בלאט 6 פון 7
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 12:38 pm
דורך שעפטל
ויהי בנסוע הארון, מ'פארט קיין קרית יואל, ווי די לוי' וועט פארקומען "אינעם" היכל ראזענבערג, שע"י בית המדרש הגדול.
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:04 pm
דורך שבת אחים
שעפטל האט געשריבן:ידידו הנאמן, הרה"ח ר' חיים פריעדמאן הי"ו
איז ערגעץ דא א קליפ ווי איך קען זעהן הר״ר חיים פריעדמאן נ״י מספיד זיין?
ער איז מיר א ידיד און מיין נאנטע קרוב.
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:20 pm
דורך קאווע טרינקער
פאר די אלע זאליס וואס זענען פלוצלינג געווארן טאוועל ליינער'ס, להוי ידוע אז אין די אלטע סאטמארע ראדני שול, הענגט א טאוועל פון די פייער דיפארטמענט אז נאר 1700 מענטשן זענען ערלויבט אינעם בנין.
אזוי אויך, אין לפידות, טאר מען נישט גיין שבת מארנינג אין די פאלל לתוספות קדושה, ווייל די טאוועל דארט לאזט נישט.
ונשמרתם מאוד
ראו הוזהרתם
חזור בך
כי אתם המעט
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:25 pm
דורך שבת אחים
קאווע טרינקער האט געשריבן:פאר די אלע זאליס וואס זענען פלוצלינג געווארן טאוועל ליינער'ס, להוי ידוע אז אין די אלטע סאטמארע ראדני שול, הענגט א טאוועל פון די פייער דיפארטמענט אז נאר 1700 מענטשן זענען ערלויבט אינעם בנין.
אזוי אויך, אין לפידות, טאר מען נישט גיין שבת מארנינג אין די פאלל לתוספות קדושה, ווייל די טאוועל דארט לאזט נישט.
ונשמרתם מאוד
ראו הוזהרתם
חזור בך
כי אתם המעט
גערעכט, האסט פארגעסן אז אויף א שאכטל ציגרעטלעך שטייט א שטרענגע ווארינונג אז סאיז נישט געזונט צו רייכערן. אבער ראדני און לפידות זענען אביסל אנדערש ווי די אטלאנטיק אושען. פארשטייסט טאקע נישט די חילוק?
דבר אין בפינו ובלשוננו מלה
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 1:53 pm
דורך גאנצל
ס'וויל זיך שוין שרייבן עפעס דברי הערכה אבער ווי הייבט מען אן ?
כל נדיב לבו יביאה א נדיב לב ברענגט זיין הארץ
ר' יצחק האט פשוט אוועק געגעבן זיין הארץ פאר אנדערע געווען א זעלטן ווארים הארץ זעלטן איבערגעגעבן געטריי פאר עניים ודלים יתומים ואלמנות חתנים וכלות ובכלל כל הפושט יד
אוועק געגעבן זיין לעבן פאר סאטמאר פאר'ן רבי'ן די ברך משה זצ"ל זיין קאריע האט זיך אנגעהויבן ביי מוסדות ייט"ל מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנהייט מיט א שטארקייט און פון דארט פאר גאנץ סאטמאר ובפרט די לעצטע 17 18 יאר האט ער אוועק געגעבן זיין לעבן זיין כבוד השליך נפשו מנגד אריינגענומען אלע חצים בליסטראות ביזי בזיונות געלייסטעט טויזענטער און אפשר מיליאנען פאר סאטמאר די ערשטע שיינע נדבה יענע צייטן די היכל צבי ראזענבערג וואס פון דארט גייט שוין ארויס יארן טויזענעטער מיליאנען שעות פון תורה פון תשבר בחורי חמד אברכים בעה"ב זקנים גדולי תורה דיינים תופסי תורה
זיין ידידות אהבה בלי מצרים פאר'ן רבי'ן שליט"א -מי ירפא שברו- און פאר אלע רבני הקהלה געשטיצט תורה בני תורה אליין געווען א בן תורה געזיצען בכל יום שעות אויף תורה
געווען א איש יקר רוח א זעלטענע טיפ פון צוגעלאזנקייט פאר יעדן כקטן כגדול א זעלטענע מדת השתות
בקיצור א זעלטענע ראש וראשון לכל דבר קדושה א זעלטענע גענעראל פאר יעדע קהלה פאר יעדע ביהמ"ד זאל זיין ווימ"ס ק"י מאנסי ירושלים ווי נישט א זעלטענע בעל צדקה זעלטענע גאלדענע מדות זעלטענע אהוב אויף יעדן יחיד ויחיד פון די בני הקהלה שוין לאנג נישט וואס מ'האט דאס געקענט שרייבן אויף איינעם
די גרעסטע ראי' יעדער פון די בני הקהלה האט שוין געלאזט א טרער אויף דעם באליבטן ראה"ק
קשה עלי פרידתכם מ'וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן די שמייכל די חיות וואס ער האט אריינגעברענגט אין יעדן וואס האט אים נאר געזען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד מ'וועט זיך בענקן און צוריק קוקן ווי קען מען צוריק ברענגען די 'הארץ ' ווארימקייט ליבליכקייט שמייכל זיכערקייט זיך מוסר נפש זיין פאר אמת און נישט פאר כבוד
שייף עייל שייף נפיק לא מחזיק לנפשי' טיבותא
וואס קענען מיר טון נאר צוזאםקלאפן די הענט מיט ווייטאג ד' נתן וד' לקח מ'באגלייט דיין מטה מיט דמעות שליש און טיפע אנחות
דו גייסט ארויף מיט אזויפיל זכותים מי יוכל לשער תורה עבודה הארציגע תפלות פון טויזענטער מענטשן צווישן זיי צובראכענע הערצער דרשות רבינו מיט אזויפיל אידישע טרערן א גאנצע קהלה נאה וחסידה מחי' געווען אלמנות ויתומים כנ"ל תורה פון תשבר חינוך הטהור אין ארצה"ק
מיר זענען דיר אלע מקנא מיר וועלן בענקן און דיר באוויינען
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:20 pm
דורך שבת אחים
אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:26 pm
דורך אינטערסאנטער
שבת אחים האט געשריבן:אחרי מות קדושים אמור. פלוצלינג ווערט ער א גאנצע קדוש ביי די אהרוני פארטיי,
#פרידיקטעבל
וואס פאלט דיר ביי אז ער איז ביז יעצט נישט געווען קיין קדוש ביי זיי? נאר בערני סענדער'ס איז קדוש ביי דיר?
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:51 pm
דורך נעגעל וואסער
וואס גייט פאר מיט די מקום קבורה? קהל? בחורים? פאליס?
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:53 pm
דורך נעגעל וואסער
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:53 pm
דורך נעגעל וואסער
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:54 pm
דורך נעגעל וואסער
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:58 pm
דורך שמעון וואלף
פארוועם גראבט מען דארט פאר פרנס אדער פאר יצחק?
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 2:59 pm
דורך קאך_לעפל
שמעון וואלף האט געשריבן:פארוועם גראבט מען דארט פאר פרנס אדער פאר יצחק?
נע! פאר ר' ישעי קארענבלי ז''ל
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:05 pm
דורך אלס ווייסער
נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:06 pm
דורך יואליש
דאס איז די נייע חלקה אינעם אלטן בית החיים.

נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:09 pm
דורך שמעון וואלף
אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
Re: ר' יצחק ראזנבערג ע"ה ראה"ק ד'סאטמאר אומגעקומען אין וואסע
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:09 pm
דורך נעגעל וואסער
שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:10 pm
דורך קאך_לעפל
שמעון וואלף האט געשריבן:אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
יא! זיי האבן ביידע געטאן זייער זשאב און אויפגאבע בשלימות ובאמונה...
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:12 pm
דורך קאך_לעפל
נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
נישט בלויז מ'שלאגט זיך... ס'גיסט זיך בלוט... ניסח סאטמאר-סיגוט
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:16 pm
דורך אלס ווייסער
קאך_לעפל האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
נישט בלויז מ'שלאגט זיך... ס'גיסט זיך בלוט... ניסח סאטמאר-סיגוט
הער אויף, נישט אלעס איז אן אטאקע אויף סאטמאר
ווי איך הער קריגן זיך די סאטמארע קהילות פון ק״י און וומ״ס פארוועם די לעצטע ליידיג פלאץ נעבן אוהל באלאנגט, ווי עס הייסט יעצט האט מען עס געברענגט פאר מהר״א צו דיסיידן
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:16 pm
דורך יואליש
נעגעל וואסער האט געשריבן:שמועות פורחות אז מ'שלאגט זיך דארט. איינער גראבט נעבען הויער און איינער נעבן אשכנזי. וואס איז די מעשה? און זייט ווען גראבען בחורים אויס קברים?
די חברא קדישא האט געגרייט איין חלקה און די בחורים בשליחות פון געוויסע האבן פארכאפט די סעצענע און די טרקטור און געגראבן דאס סאמע חשוב'סטע חלקה פארבליבן, מחמת טעם הכמוס ומגולה, עמוק עמוק, גג על גג מיט חשבונות פון בעדפארד און ראסס ביז ווייט און ראסס.
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:20 pm
דורך יואליש
שמעון וואלף האט געשריבן:אלס ווייסער האט געשריבן:נישט יעדער ווייסט פונקטליך אלעס וואס גייט פאר אין סאטמאר, זייער א אומשולדיגע שאלה,
דאס איז פאר ר' יצחק ראזענבערג ע"ה
וואס האט ער געהאט ספעציעל מיט ר' יוסל אשכנזי אז מ'לייגט אים דערנעבן?
ניין, אבער א פליק פאר אשכנזי'ס איידעם איז גענוג סיבה פאר מאנכע...
נשלח: מיטוואך מאי 18, 2016 3:22 pm
דורך lazar
יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס סאטמאר רב זי"ע האט געשטעלט די ישיבה על קברו