בלאט 7 פון 8
Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 2:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער.

ער איז אויך אן איידעם ביי פאקשער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער איז אויך אן איידעם ביי פאקשער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
jokes aside, קענסטו אונז ערקלערן פארוואס אויף די בילדער פון די שווייץ איז ער נישט אזוי נידריג?
Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 3:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דיין ערשטע בילד וויל זיך נישט באווייזען ביי מיר.
נאר צו דערמאנען, עס איז שוין דא א פאר אשכולות איבער הרב שטיינמן. דא איז געווידמעט פאר הרב שמואל אויערבאך זצ"ל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 8:40 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: ביי אונז חסידים אין אונזערע גמרות איז פארהאן אן אויסדרוק..."איידי דאיירי"... וויבאלד מ'שמועסט שוין פון איהם. אויב דו קענסט ביטע מפרש זיין די סתירה וואס דער שקלאוו'ער בעל עגלה האט געפרעגט. אויך רביה"ק זי"ע האט די זעלבע פראגע. ס'איז כמעט אזוי ווי א ר' חיים וואס מ'דארף פארענטפערן...אויף דעם בילד מיט סאטמאר'ע רב אין די שווייץ זעהט ער נישט אויס אזוי נידריג (פיזיש). אבער לויט ווי אונז האמיר איהם געקענט אין די לעצטע פאר יאר, איז ער געווען אן איינגעדארט, איינגעבויגן נידריג, צובראכן אידל. בגשמיות. פארשטייצעך. ברוחניות איז ער געווען א ריז...!תיובתא...! איך וועל שבת נישט קענען טרינקען קיין בראנפן בייי קידוש אויב די קשיא וועט נישט פארענטפערט ווערן...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2018 10:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דיין ערשטע בילד וויל זיך נישט באווייזען ביי מיר.
ס'קומט פון אן אשכול אויף אוצר החכמה איבער די ידידות פון הרב שטיינמאן מיט סאטמארע רב, וואו דו האסט זיך באטייליגט.
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2018 9:06 am
דורך נקודת-אמת
מ'קען באמערקן אז מרן הגראי"ל איז בערך איין אינטש העכער וואו דעם רבי-זכותו-יגן-עלינו
דעם רעבין איז נישט געוועהן באוואוסט אלץ א הויכער בגוף
און במילא בפשטות זענען אלע וואס שטייען דארט ביי יענע בילד נישט געוועהן פון יוסף אריכא די בשוקא
(וואו פארשטענדליך ס'זאל אויסזעהן א ציבור וואס רוב פון זיי האבן געליטן עטליכע יאהרן אין די לאגער אן די וויכטיגע דייעט און וויטאמינ'ס...)
און איך געדענק נאך ווען הגראי"ל האט אויסגעזעהן העכער, מיט די לאנגע בארד בזקיפת קומה,
(ד.ה., הויעך איז ער ניט געוועהן, באט ער האט אויסגעזעהן העכער וואו ער האט אויסגעזעהן בשנותיו האחרונות)
דא קענט איהר זעהן א גלייכע ליין וואס איך האב צוגעלייגט צום בילד
Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2018 10:48 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך וויל דיר פארציילען א מעשה מיט מיין זוהן דער בכור.
ווען ער איז אלט געווען צוויי מיט א האלב יאר, מיט לאנגע האר, זענען מיר געפארען קיין ענגלאנד אויף פסח. זיצעדיג אין לופט פעלד ווארטענדיג אויף אונזער פליגע, האט ער באמערקט ווי אלע פליגעס ווערען פיצי קליין גלייך נאך דעם וואס זיי הייבען זיך אין די לופט. ער איז געווארען זייער אנציקט "באלד ווערען מיר אלע פיצי קליין". א זיבען שעה רייזע האט ער ביטער געוויינט אז עס איז נישט צושטאנד געקומען און מיר בלייבען פונקט אזוי טאטי גרויס ווי פאר דעם. (איך הער אז ביי א געוויסע קרייז אין ווסמב"ג האט מען אן ענדליכע מעשה)
איך האב געוואלט פארמיידען די זעלבע אויפ׳ן וועג צוריק נאך יו"ט, און ממילא א גאנצע צייט האב איך ביי איהם אריינגעבאכעט די ווערטער אויף ענגליש "lines converge at a distance". צום סוף האט ער עס געקענט אויסעווייניג, ממש ווי איך קען עץ חיים.
המורם מכ"ז איז, אז lines converge at a distance און ממילא דיין שיינע רויטע ליניע איז ווערט פונקט ווי אבאמא׳ס אין סיריע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2018 1:36 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
ברוך דיין האמת
Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 8:29 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער באשרייבונג אין דער וועקער איז גאר אן אינטרעסאנטע. דער עולם וואס וויל מאלען הרב אויערבאך אלס א קנאי פון די ירושלימ׳ער לאגער וועט אפשר ווערען אביסל צורודערט, אבער עס איז ברייט באקאנט אין א"י אז די בילד איז א פאלשער. ער איז נישט דאס געווען, און די ארטיקל ברענגט גאר גוט ארויס די שטריכען פון זיין פערזענליכקייט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 11:01 am
דורך רביה''ק זי''ע
נאך די עצרת הספד אין עטרת אברהם, איז ארומגעפארן א מעסעדש אין וויליאמסבורג וואס האט מוחה געווען אויף דעם אז סאטמאר מאכט אן עצרת הספד אויף א ציוני א קוקניק.
נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 12:22 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פון אוצה"ח איז ארויס א חוברת מיט תורה'ס און חידושים. מ'האט דארט אויך א לאנגע שטיקעל אויף הרב שמואל אויערבאך. גאר אינטרעסאנטע זאכען. ליינט'ס
דא פון דף 392, גענומען פון
דא
הושיבו מצבה על ציונו של מרן זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 1:51 pm
דורך נקודת-אמת
פאלגענד איז די בילד פון די מציבה פון ר' שמואל זי"ע

- (אן א וואטערמארק)
יגעתי ולא מצאתי צו טרעפן דער טיטל הקדוש: "לוחם מלחמות השם",
ווייזט אויס אז די וואס האבן באשטעלט די מציבה זענען איידעלער ווי די ספדני ההלווייה.
(קרעדיט)יהא זכרו ברוך
נשלח: דאנערשטאג אפריל 12, 2018 9:49 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: די חילוק איז אז א ווארט ווערט נאך א שטיקל צייט פארגעסן. אבער שריפט אויף א מצבה איז קאי וקיים...!
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 3:46 pm
דורך איש את רעהו
ברוך דיין האמת,
העמיד הדת על תילה !
ווי וואלט כלל ישראל אנגעקומען ווען די וואס שפילן זיך מיט די ירושה אין סאטמאר זענען די וואס שטעלן ארויס א פראנט נגד הפורקי עול בארה"ק
רבי שמואל בכח תורתו האט עס אוועקגעשטעלט על צד היותר טוב
יהא זכרו ברוך.
Re: ושמואל מת ויספדו לו כל ישראל! בד"ה: הגר"ש אויערבאך זצ"ל
נשלח: מיטוואך אפריל 18, 2018 6:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט איז די דת על תלה? וויאזוי? מ׳נעמט שוין נישט אין מיליטער? אדער די תל מיינט נישט מער ווי דעם אז איינער באנוצט זיך מיט די באליבטע נאמען ׳גזירה׳?
בקיצור וואס איז למעשה, אדער בלשון הרב שמואל אויערבאך אליינס ׳איפוא הים?׳
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 11:02 pm
דורך signout
די הפלס שיקט געהעריג דעם ציבור צו די בחירות פין ערי' טראץ וואס די סוקרוקים האבען געמאכט א נייע איסור דערויף
נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 11:26 pm
דורך שמעון וואלף
די ליסטע איז סאך גרעסער. זיי גייען צום כותל, לערנען חומש מיט מיידלעך, רעדן עיברית, פרויען גייען מיט דורכזיכטיגע שרימפ, זאגן תחנון פרייטאג, זינגן נישט אהבה רבה שבועות, and the list goes on and on.
האסט געמיינט זיי וועלן ווערן געהעריגע סאטמערע איבערנאכט?
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 12:47 am
דורך [NAMELESS]
עס איז נישט אזוי פשוט, עס איז דאך ארויסגעקומען עדות אז מרן זצ''ל האט געלאזט צוואה זיך נישט צו באטייליגן ביי בחירות, אפשר ערייה איז אנדערש.
דאס איז אמאל קלאר אז צד רז''ל פראבירט זיי צו פאר קנאותן ווי ווייטער מעגליך, אין אייוועלט שרייבט איינער אז פון אמריקה האט מען זיי פארגעשלאגן א גרויסע סומע געלד אויב זיי בויקאטירן די בחירות, ווייס איך נישט די קראנטקייט.
ווי אויך שרייבן זיי אז עס טוט זיך אינערליכע רייבערייען וועלכע מהלך צו נעמען.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 3:42 am
דורך Avrom
?וי מעג מען אנטראגן געלט צ'י באיקוטן בחירות
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 11:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
אויב באיקאטירן זיי די בחירות איז עס נאר פון ייאוש אדער ווילן זיי עפעס באקומען פאר דעם, רוב פון זיי ווייסן ניטאמאל צוזאגן פונעם רבי סעסלייני אדער פון ויואל משה, און די וואס יא לאכן זיך אויס.
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 2:28 pm
דורך signout
איינער קען פרעג מנשה פילאפ אויב מ'מעג קויפן סת''ם פין א סופר וואס גייט נישט צו די בחירות, נישט ווייל ער האלט אז מ'טאר נישט נאר ער וויל פשוט אז די סאטמארע זאלען קויפן זיינע סחורה... אויב אויערבאך גאנצע נישט גיין צו די בחירות איז ווייל זיי באקומען אפאר דאללער פין מהרז''ל ווייזט עס ווי גיט מהרז''ל פארשטייט צו די ויואל משה.. זאל ער ביטע אויסהערן די דרשה פין מהר''א ביים כינוס כללי
נשלח: מאנטאג יוני 11, 2018 2:30 pm
דורך signout
שמעון וואלף האט געשריבן:די ליסטע איז סאך גרעסער. זיי גייען צום כותל, לערנען חומש מיט מיידלעך, רעדן עיברית, פרויען גייען מיט דורכזיכטיגע שרימפ, זאגן תחנון פרייטאג, זינגן נישט אהבה רבה שבועות, and the list goes on and on.
האסט געמיינט זיי וועלן ווערן געהעריגע סאטמערע איבערנאכט?
כ'האב געמיינט אז ר''ש אויערבאך איז געווען די שותף פין סאטמאר רב זצ''ל? מעיק אפ יור מיינד