בלאט 6 פון 21

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 11:17 pm
דורך שמעקעדיג
דרינגענד, ווער קען מיר דא העלפן?
כ'דארף בארגן צייט. ביטע, זייט אייך מרחם!

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:45 am
דורך newkave
אגב, פארוואס טאקע איז די שנאה אזוי גרויס??

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:47 am
דורך למדן
שנאת עם הארץ לת"ח

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 10:56 am
דורך atmybest
איך האב זיך פרובירט איינצוהאלטן, אבער היות איך וויל די קומענדיגע דור זאל וויסן וואס די מעשה איז געווען, וועל איך זאגן בקיצור נמרץ.

מען מאכט שוין חוזק פאר לאנגע יארן אז די מילקשעיקער זעט אויס גענוי ווי תנחום. (הראשון) גבאי ביים פריעדיגע רבי. די אמת איז אז די אלטע רעבעצין איז נישט געווען אזוי איי איי איי. איך וויל נישט ווייטער זאגן. דער וואס פארשטייט פארשטייט.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:11 am
דורך shem-tov
ליצי ליצנות... וואס איז די מטרה דא... עטץ נעמטס מיך ארויס פון די כלים. האלטס אז די ספייסי פרייס חברה גיבן א פלייען זאפטיגען פוטער סטעיק אדער מאשרום פיצא פיי פאר די אלע שטותים דא. ביי די די קליין קעפיגע או. יו. די. פרעסער איז דאס נאך א מצוה פון ככל אשר יורוך. ביי זיי האט יעדע דאנקען דאנאט א הכשר ווייל ואגלה לן טעמא פונעם גרויסען די. ווען זיי זעהען נאר א דרייוו טרו ווערן זיי שוין זאט. די רעדסט דא פון נאאיווע חברה. ווער ווייסט וואו מזיצט כ'וויל נאר זעהן די לינזען מיט יאפטשיק פארציעס דארטן. די ספייסיס צוקייען ניטאמאל די פרייס זיי פושען עס פשוט אראפ, פופצן שטיק אויף אמאל. גיי ווייס זייערע טעמים

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 11:43 am
דורך איחוד פעלד
די אלע מודעות דא זענען וואס פארשידינע אויף ביידע זייטען זאגען וואס זיי ווילען זאל זיין.

למעשה אין אמת'ן ווארט דער עולם געשפאנט אז דער ידיד נאמן וואס פלעגט שלאפען מיטן רבין אין איין בעט בנערותו, זאל קומען און איבערגעבען די צוואה בכתב.

בנוגע דער ידיד, אייסשעיק, וווייסען פארשידענע אז פילע מאל האט דער רבי זיך אויסגעדרעקט אז ווען נישט אים, ווער ווייסט, און די ווייסערס האבען געויסט אנצוווייזען אז דער רבי האט געוויזען 'ווער' אויף די אנדערע זייט כלומר אז די יצר הרע ווייסט שוין אלעס.

עס איז דא וואס זענען חושד אז דער ידיד גייט ליינען אין די צוואה אז איבערנעמן זאל נישט א זוהן נישט א איידעם נאר גאר א טאכטער. דער עולם קאכט און קאכט. עס איז דא וואס זאגען אז דער רבי האט געהאט גאר טיפע כוונות, אנדערע זאגען אז דער טאכטער האט דער רבי ליב באקומען ווען זי האט געטוישט די ווינדלען סוף ימיו.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 4:43 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר-ראקעוועי איז איבערגעפילט מיט חסידים ואנשי מעשה וואס קענען זיך נישט מנחם זיין פון דעם גרויסען פארלוסט, אבער קוקען ארויס פאר די ערשטע "טיש" פון בנו חביבו (נישט בכורו) כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
זקני חסידים, נאך פון די צייטען פון די קוה זעלבסט (פאר ס'געווארן דערפון מילק-שעיק) וועלן זיצען אויף די ערשטע רייע, בחורים דארפען שטיין, עסקנים וועלן מאכן שטיל ביים תורה.

און ווייטענדיגע באריכט איבער דעם ערשטען שבת בצל קאק-מעראן-עדמער-שעליטה, ווערט יעצט איבערגעבען אז דער רבי האט פירט איין נייע תקנות בתוככי החסידות, מערערע פרטים וועלן נאכפאלגן.

נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 7:21 pm
דורך קאווע טרינקער
די זכות פון די ערשטע קוויטעל איז יעצט פארקויפט געווארן פאר 4 דאללער. זוכה געווען האט הרב החסיד שר הרמאים רצונינו בעילום שמו.
למעשה האט די רבי שליט''א מרמז געווען אז ער גייט פאר גרין און אלע קוויטעלך זאלן געשיקט ווערן דורך אימייל און פעי-פאל

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 9:57 pm
דורך קאווע טרינקער
קיין טרוקען אויג יעצט ביי שלשאשידות תורה. ער פאדערט תיקון המעשים אין אלע אינזיכטען לאור די גרויסע חלל געשאפן מיט די פטירה הגדולה

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:14 pm
דורך עוד מישהו
איך מיין עס וואלט כדאי געווען פאר די מענטשן וואס האבן מיטגעהאלטן די לווי' פון אותו צדיק, זאלן פארשרייבן פארן דור אחרון, די הארצרייסענדע הספדים און דרשות התעוררות פון די לווי', ובזה החילותי.
כ"ק ראב"ד דפיצא פעפעראוני שליט"א האט אנגעהויבן מיט די פסוק וצוה הכהן וחלצו את האבנים אשר בהן הנגע והשליכו אתהן אל מחוץ לעיראל מקום טמא, האט ער גאר שיין מססביר געווען אז ווען א צדיק שטארבט איז עס וואו א נגע, וויבאלד די גוף אפילו עס איז נישט טמא ומטמא, דאך באגראבט מען עס מחוץ למחנה.
בקיצור נמרץ כדרכם של הצדיקים רבני דורנו ביי זייערע דרשות, איין ווארט האט נישט געקלעבט מיטן צווייטן, אבער די בכיות ויללות פון די טרייע חסידים האט דערגרייכט ביזן כיסא הכבוד.
זאל דער הייליגער רבי זיין א מליץ יושר פאר אלער אידן, און ער זאל אויסלערנען פאר רבנים וואו אזוי צו רעדן.

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:16 pm
דורך זר זהב
שלום עליכם עוד מישהו.. כ'מיין אז דזשאסט דיר צוריקצוזעהן דא האט זיך געלוינט דעם הייליגנ'ס רבינ'ס פטירה. זאל ער זיין א לץ יושר פאר אונדז אלע!

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:26 pm
דורך זר זהב
א רומער אז שלמה גבאי האט רעזיגנירט.

נשלח: מוצ"ש אפריל 13, 2013 11:39 pm
דורך עוד מישהו
אמת איך שרייב כמעט נישט מער, אבער וואו קען מען זיין שטיל נאך אזא פראסק, אגב איך ליין נאך וואס מ'שרייבט, נאר איך האב נישט אייביג צייט צו מגיב זיין.

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 12:04 am
דורך אבי גערעדט
משפחה מאגאזין האט יעצט אנגערופן אז זיי זענען מסכים צו דעדיקעיטן דעם שבועות אויסגאבע פארן נייעם רבי'ן פאר א ספעשל פרייז, דער רבי האט גענטפערט דערויף אז קויפט אפ דעם זכות תיכף ומיד

נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 2:36 am
דורך newkave
יאנקל האט געשריבן:וואס איז פשט פון די מחנות פאליציי יעצט פארנט פונעם רבי'נס הויז?


די רבי האט זיך מגלה געווען?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 2:57 pm
דורך atmybest
newkave האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:וואס איז פשט פון די מחנות פאליציי יעצט פארנט פונעם רבי'נס הויז?


די רבי האט זיך מגלה געווען?


טיפיקעל. ער איז געווען קלוגער פון יעדעם. אפילו פון זיין אייגענעם טאטע. אונז געדענק מיר ווען זיין טאטע האט געוואלט אז זיין חופה זאל זיין מבעוד יום און דער זון האט דוקא געווארט ביז עס ווערט נאכט. ואכמ'ל...

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 11:41 pm
דורך Lexus
Not confirmed.
I heard that the new milk shake rabbi was wounded by the maraton in boston...

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:49 pm
דורך טעפל
Lexus האט געשריבן:Not confirmed.
I heard that the new milk shake rabbi was wounded by the maraton in boston...

פלעינע פראסטע רומערס, שטותים אין טאטמאטעס זאפט!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 6:52 pm
דורך טעפל
איך זעה כ'האב פארפאסט א ריזען לויה אין מיין אפווענהייט, יהא זכרו לנצח יהא להון ולכון.......
דערציילט מיר יעצט א חסיד פונעם נייען רבין שליט"א (מק"פ) אז ווען ער האט אריינגעטראגען דעם ערשטען קוויטל מיט קליינע אותיות האט דער רבי שליט"א פראבירט גרעסער מאכען די אותיות מיט זיינע פינגער כדרכו באייפונו הקדוש!!!

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm
דורך עוד מישהו
קוואד קעדושעס אדמער שעליטע, וועט פראווענען יו"ט שני של גלויות פסח שני ט"ז אייר, א גרויסע סדר פאר אלע חסידים און טויזנטע געסט פון די וועלט.
מיר ווילן דערמאנען אלע חסידים און מעריצים, אז פסח שני ביי די רבי איז וואו געהעריג פסח און מ'עסט נישט קיין חמץ.
אחרון של פסח שני וועט די פראווען א גרויסע נעילת החג טיש און א בעש"ט סעודה.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 11:21 pm
דורך געפילטע פיש
א חבר מיינער איז אריין געגאנגען מזכיר זיין א מקשה לילד, האט עם די רבי שליט"א געפרעגט וועלכע קערידזש ער האט געקויפט, וד"ל, ומי יעמוד בסוד קדושים.

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 2:14 pm
דורך Lexus
Nuchem R. Now on his hotline that the milkshake rabbi is a ...

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:03 pm
דורך עסן עסט'זיך
פאר מיר איז די פטורה פון מילקשעיקר רבי אן אבל יחיד איך האב געהאט פון אים א גרויסע מופת יארין צוריק. כבין געגאנגען פרעגין צו איך זאל טוהן א געוויסע געשעפט און דער רבי האט בכחמתו געזאגט "די געשעפט געלונג אמאל יא און אמאל נישט" און כך הווה