בלאט 6 פון 6
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 12:19 am
דורך וואלווי
זעט אויס איך בין נישט יעדער
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:29 am
דורך פייער אפפער
די סטאטיסטיקס ווייזן אז די יונגע מיט די אלטע קענען נישט שלאפן. די מידעל עידזש שלאפן א מחיה
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:34 am
דורך וואלווי
.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:35 am
דורך קאצקע ציקער
.
Re: ביינאכט אשכול (פאר ווער עס קען נישט אדער וויל נישט שלאפן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 1:15 am
דורך אני מת לחיות
ידען האט געשריבן:מיעד אבער סע גייט נישט
איינער קען אוועק נעמען מיין סעלפאן?
נעם מיינס אויך
שמעקעדיג האט געשריבן:בלילה ההוא נדדה שנת המלך.... ויאמר המלך מי בחצר....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 3:16 am
דורך [NAMELESS]
נאכ'ן נישט דא זיין פאר א תקופה בין איך אריינגעקומען פאר א ביקור בזק, כ'ברויך דאך מיטהאלטן דאס לעצטיגע און בלייבן אינפארמירט מיט דאס מארגענדיגע. כ'עפן איין טיר, כ'בייג אריין דאס גולגולת מיינס, כ'זעה א פארלאשענע לעקטער. כ'עפן דאס צווייטער טיר, טאקע אין העמק דבר, דארט ווי די לייבן פלעגן אמאל ברומען, כ'זעה ס'וואקסט שוין שימל אויף די שויבן, און אזוי ווייטער, אלעס איז שטיל.... שא...
פלוצים זעה איך א לעקטער פון דערווייטענס, איך לויף גיך, 'פאר ווער עס קען נישט שלאפן' ליינט ער זיך. מיט א שטראל פון האפענונג, אז טאקע איצט ווען ס'קוקט אויס ווי מ'פראוועט שוין נאכט פאר דריי וואכן גיי איך דא אנטרעפן די חברה, אמער 'וויפיל איז די שיעור פון שלאפן', ווער קען נאך שלאפן? אוודאי איז יעדער דא פארזאמעלט... אבער מה נאמר, כ'בין פארגליווערט געווארן ווי גאלע זעענדיג אז יעדער שלאפט!
ועל זה בכה רבי ואמר: וואס וועט זיין מיט די מוסדות....
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 9:52 am
דורך שמעקעדיג
אפשר וועלן די אמאליגע ברומעדיגע לייבן אויך צוריקקומען נאך א תקופה בקרוב פאר א ביקור בזק, דעמאלס וועט מקויים ווערן "והימים ימי ביקורי בזקים" און די מוסדות וועלן ווייטער מצליח זיין כבשנים קדמוניות.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 3:16 am
דורך שמעקעדיג
וואס נאך איז נייעס
נשלח: דאנערשטאג אפריל 20, 2017 2:05 pm
דורך גרוש
מיקוה נייעס האט געשריבן:עס וועט נאך קומען צייטן .. די גוטע צייטן גייט זיין אזוי גוט אז דו וועסט פארגעסן אז דו האסט אמאל געהאט שווערע צייטן
איך ווארט נאך אלץ
נשלח: זונטאג אקטאבער 30, 2022 11:39 pm
דורך מתבודד
געווען אמאל צייטן דא אין ק’ש.
געווען א ביינאכט אשכול.
א בייטאג אשכול.
א כאניש וואס צו טון אשכול.
א כאיא וואס צו טון אשכול.
א דריי ווערטער אשכול.
א פינף ווערטער אשכול.
א וואס טוסטו יעצט אשכול.
א איין תגובה טאר נישט קלעבן צום צוויטן אשכול.
א בושות אשכול.
און סא אן...
ווען איז געשען די טראנזישאן צו א פילאזאפיע/דעבאטע/וויכוחים אנלי זאון אין ק’ש?
איז טאקע דא היינט א ערנסטערע און מער ביזי עולם דא????
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 12:26 am
דורך סקעפטיקער
עה...העם איז אזוי
היות איך בין א שטיקל גרינער דא אינעם קאווע שטיבל (נישט די גרינע קאווע), און איך זוך וואס צוטוהן יעצט, וויל איך פרעגן די פאלגענדע:
וויאזוי מאך איך אז איך זאל בלייבן אריינגעלאגט אין שטיבל און נישט דארפן פון פריש אריינלאגן יעדע מאל, איך פראביר אריינצוטשעקן אינעם באקסל יעדע מאל אבער עפעס גייט עס נישט?
איז דא א מעגליכקייט צו בוקמארקן אשכולות? און אויב אי וויאזוי?
אקעי איך בין שוין מיד, אולי המשך יבוא
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 2:26 am
דורך קהל'ס נער
אפאר שאלות פארן פותח האשכול.
אויב בין איך אין אוסטראליע און סאיז פאר מיר ביינאכט מעיג מען שרייבן אין די אשכול, או דילמא וויבאלד ק"ש איז באזירט אין פ.ש.א. (פאראייניגטע שטאטן אמעריקא) האט עס א דין פון בייטאג?
את"ל אז דער אויסטראליענער מעיג יא שרייבן ווען דא איז בייטאג, האם מעיג מען זאגן פאר א אויסטראליענער צי שרייבן פאר מיינעט וועיגן ווען דא איז בייטאג, אדער גייט עס אריין אין אמירה לעכו"ם/אוסטראליענים?
את"ל אז מען מעיג, וואס וועט זיין די דין אויב איך לאג אריין מיט א VPN וואס די סערווער איז בעיסד אין אויסטראליע, צי מעיג איך שרייבן ווען דא איז נאך טאג, צי בתר גברא אזלינן, און ביי די גברא איז טאג, או דילמא בתר חפצא אזלינן, און ביי די סערווער איז שוין נאכט?
יאפ, אזוי זעיט מען אויס ווען מען קען נישט/וויל נישט שלאפן ביינאכט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 31, 2022 7:04 am
דורך מתבודד
אילו באתי לכאן נאר צו אויסגעפונען וויאזוי מ’זאגט USA אין אידיש דיינו..