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנד
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 7:12 am
דורך נעגעל וואסער
וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:07 am
דורך אוהב ספרים
איסר האטלקי האט געשריבן:האדמו''ר מהר''א געפינט זיך יעצט אין לאנדאן לרגל דעם גרויסן ''שבת הכתרה'' פון הגרמ''מ ווייס פאר אב''ד סאטמאר לאנדאן. מוצאי שבת האט געדארפט פארקומען דעם פרעכטיגן מעמד הכתרה, אבער....
אין א לעצט מינוטיגע דראמאטישע געשעעניש איז מען געוואויר געווארן אז דער ניי-אויפגענומענער רב וועט נישט פארן אויף שבת קיין לאנדאן צו זיין אייגענעם הכתרה. דער מעמד איז שנעל פארטוישט געווארן מיט א הכנסת ספר תורה.
פרטים יבואו
דער שבת איז געווען געפלאנט און מפורסם נאך פאר מען האט געוויסט פון א ההכתרה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:07 am
דורך אוהב ספרים
נעגעל וואסער האט געשריבן:וואס איז פשט? ער האט באקומען קאלטע פיס, אדער עפעס א זייטיגע סיבה?
ער דארף דארך גייען א פראסידזשער אויפן הארץ.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 11:28 am
דורך ימים ידברו
ברוך השם איין סאטמאר רב מיט א הארטץ!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 12:19 pm
דורך לך לך
אפשר די פאפאנא לאזן איהם נישט פארן...?
